אויף אַ קאָנצערט אין פּאַריז: אין מיטן, חיהלע ביר; אויף רעכטס — אָבֿיבֿ ליבֿנת, אויף לינקס — אַריק ליבֿנת. |
די לידער פֿון איציק מאַנגער, מיט זייערע וואָרצלען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס־פּאָעזיע, זענען צווישן די קרוינווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. עס זעט אויס, אַז מיט די יאָרן ווערן זיי וואָס מער באַליבט, נישט ווייניקער. די מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג פֿון מאַנגערס "מגילה־לידער" האָט צוגעצויגן טויזנטער נײַער ליבהאָבער צו זײַנע ווערק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; קאָמפּאָזיטאָרן ווי חוה אַלבערשטיין, צוזאַמען מיט דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָבן ווײַטער פֿאַרשפּרייט מאַנגערס שם אין די 1980ער און 1990ער יאָרן.
אינעם 21סטן יאָרהונדערט האָבן מיר איצט נאָך אַ שטויס לטובֿת מאַנגערס לידער. אין אַ נײַעם קאָמפּאַקטל — "מאַנגער באַלאַדעס" (Manger Ballads) — האָט חיהלע ביר, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע אינעם "אוניווערסיטעט־קאָלעדזש־לאָנדאָן", מיט צוויי מוזיקער פֿון ישׂראל, אָבֿיבֿ ליבֿנת און אַריק ליבֿנת, געשאַפֿן מעלאָדיעס צו זעקס פֿון זײַנע באַלאַדעס. כאָטש צו מאַנגערס לידער האָט מען אָפֿט געשאַפֿן מוזיק, האָט מען זעלטן אויסגעקליבן זײַנע באַלאַדעס, ווי די טעקסטן פֿאַר מוזיקאַלישער באַגלייטונג.
חיהלע ביר איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס; זי איז אַ צענטראַלע פֿיגור פֿון דער ייִדישער קולטור אין לאָנדאָן און אָקספֿאָרד, און אַן אַקטיווע אָנטיילנעמערין אין דער ייִדישער קולטור אין גאַנץ אייראָפּע. אין ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען אין עטלעכע לענדער באַטייליקט זי זיך ווי אַ מײַסטער־לערערין.
חיהלע ביר שטאַמט פֿון מעלבורן, אויסטראַליע, וווּ זי האָט גראַדויִרט פֿונעם מאָנאַשער אוניווערסיטעט מיט אַ דיפּלאָם אין ענגלישער ליטעראַטור און מוזיקאָלאָגיע; דערנאָך האָט זי באַקומען אַ דיפּלאָם אין דערציִונג. אין מעלבורן האָט זי גראַדויִרט פֿונעם ייִדישן לערער־סעמינאַר, און שוין ווי אַ 17־יאָריקע אָנגעהויבן איר קאַריערע ווי אַ ייִדיש־לערערין. אין העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט זי שטודירט די ייִדישע ליטעראַטור, און אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט באַקומען איר דאָקטאָראַט; איר דיסערטאַציע איז געווען אויף דער טעמע: מאַנגערס באַלאַדעס.
איז נישט קיין גרויסער חידוש, וואָס ביר האָט, סוף־כּל־סוף, באַוויזן צו קאָמבינירן אירע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן, מיט איר ליבשאַפֿט צו די באַלאַדעס פֿון איציק מאַנגער. דער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ צופֿאַל — אין אַ ייִדיש־פּראָגראַם אין פּאַריז האָט זי זיך באַקענט מיט די צוויי מוזיקער, דעמאָלט סטודענטן אין דער ייִדיש־פּראָגראַם, אָבֿיבֿ ליבֿנת און אַריק ליבֿנת. אָבֿיבֿ איז אַ קינסלטער און גיטאַריסט, וועלכער טרעט אויף אָפֿט מיט מוזיקאַלישע און טעאַטער־פּראָיעקטן, צום טייל, מיט אַ שײַכות צו דער ייִדישער קולטור. אַריק, אַ סאַקסאָפֿאָניסט און אַקטיאָר, שפּילט פֿאַרשיידענע בלאָז־אינסטרומענטן און באַטייליקט זיך אין וועלט־מוזיקאַלישע און טעאַטער־פּראָיעקטן אין ישׂראל.
וועגן דעם מאַנגער־פּראָיעקט, שרײַבט ביר, אַז מאַנגער "האָט זיך אָפּגגעבן ספּעציעל מיט די באַלאַדעס, ווײַל זיי פֿאַרמאָגן די שאַפֿערישע מעגלעכקייטן פֿון דראַמע, דערציילערישע קונסט, און לירישקייט. די טעמעס פֿון זײַנע פֿילצאָליקע באַלאַדעס זענען גאַנץ פֿאַרשיידן, און אַדאַנק זייער אוניווערסאַלקייט, האָבן זיי אַ מאָדערן געפֿיל. איציק מאַנגער האָט אַרײַנגעבראַכט נײַע ייִדישע באַלאַדעס אין אַ קולטור, וווּ, רעלאַטיוו האָבן ווייניק באַלאַדעס זיך געפֿונען. ער האָט געשאַפֿן אַ בריק צווישן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און דער ליטעראַטור. די אייראָפּעיִשע באַלאַדע־טראַדיציע האָט אויף אים געהאַט אַ השפּעה, און זײַן ליבשאַפֿט צו דער וועלט־פּאָעזיע און געזאַנג האָט אים אויך אינספּירירט."
