ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון רעכטס אויף לינקס: אבֿרהמל האָפֿמאַן, דער בר־מיצווה בחור, אבֿרהם סוצקעווער, זײַן טאָכטער, זײַן פֿרוי און מרים האָפֿמאַן אין 1971 — אין ישׂראל
פֿון רעכטס אויף לינקס: אבֿרהמל האָפֿמאַן, דער בר־מיצווה בחור, אבֿרהם סוצקעווער, זײַן טאָכטער, זײַן פֿרוי און מרים האָפֿמאַן אין 1971 — אין ישׂראל

יאָרן לאַנג האָט די ייִדישע וועלט געוווּסט, אַז דער ווילנער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז ערשט די טעג אַוועק פֿון דער וועלט, וועט אַ ליאַדע טאָג באַקומען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. און מיט יעדן יאָר וואָס איז פֿאַרגאַנגען מיטן ליידיקן, האָבן מיר געטרויערט. ווי קען דאָס זײַן! דער גרעסטער ייִדישער פּאָעט, אונדזער שעקספּיר, וואָס די וועלט האָט באַדאַרפֿט קלינגען מיט זײַן נאָמען, מיט זײַן פּראָזע, מיט זײַן פּאָעזיע, מיט זײַנע באַשרײַבונגען פֿון איבערלעבונגען סײַ אין ווילנער געטאָ און סײַ אין די וועלדער ווי אַ פּאַרטיזאַנער. ער האָט אויף אַזוי פֿיל געשמט, אַז אַפֿילו סטאַלין האָט אין יאָר 1944 געשיקט אַן עראָפּלאַן אים צו ברענגען קיין מאָסקווע. די סיבה דערפֿון בין איך נישט דערגאַנגען. סײַדן ער האָט געוואָלט אים אויסצייכענען פֿאַר זײַן העלדישקייט.

די דײַטשן האָבן געהאַט בדעה אויפֿצושטעלן אין פֿראַנקפֿורט אַ מוזיי פֿאַר אַ "טויטפֿאָלק," וואָס זיי האָבן זיך געגרייט צו פֿאַרטיליקן ביזן לעצטן ייִד. האָבן זיי קודם אויסראַבירט אונדזער גײַסטיקן האָב־און־גוטס, אָנגעשטעלט אינעם בנין פֿון ייִוואָ שרײַבער, היסטאָריקער, גײַסטמענטשן פֿון ווילנער געטאָ, געצוווּנגען זיי אײַנצופּאַקן אין קעסטלעך ספֿר־תּורות, ספֿרים, הייליקע חפֿצים, ביכער, מאָלערײַען, וואָס צווישן זיי האָט זיך אויך געפֿונען הערצלס טאָגבוך (איך האָב אַ מאָל געשריבן וועגן דעם). סוצקעווער האָט ריזיקירט זײַן לעבן יעדעס מאָל וואָס ער האָט אַרײַנגעשמוגלט אין ווילנער געטאָ וויפֿל ער איז געווען מסוגל פֿון ייִדישע אוצרות, און זיי באַגראָבן אין געטאָ אונטער דר׳ערד, אין בונקערס און אין היילן. נאָך דער מלחמה האָט ער צוזאַמען מיט שמערקע קאַטשערגינסקין דאָס אויפֿגעגראָבן און געשיקט סײַ אין ייִוואָ קיין ניו־יאָרק און סײַ אין ירושלים. אַחוץ דעם איז סוצקעווער געווען אַן עדות בײַם נירענבערגער פּראָצעס נאָכן חורבן. זײַנע שורות שוידערן אויף:

פֿון זינט איך בין געווען אַן עדות
ווי עס קען אַ שוועבעלע אויסלעשן
אַ קלויז מיט זקנים, קינדער
געשווינדער
ווי עס לעשט זיך אויס אין זונפֿאַרגאַנג אַ שוועבעלע
און ס׳בלײַבט נאָך זיי און זייער יתגדל ויתקדש —
פּאַרמעטענער אַש
מיט בליצלעך אותיות.
פּאַרמעטענער אַש
וואָס גליט אַרויס עס
פֿאַרן ווינט
און בלויז דער ווינט מסוגל אים צו לייענען.
פֿון דעמאָלט
קען איך נישט אַרײַנגיין אין קיין שום בית־תּפֿילה.
מיר דאַכט:
אַז איך, דער עדות
וועל פֿון יענעם אַש
דערקענט ווערן.
מיר דאַכט:
איך וועל אַרײַן און וועל חלילה
נישט פֿאַרברענט ווערן.

דאָס זײַנען שורות, וואָס טראָגן דיך אַוועק אין די וויסטענישן פֿון אומקום און מאַכן פֿון דיר גאָלע פֿלאַמיקן גײַסט — גאָלע פֿלאַמיקן תּהום, גאָלע דערשטיקטן כאָרכל ממעמקים.

