פֿונעם אייביקן קוואַל

יתרו, משה רבינוס שווער, האָט דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן, ווען ער האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים. יתרו האָט געשטאַמט פֿון מדין און איז נישט געווען קיין ייִד.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז יתרו האָט באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן. ער איז געקומען אינעם מידבר, צוזאַמען מיט משה רבינוס ווײַב און צוויי זין. ווען משה האָט זיך אומגעקערט קיין מצרים, כּדי אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק, האָט ער איבערגעלאָזט זײַן משפּחה אין מדין.

איידער יתרו איז אָנגעקומען אינעם ייִדישן לאַגער, פֿלעגט משה רבינו אַליין באַהאַנדלען אַלע שאלות פֿון די ייִדן. יתרו האָט פֿאָרגעלייגט משהן אויסצוקלײַבן די בעסטע אויפֿריכטיקע מענטשן, וועלכע פֿאַראַכטן געלט און שטרעבן צום יושר, כּדי צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון דיינים.

משה האָט זיך צוגעהערט צו זײַן שווערס עצה. שפּעטער האָט דער באַשעפֿער אַליין געגעבן אַ מיצווה אײַנצושטעלן אַזאַ סיסטעם פֿון דיינים. ווי מיר האָבן שוין געשמועסט אין דער פּרשה "שמות", האָט משה רבינו געהאַט אַ סך פֿאַרשיידענע נעמען; לויט רש״י, האָט זײַן שווער אויך צומאָל געהייסן רעואל, יתר, חובֿבֿ, חבֿר, קיני און פּוטיאל. זײַן עיקר־נאָמען איז אָבער געווען יתרו, וואָס שטאַמט פֿונעם שורש "יתר" — "צוגעבן". די חז״ל זאָגן, אַז דער דאָזיקער נאָמען איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס צוליב יתרוס עצה איז צוגעגעבן געוואָרן אַ נײַע פּרשה צו דער תּורה.

ווײַטער, ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה דערציילט וועגן דער מתּן־תּורה. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט, אַז ייִדן זענען "סגולה מכּל העמים", "ממלכת כּהנים" און "גוי קדוש" — אַן אויסדערוויילט הייליק פֿאָלק און אַ מלכות פֿון עובֿדי־השם. דאָס פֿאָלק האָט זיך גײַסטיק צוגעגרייט במשך פֿון דרײַ טעג; פֿופֿציק טעג נאָך יציאת־מצרים, האָבן זיי באַקומען דירעקט פֿון הימל די ערשטע צוויי מיצוות, וואָס זענען דער תּמצית פֿון דער גאַנצער תּורה — צו גלייבן אין ג-ט און נישט צו דינען קיין עבֿודה-זרה — און משה רבינו האָט אַראָפּגעבראַכט פֿונעם באַרג די לוחות מיט די צען געבאָט.

ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז בעת דער מתּן־תּורה האָבן די ייִדן נישט בלויז דערהערט עפּעס "אַ הימליש קול". ווי עס שטייט אינעם "זוהר", זענען די מיצוות "עטין דאורייתא" — מעכטיקע עצות, וואָס העלפֿן דער נשמה צו אַנטפּלעקט איר אינערלעכן ג־טלעכן עצם. אַדרבה, ווי עס באַטאָנען די קבלה־ספֿרים, איז די תּורה געווען פֿון אָנהייב אָן באַהאַלטן טיף אין יעדן מענטש. די דערפֿאַרונג פֿונעם מעמד־הר־סיני, בעת וועלכן עס האָט זיך אַנטפּלעקט דער אינערלעכער "תּורה־כּוח" פֿון די ייִדן, האָט ראַדיקאַל טראַנספֿאָרמירט זייערע נשמות.

דעם מחבר פֿון די שורות איז אַמאָל אויסגעפֿאַלן צו באַקומען אַ באַלערנדיקע עצה פֿון אַ צופֿעליקן פֿאַרבײַגייער, בעת אַ שפּאַציר אויף די גאַסן פֿון באַרדיטשעוו. איינער אַן אוקראַיִנער, נישט קיין ייִד, האָט מיך אָנגעקוקט, און אַ פֿרעג געטאָן: וווּ איז ג־ט? האָב איך אויטאָמאַטיש אָנגעוויזן אויפֿן הימל. דער אוקראַיִנער האָט געזאָגט, אַז מײַן ענטפֿער איז געווען אַ נאַרישער, און אָנגעוויזן אויף זײַן האַרץ.

שפּעטער, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, און מסכּים געווען מיט אים. אַוודאַי, אויב מע קוקט אַ טיפֿערן פֿילאָסאָפֿישן זין, איז דער באַשעפֿער איבעראַל. "ער איז אין אַלץ און ער איז אַלץ", ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער. אָבער, קודם־כּל דאַרף מען שטרעבן צו געפֿינען ג־טלעכקייט אין זיך, און נישט אינעם ווײַטן הימל.

