‫פֿון רעדאַקציע

דער ביטערער זאָג, אַז אויף אַ ייִד זעט מען באַלד, האָט אין אונדזער צײַט באַקומען זײַן גילגול אינעם מויל פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן, דהײַנו: אויף ישׂראל זעט מען באַלד.

ווי אַ ביטערע פּיל, וואָס אי זי היילט נישט, אי זי מאַכט נישט גרינגער, איז געבליבן דער אַזוי גערופֿענער "גאָלדסטאָן־באַריכט" — אַ רעזולטאַט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אויספֿאָרשונג אויף די געשעענישן פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ". אַ דאָקומענט, וואָס ס'איז שווער אים אָנצורופֿן אַן אָביעקטיווער, הגם דווקא אַזאַ וואָלט ער געדאַרפֿט זײַן.

פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע פּראָמינענטע סאָציאַליסטן, בתוכם פֿרענק קראָסווייט, מאַקס ווינטער, אַבֿ. קאַהאַן און וויליאַם קאַרלין

איצט רעדט מען און מע שרײַבט אַ סך וועגן די באַמיִונגען פֿון דעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו ברענגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אייניקע פּרינציפּן און מעטאָדן פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם. און וועגן דעם, אַז דער אַמעריקאַנער עולם ווערט ממש איבערגעשראָקן פֿון אָט די באַמיִונגען. ווי אַ באַווײַז פֿון דער מורא ברענגט מען די סך-הכּלען פֿון די אַנומלטיקע וואַלן, וואָס האָבן צוגענומען בײַ דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי די דאָמינירנדיקע צאָל ערטער אין סענאַט.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אויף אַ קאָנצערט אין פּאַריז: אין מיטן, חיהלע ביר; אויף רעכטס — אָבֿיבֿ ליבֿנת, אויף לינקס — אַריק ליבֿנת.

די לידער פֿון איציק מאַנגער, מיט זייערע וואָרצלען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס־פּאָעזיע, זענען צווישן די קרוינווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס זעט אויס, אַז מיט די יאָרן ווערן זיי וואָס מער באַליבט, נישט ווייניקער. די מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג פֿון מאַנגערס "מגילה־לידער" האָט צוגעצויגן טויזנטער נײַער ליבהאָבער צו זײַנע ווערק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; קאָמפּאָזיטאָרן ווי חוה אַלבערשטיין, צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָבן ווײַטער פֿאַרשפּרייט מאַנגערס שם אין די 1980ער און 1990ער יאָרן.

‫אינטערװיוען, מוזיק

דווקא די וואָך האָבן מיר באַקומען אַ פֿריידיקע ידיעה — אונדזער פֿרײַנד יעווגעני קיסין איז צוגעטיילט געוואָרן דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער פּריז "גרעמי — 2010", אינעם אָפּטייל פֿון קלאַסישער מוזיק, ווי דער בעסטער אויספֿירער פֿון פּראָקאָפֿיעווס פּיאַנע־קאָנצערטן (צוזאַמען מיטן דיריגענט וולאַדימיר אַשכּנזי), ננ' 2 און 3. דעם ערשטן "גרעמי"־פּריז האָט ער באַקומען אין 2006.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע אַגענטור בײַ דער "יו־ען", 1947. אַבא־הלל סילווער (זיצט, צווייטער פֿון רעכטס), און לעבן אים — אָנדריי גראָמיקאָ. הינטער זיי: משה שרת און גאָלדע מאיר

אַז אין מײַ 1947 איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון "יו־ען" אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿאַר באַהאַנדלונג די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערראַשט די וועלט. אין די צאַרישע צײַטן האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אין אָרגאַניזירן קעגן דער מאַכט אומרוען. אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען די ציוניסטן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר די פּראָטעסטן פֿון די אינטעלעקטואַלן, און אַנטיציוניזם איז געווען אַן אויסרייד צום אַקטויִרן קעגן די ייִדן און באַגרענעצן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע פֿרײַהייט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יתרו, משה רבינוס שווער, האָט דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן, ווען ער האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים. יתרו האָט געשטאַמט פֿון מדין און איז נישט געווען קיין ייִד.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז יתרו האָט באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן. ער איז געקומען אינעם מידבר, צוזאַמען מיט משה רבינוס ווײַב און צוויי זין. ווען משה האָט זיך אומגעקערט קיין מצרים, כּדי אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק, האָט ער איבערגעלאָזט זײַן משפּחה אין מדין.