ווי נאָר מיר האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל, אַזוי זײַנען מיר געוואָרן נאָענט. ער פֿלעגט קומען צו אונדז אַהיים מיט זײַן פֿרוי און טאָכטער, וועלכע האָט זיך געשניטן אויף מאָלערײַ. מיר האָבן פֿאַרברענגט גוט־ברודעריש, גערעדט וועגן טויזנט און איין נאַכט און כּמעט אַלץ וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות צו ייִדיש. דאָס ייִדישע וועלטל אין ישׂראל איז נאָך דעמאָלט געווען באַזעצט פֿון ייִדישע פּאָעטן, שרײַבער, זשורנאַליסטן, אַרטיסטן, קינסטלער — אַ קליין, אָבער אַ שעפֿעריש וועלטל. דער רעדאַקטאָר מרדכי צאַנין האָט אַרויסגעגעבן "די לעצטע נײַעס," יצחק לודען, אים צו לאַנגע יאָר, איז עד־היום אַ זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר פֿון זײַן זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן," און שרײַבט אין "פֿאָרווערטס." דער וווּנדערלעכער פּאָעט יוסף קערלער האָט געשריבן לידער, חנא שמערוק (אַגבֿ, סוצקעווערס שוואָגער), האָט געלערנט ייִדיש אין ירושלימער אוניווערסיטעט, יצחק קאָרן איז אַרומגעלאָפֿן איבער דער וועלט "זאַמלען געלט פֿאַר ייִדיש," דער טײַערער פּאָעט י. פּאַפּיערניקאָוו איז כּסדר געזעסן אויף קאַלישער 48, געטרונקען טיי און געשריבן לידער. ס׳האָט זיך אַ ביסל גערוכעוועט מיט ייִדיש אין ישׂראל אין מײַנע צײַטן; אָבער אַלע האָבן טיף געקרעכצט ווען ס׳איז געקומען צו רייד וועגן ייִדיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מדינה האָט אָפּגעטאָן אַ גרויסן שאָדן לגבי מאַמע־לשון, שוין אָפּגערעדט דערפֿון וואָס די געראַטעוועטע פֿון היטלערס גיהנום האָבן בײַגעוווינט דעם ייִדישן חורבן און דעם חורבן פֿון זייער אַשכּנזישער קולטור און שפּראַך. איין זבענק נאָכן אַנדערן. וויפֿל קען אַ שפּראַך פֿאַרנעמען?

נישט געקוקט אויף דעם אַלעם איז ייִדיש געבליבן שעפֿעריש אין דער טינט פֿון פֿעדערניקעס אונדזערע. דאָס ייִדישע טעאַטער האָט געשטעלט פֿאָרשטעלונגען. איך האָב דאָרט געזען אידאַ קאַמינסקאַן שפּילן אַ פּיעסע וועגן "גליקל האַמיל." דזשיגאַן האָט דעמאָלט געשטעלט די ערשטע טעלעוויזיע־פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש און איך האָב מיט אים מיטגעאַרבעט. דאָס לייוויק־הויז האָט געפֿירט טעטיקייטן, דאָס שלום־עליכם־הויז איז ס׳רובֿ געווען געשלאָסן. הײַנט האָט עס פּראָפֿעסאָר נאָווערשטערן אויפֿגעלעבט. סוצקעווער האָט אויך באַשײַנט נישט נאָר אונדזערע ייִדישע שׂימחות, נאָר אַפֿילו בײַגעווען בײַ מײַן אַבֿרהמס בר־מיצווה. מיר האָבן אָנגעקוואָלן פֿונעם כּבֿוד וואָס סוצקעווער האָט אונדז אָפּגעטאָן.

די לעצטע פּאָר יאָר, ווען איך בין געווען צו גאַסט אין ישׂראל, האָב איך זיך באַגעגנט מיט סוצקעווערן. זײַן פֿרוי האָט שוין נישט געלעבט. ער איז געבליבן עלנט און דער גלאַנץ פֿון זײַנע אויגן האָט עדות געזאָגט אויף זײַן געמיט. ער האָט שטאַרק געוואָלט וויסן וואָס ס׳טוט זיך אין אַמעריקע, דער עיקר אין ניו־יאָרק; צי ס׳איז שוין געקומען אַ שטיקעלע ישועה פֿאַר ייִדיש אינעם גרויסן ייִדישן מעטראָפּאָל, ניו־יאָרק. איך האָב נישט געוואָלט אים אָפּטאָן קיין צער מיט די, מישטיינס געזאָגט, ייִדישע גליקן פֿון ניו־יאָרק און אין וואָסערע הענט די ייִדישע וועלט שטייט דאָ אײַן.

"אָבער דער 'פֿאָרווערטס’ גייט דאָך נאָך אַרויס?" — האָט ער זיך געטרייסט.

"איך לייען אַלע דײַנע אַרטיקלען, און איך זאָג דיר אָן דאָס לעבן. זאַמל צונויף דײַנע געלונגענע אַרטיקלען און גיב אַרויס צוויי ביכער."

האָב איך זיך צעלאַכט:

"אַזש צוויי? אַפֿילו איין בוך וואָלט געסטײַעט."