דער וויכטיקסטער טייל פֿון דער הײַנטיקער סדרה איז די דערציילונג וועגן דער מתּן־תּורה. ווען מע לייענט אין דער שיל די עשׂרת־הדברות, שטייט דער ציבור אויף; אין אַ טייל קהילות גייט דער בעל־קורא אַריבער אויף אַ ספּעציעלן טראָפּ — "טעם־עליון" — כּדי צו באַמערקן די באַזונדערע וויכטיקייט פֿון די צען געבאָט.

אונדזער פּרשה הייבן זיך אָן מיט די ווערטער "וישמע יתרו" — "און יתרו האָט דערהערט". אויפן ערשטן בליק, אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע פּרשיות, וואָס פֿאַנגען זיך אָן מיט אַ ווערב, וואָלט איר צוגעפּאַסט דער נאָמען "וישמע", ווי אַ רמז אויפֿן הייליקן מעמד־הר־סיני, ווען די ייִדן האָבן דערהערט דאָס ג־טלעכע קול. למעשׂה, אָבער, הייסט די הײַנטיקע סדרה "יתרו" — לכּבֿוד אַ מענטש, וועלכער איז געקומען "פֿון דרויסן" און געגעבן אַ משה רבינו אַ וויכטיקער עצה, אַרײַנברענגען אַ חידוש אין דער תּורה.

די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער נאָמען "יתרו" באַשטייט פֿון די זעלבע אותיות, ווי "התּורה" (צוויי אותיות "הא" זענען בגימטריא אַ "יוד"). פֿונדעסטוועגן, פֿרעגט זיך אַ קשיא: פֿאַרוואָס ווערט די פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער מתּן־תּורה, און וווּ די ייִדן ווערט דערקלערט אַן אויסדערוויילט פֿאָלק, ווערט אָנגערופֿן דווקא לכּבֿוד אַזאַ "דרויסנדיקן" פּערסאָנאַזש?

דער מדרש זאָגט, אַז משה רבינו האָט דערגרייכט אַזאַ הויכע גײַסטיקע מדרגה, אַז ער איז געוואָרן "פֿון אונטן אַ מענטש, און פֿון אויבן — ג־ט". דאָס אינערלעכע ג־טלעכע עצם האָט זיך אַזוי שטאַרק אַנטפּלעקט אין זײַן נשמה, אַז די דיסטאַנץ צווישן מענטש און ג־ט איז בײַ אים צעשווענקט געוואָרן. דער ראָפּשיצער רבי, אין זײַן ספֿר "זרע קודש", און אַנדערע חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז צוליב דעם באַשטייען די ווערטער פֿון "משה" און "השם" פֿון די זעלבע אותיות, און "משה רבינו" איז די זעלבע גימטריא, ווי "ה׳ אלקי ישׂראל" און ווי די צאָל מיצוות אין דער גאַנצער תּורה — 613.

די תּורה איז אָבער געגעבן געוואָרן, דער עיקר, פֿאַר מער "ערדישע" מענטשן, כּדי צו געבן זיי אַ מעגלעכקייט צו אַנטפּלעקן אין זיך דאָס ג־טלעכע ליכט דורך דער עבֿודה פֿון זייער אייגענעם האַרץ און שׂכל. איידער יתרו האָט זיך מגייר געווען, האָט ער, ווי עס שטייט אינעם מדרש, געפּרוּווט צו דינען אַלע עבֿודה־זרות אין דער וועלט. ער איז געווען אַ גײַסטיקער זוכער, וועלכער האָט אויסגעווען די וועלט און געפֿאָרשט פֿאַרשיידענע חכמות, פּרוּוונדיק צו געפֿינען דעם אמת. ער האָט אויסגענוצט זײַנע ידיעות לשם־שמים, און געגעבן משה רבינו אַ ריכטיקע עצה, וואָס שטימט מיטן גײַסט פֿון דער תּורה.

יתרו האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די "אויסדערוויילטקייט" פֿון די ייִדן — אַן אוניקאַלע פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיט ג־טלעכקייט — שטעקט אין יעדער מענטשלעכער נשמה, הגם בעת דער מתּן־תּורה האָט זי זיך אַנטפּלעקט אויף אַ קאָלעקטיוון אופֿן. ער האָט פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן די סיסטעם פֿון דיינים, ווײַל ער האָט אויך פֿאַרשטאַנען, אַז יעדער צדיק און אַפֿילו אַן אינגאַנצן זײַטיקער מענטש קאָן ווערן "אַ שטיקל משה רבינו" — און דאָס איז דער תּכלית פֿון דער תּורה.