אײראָפּע, פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען וועט ער קומען, דער סוף? מיט דער און נאָר אָט דער פֿראַגע פֿלעגן אויפֿשטיין און זיך לייגן די קאַצעטלער פֿון אוישוויץ. ס'איז געווען קלאָר, אַז דעם טויט וועט דאָ קיינער נישט אויסמײַדן. מ׳האָט אים געוואַרט יעדע מינוט. און דער פּײַניקסטער געדאַנק איז געווען פֿאַרבונדן מיטן לעבן. צי איז עמעצן באַשערט דאָ צו בלײַבן לעבן? אָט די פֿראַגע איז אין אוישוויץ פֿאַרווערט געווען צו שטעלן. אַהין פֿלעג מען ברענגען נאָר צוליב איין זאַך — טייטן! סוף יאַנואַר 1945 האָבן די קוים לעבעדיקע קאַצעטלער דערהערט שיסערײַען, און זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ניט ווײַט פֿון זיי גייט אָן אַ שלאַכט.

געשיכטע, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָבלעמען 
פֿון ייִדישער געשיכטע. 
טייל 1 (2008) און 2 (2009). מאָסקווע׃

די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אונטער דעם דאַך פֿונעם צענטער פֿאַר פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער ציוויליזאַציע "ספֿר" פֿאַרנעמען אין דער רוסיש־רעדנדיקער אַקאַדעמישער וועלט בערך אַזאַ אָרט ווי די יערלעכע קאָנפֿערענצן פֿון דער אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים. יעדן סוף יאַנואַר—אָנהייב פֿעברואַר (די וואַקאַציע־צײַט אין רוסישע אוניווערסיטעטן) קומען זיך אין מאָסקווע צונויף הונדערטער פֿאָרשער פֿון אַלע עקן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, כּדי צו טיילן זיך מיט די לעצטע פֿרוכטן פֿון זייער אַרבעט.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן מאַמעס שטעטל, אַלט־קאָנסטאַנטין (ניט ווײַט פֿון בערדיטשעוו), איז מיר אַרײַן אין די געדאַנקען און וויל פֿון דאָרטן ניט אַרויס! וואָס עפּעס מיט אַ מאָל? איך האָב לעצטנס געהערט און געזען חיים ביידערס ז״ל קאָמפּאַקטל וועגן די דרײַ שטעט(לעך) — "אַלט־קאָנסטאַנטין, סאָטענעוו, טשערנאָביל" און ס’האָט אויף מיר געמאַכט אַ גאָר גרויסן רושם. ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך זע בילדער פֿון די דאָרטיקע הײַזער, גאַסן, שילן און בית־עלמינס.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס אויף לינקס: אבֿרהמל האָפֿמאַן, דער בר־מיצווה בחור, אבֿרהם סוצקעווער, זײַן טאָכטער, זײַן פֿרוי און מרים האָפֿמאַן אין 1971 — אין ישׂראל

יאָרן לאַנג האָט די ייִדישע וועלט געוווּסט, אַז דער ווילנער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז ערשט די טעג אַוועק פֿון דער וועלט, וועט אַ ליאַדע טאָג באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. און מיט יעדן יאָר וואָס איז פֿאַרגאַנגען מיטן ליידיקן, האָבן מיר געטרויערט. ווי קען דאָס זײַן! דער גרעסטער ייִדישער פּאָעט, אונדזער שעקספּיר, וואָס די וועלט האָט באַדאַרפֿט קלינגען מיט זײַן נאָמען, מיט זײַן פּראָזע, מיט זײַן פּאָעזיע, מיט זײַנע באַשרײַבונגען פֿון איבערלעבונגען סײַ אין ווילנער געטאָ און סײַ אין די וועלדער ווי אַ פּאַרטיזאַנער.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַמע מישט זיך אַרײַן אין אַלץ וואָס איך טו. איך קען נישט אָנהייבן צו ציילן וויפֿל מאָל זי האָט פֿאַר מיר אַראַנזשירט באַגעגענישן מיט בחורים. איך בין שוין 27 יאָר אַלט, און ס׳איז פּשוט אַ געלעכטער. וווּ די מאַמע זאָל נישט שטיין און גיין, טראַכט זי, צי דער, אָדער יענער בחור פּאַסט פֿאַר מיר. אויב זי באַקענט זיך מיט אַ פֿרוי וואַרטנדיק אין ריי אין באַנק, צי אין אָפֿיס פֿון אַ דאָקטער, פֿרעגט זי תּיכּף, צי זי האָט נאָך נישט־חתונה־געהאַטע זין. זי גייט אין שיל, נישט צו דאַוונען, נאָר צו געפֿינען פֿאַר מיר אַ מאַן. לעצטנס, האָט זי זיך באַקענט מיט אַזאַ מעגלעכן באַשערטן אויף אַ לוויה!

רעצעפּטן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן באָבע ליפֿשע פֿלעג אונדז יעדע וואָך אָפּקאָכן אַ געשמאַקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט סמעטענע. אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר אָבער לעצטנס געגעבן צו פֿאַרזוכן איר פֿליישיקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט טרוקענע קאַרטאָפֿל־שנייעלעך, און כ׳מוז זאָגן — ס׳איז פּונקט אַזוי גוט!

אַ הון
8 טעפּלעך קאַלט וואַסער