סוצקעווער האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון מײַן שרײַבן און פֿאַר מיר איז עס געווען זאַלב פֿאַר דער נשמה. איך האָב אים געזאָגט:

"בײַ אונדז שאַצט מען נישט אָפּ די ווערט פֿון אַ מענטשן. מעגסטו זײַן אַ לערער, אַ שרײַבער, אַן אַרטיסט." האָט ער געלאַכט:

"ביסט נאָך נאַיִוו, מײַן קינד. ווען האָט מען יאָ אָפּגעשאַצט. אַז יעדער איז פֿאַרנומען מיט זײַן שטיקל גרויסקייט..."

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, ס׳איז אַוועק פֿון דער וועלט אַ געניאַלער פּאָעט. נעכטן קריג איך אַ טעלעפֿאָן פֿון דײַטשלאַנד. עס רופֿט מיך מײַן אַמאָליקע תּלמידה פֿון פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט, וווּ זי איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש.

"מרים!" וויינט זי מיר אַרײַן אין טרײַבל, "האָסט שוין אַ בילעט קיין ישׂראל? דו וועסט דאָך זיכער זײַן אויף סוצקעווערס לוויה."

"אוי טײַערע קריינדל, קריינדעלע," ענטפֿער איך איר, "הלוואַי וואָלט איך דאָס געקענט באַווײַזן. נאָר צום באַדויערן קען איך נישט איבערלאָזן מײַנע קורסן. דער צווייטער סעמעסטער האָט זיך ערשט אָנגעהויבן, איז ווי קען איך אַוועק. איך וועל אָבער לייענען אין קלאַס סוצקעווערס פּאָעזיע, דערציילן זיי וועגן סוצקעווערס לעבן און איבערלעבן."

יעדעס יאָר דערמאָן איך סוצקעווערן אין מײַנע קלאַסן, און ווי אויסערגעוויינטלעך וואָלט געווען ווען ער באַקומט שוין יאָ די פּאַסקודנע נאָבעל־פּרעמיע. ס׳וואָלט דאָך אין אים אַרײַנגעזעצט געוואָרן אַ נײַע נשמה, און ער וואָלט אויפֿגעלעבט. האָט ער נישט ווער ס׳זאָל זיך אײַנשטעלן פֿאַר אים. שמעון וועבער, דער אַמאָליקער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט אײַנגעלייגט וועלטן אַז יצחק באַשעוויס־זינגער זאָל באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. סוצקעווערס פּאָעזיע האָט מען גענומען איבערזעצן אַ ביסעלע צו שפּעט, און פֿאַרשטייט זיך, אַז איבערצוזעצן סוצקעווערן אויף ענגליש איז געווען פֿאָלג מיך אַ גאַנג. דער איבערזעצער האָט דאָך באַדאַרפֿט זײַן אַליין אַ פּאָעט פֿון הויכן קאַליבער; און ווי געזאָגט, ס׳איז קיינער נישט פֿאַרבליבן אײַנצושטעלן זיך פֿאַר אים בײַ דער שטאָקהאָלמער נאָבעל־קאָמיסיע כּל־זמן ער האָט געלעבט. נישט אלי וויזעל אָדער סאָל בעלאָו, נישט קיין כּנסת־דעפּוטאַט, אָדער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, ווײַל נאָך אַלעמען, סוצקעווער האָט דאָך געשריבן אויף ייִדיש און ייִדיש איז בײַ זיי געווען אָדער פֿרעמד, אָדער טריף. מיט איין וואָרט, סוצקעווער איז שוין נישטאָ, ס׳האָט זיך אויסגעלאָשן דער לעצטער ייִדישער שטערן אין דער של־מעלה. די לידער און פּראָזע וואָס איז פֿאַרבליבן נאָך אים איז אונדזער גײַסטיקע ירושה. אין זײַן "לידער פֿון אַ טאָגבוך" שרײַבט ער:

ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן? בלײַבן וועט אַ ווינט,
בלײַבן וועט די בלינדקייט פֿונעם בלינדן וואָס פֿאַרשווינדט.
בלײַבן וועט אַ סימן פֿונעם ים: אַ שנירל שוים,
בלײַבן וועט אַ וואָלקנדל פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים.

ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן? בלײַבן וועט אַ טראַף,
בראשיתדיק אַרויסצוגראָזן ווידער זײַן באַשאַף.
בלײַבן וועט אַ פֿידלרויז לכּבֿוד זיך אַליין,
זיבן גראָזן פֿון די גראָזן וועלן זי פֿאַרשטיין.

מער פֿון אַלע שטערן אַזש פֿון צפֿון ביז אַהער,
בלײַבן וועט דער שטערן וואָס ער פֿאַלט אין סאַמע טרער.
שטענדיק וועט אַ טראָפּן ווײַן אויך בלײַבן אין זײַן קרוג.
ווער וועט בלײַבן. גאָט וועט בלײַבן. איז דיר נישט גענוג?