באַלאַדעס, ווי באַקאַנט, דערציילן אַ מעשׂה. ביר שרײַבט ווײַטער, אַז די אָריגינעלע דזשאַז־אַראַנזשירונגען אינעם קאָמפּאַקטל "געבן אָפּ כּבֿוד דעם פּשטות פֿון דער באַלאַדע־טראַדיציע, אָבער אין דער זעלבער צײַט, שטעלן זיי אַוועק מאַנגערס ווערטער אין אַ מוזיקאַלישער, מאָדערנער צווישן־זאָנע. די לײַכטע מוזיקאַלישקייט פֿון זײַן פּאָעזיע פֿאַרלײַכטערט דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן מוזיק צו די ווערטער".
אין די אַראַנזשירונגען פֿון דער טריאָ־גרופּע, ווערן די ווערטער קלאָר פֿאָרויסגעבראַכט, און די מוזיק שאַפֿט אַ שטימונג, און העלפֿט זיך צוהערן צום ליד. מע וואָלט געטראַכט, אַוודאַי, אַז אַזוי דאַרף זײַן, אָבער צו אָפֿט אין אַנדערע ייִדישע רעקאָרדירונגען ווערן די ווערטער פֿאַרקלאַפּט פֿון די אינסטרומענטן אין די קלעזמער־אַראַנזשירונגען, און מע פֿאַרשטייט נישט קיין וואָרט.
אינעם ערשטן ליד "די באַלאַדע פֿון ווײַסן שײַן", מיט מוזיק פֿון אָבֿיבֿ ליבֿנת, ווערט אַ מיידל צוגעצויגן צו אַ מיסטעריעזן שײַן בײַ נאַכט, און דאָס מיידל ווערט, צום סוף, נעלם. אין תּוך איז דאָס אַ טויטן־באַלאַדע, פֿון אַזאַ מין, וואָס נח פּרילוצקי האָט געזאַמלט אין זײַן צווייטן באַנד פֿאָלקסלידער. אין דער אַלטער ייִדישער טראַדיציע ווערט דאָס מיידל צוגערופֿן פֿון אַ "זיידע" — דער טויט. פּונקט ווי אין אַזוינע פֿאָלקס־באַלאַדעס ווערט די מעשׂה דערציילט ווי אַ שמועס, אין אַ דיאָלאָג־פֿאָרעם:
"גענוג געיאָמערט טעכטערל,
און אויסגעוויינט דײַן פּײַן!"
זע, מאַמע, אויפֿן פֿאָן פֿון נאַכט
אַ ווײַסן קילן שײַן."
"אַ טעות־ליכט, מײַן טעכטערל,
אַ טעות־ליכט, ניט מער,
אויף פּוסטע וועלדער זאָל עס גיין
און שוין ניט קומען מער".
עס העלפֿט נישט דער מאַמעס וואָרענונג און זי ווערט צוגעצויגן צום שײַן.
"די מאַמע שטייט בײַם פֿענצטערל
און קוקט און קוקט זיך אײַן,
און זעט דעם מיידל־סילועט
פֿאַרגיין אין ווײַסן שײַן".
דאָס ליד, און ס׳רובֿ אַנדערע, ווערן געזונגען מיט צוויי שטימען — פֿון חיהלע ביר, און פֿון אַבֿנער לבֿנת. דער ריטעם און טעמפּאָ איז אַ פּאַמעלעכער, נישט געאײַלט, און דער בעסטער אופֿן זיך צוצוהערן צו די לידער איז אין אַ שטילן צימער מיט פֿאַרמאַכטע אויגן; זיך לאָזן אַוועקפֿליִען צו מאַנגערס פֿאַרכּישופֿטן "באַלאַדע־לאַנד".
דאָס צווייטע ליד, "אַלטמאָדישע באַלאַדע", מאַכט דעם אָנשטעל פֿון אַן אַלטער באַלאַדע, אָבער, אַזוי ווי מאַנגער איז דער מחבר, ווערט דאָס אַלטע און דאָס מאָדערנע צונויפֿגעבראַכט פּאָעטיש אין אינטערעסאַנטע וועגן. עס דערציילט וועגן צוויי טעכטער, וועלכע חלומען פֿון וווּנדערלעכע זאַכן, אָבער סע בלײַבט אַ חלום.
"דאָס ליד איז אַלט, נאָר עס שאַט נישט,
אַז מען זינגט עס פֿון צײַט צו צײַט.
ווען ס׳וואַרעמען זיך אָרעמע־לײַט
און ס׳ציטערן די ווערבעס בײַ דעם קילן טײַך."
ריין מוזיקאַליש גערעדט, הערט מען נישט קיין ייִדישע מעלאָדישקייט אין די לידער. דער זשאַנער פֿון דער מוזיק רופֿט זיך אויף ענגליש "לײַכטער דזשאַז", אַ מין מוזיק וואָס איז נישט עלטער פֿון די 1970ער יאָרן. אויב דער צוהערער האַלט בכלל נישט פֿון אַזאַ זשאַנער, וועט עס פֿאַרשאַפֿן אַ פּראָבלעם בײַם צוהערן, אַפֿילו מיט מאַנגערס וווּנדערלעכע טעקסטן, און די פֿײַנע שטימען פֿון די זינגערס. אָבער דאָס נײַע קאָמפּאַקטל "מאַנגערס באַלאַדעס" איז זיכער עפּעס נײַעס אינעם ייִדישן קולטור־מאַרק און כּדאַי עס צו הערן. אויב מען וויל הערן אַ מוסטער און באַשטעלן, גיט אַ קוועטש אויף: