געשיכטע, קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָבלעמען 
פֿון ייִדישער געשיכטע. 
טייל 1 (2008) און 2 (2009). מאָסקווע׃
פּראָבלעמען 
פֿון ייִדישער געשיכטע. 
טייל 1 (2008) און 2 (2009). מאָסקווע׃

די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אונטער דעם דאַך פֿונעם צענטער פֿאַר פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער ציוויליזאַציע "ספֿר" פֿאַרנעמען אין דער רוסיש־רעדנדיקער אַקאַדעמישער וועלט בערך אַזאַ אָרט ווי די יערלעכע קאָנפֿערענצן פֿון דער אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע לימודים. יעדן סוף יאַנואַר—אָנהייב פֿעברואַר (די וואַקאַציע־צײַט אין רוסישע אוניווערסיטעטן) קומען זיך אין מאָסקווע צונויף הונדערטער פֿאָרשער פֿון אַלע עקן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, כּדי צו טיילן זיך מיט די לעצטע פֿרוכטן פֿון זייער אַרבעט.

ווי באַוווּסט, האָבן ייִדן זייער אַ לאַנגן היסטאָרישן זכּרון. דווקא די ייִדן געדענקען עד־היום די לענדער, וואָס זײַנען שוין לאַנג ניטאָ, אַזעלכע ווי דאָס ליטווישע גרויס־פֿירשטנטום אָדער די עסטרײַכיש־אונגאַרישע אימפּעריע. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז, אַ פּנים, ניט קיין אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל, לכל־הפּחות, אין אונדזער דור. בעת רוסלאַנד פֿירט הייסע און קאַלטע מלחמות מיט זײַנע שכנים, פֿירן די פֿאָרשער פֿון מאָסקווע, קיִעוו, מינסק און טביליסי לעבעדיקע וויסנשאַפֿטלעכע שמועסן וועגן דער ייִדישער געשיכטע.

די רעפֿעראַטן, וואָס ווערן כּסדר פֿאָרגעשטעלט אויף דער קאָנפֿערענץ, זײַנען פֿון ביז גאָר אַ פֿאַרשידענעם אַקאַדעמישן ניוואָ. צו מאָל חזרט מען איבער באַקאַנטע פֿאַקטן און סטאַטעטשנע אידעען, וואָס מען האָט ערשט אַנטפּלעקט פֿאַר זיך אין די רוסישע אָדער ענגלישע ביכער. אַנדערע רעפֿערענטן לאָזן זיך אין אַלגעמיינע חקירות וועגן די גורלות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אָבער דאָס רובֿ רעפֿערענטן קומען מיט זאַכלעכע פֿאָרשונגען, וואָס וואַרפֿן אַ נײַ ליכט אויף ספּעציפֿישע היסטאָרישע פּראָבלעמען.

טעמאַטיש קאָן מען דעם גאַנצן מאַסיוו רעפֿעראַטן צעטיילן אין פֿינף קאַטעגאָריעס. די כאַזאַרישע טעמע — די פֿאָרשונגען פֿון דעם כאַזאַרישן קאַגאַנאַט, דער מיטל־אַלטערלעכער מלוכה, וווּ אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט געהערט צו דער ייִדישער אמונה — האָט אַ לאַנגע טראַדיציע אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, און יעדעס יאָר ברענגט נײַע אינטערעסאַנטע אַרכעאָלאָגישע אַנטדעקונגען. אָבער די פֿאָרשער פֿון דער דאָזיקער טעמע פּראַווען כּסדר אַן אייגענעם שּבת און האַלטן אָן קנאַפּע פֿאַרבינדונגען מיט דער "מאָדערנער" וועלט.

מער אָפֿן זײַנען די פֿאָרשער פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע, אַ נײַע בראַנזשע אין דער רוסישער אַקאַדעמישער וועלט, וואָס האָט זיך באַוויזן ערשט אין דער נאָכסאָוועטישער תּקופֿה. גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די אַרבעטן פֿון אייניקע יונגע פֿאָרשער, וואָס זוכן זייערע מאַטעריאַלן אין די אָרטיקע אַרכיוון, בפֿרט מחוץ דעם אַמאָליקן "תּחום־המושבֿ" — למשל, אין סעוואַסטאָפּאָל אָדער אין פֿאַרשידענע סיבירער שטעט. צווישן די "שטערן" פֿונעם יונגן דור רוסיש־ייִדישע פֿאָרשער איז אָלגאַ מינקינאַ פֿון פּעטערבורג, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף די באַציִונגען פֿון די ייִדישע "פּני" מיט דער רוסישער מאַכט אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט.

דער חורבן און די צווייטע וועלט־מלחמה פֿאַרנעמען, נאַטירלעך, אויך אַ חשובֿ אָרט אין די היסטאָרישע פֿאָרשונגען. דאָ דאַרף מען ספּעציעל אויסטיילן די גרופּע ווײַסרוסישע פֿאָרשער, וואָס אַרבעטן אין לאָקאַלע אַרכיוון. יעווגעני ראָזענבלאַט פֿונעם בריסקער אוניווערסיטעט אַנאַליזירט די קאָנפֿליקטן צווישן פֿאַרשידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס אין ביאַליסטאָקער געגנט אין 1939—1941, בעת טאַמאַראַ ווערשיצקאַיאַ פֿון נאָוואַרעדאָק פֿאָרשט די לאַגע פֿון פֿרויען אין דער פּאַרטיזאַנער־באַוועגונג אין ווײַסרוסלאַנד, בפֿרט אינעם פּאַרטיזאַנען־אָטריאַד פֿון די ברידער ביעלסקי, וואָס איז לעצטנס געוואָרן באַרימט, אַ דאַנק דעם האָליוווּדער פֿילם.

די פֿערטע ריכטונג האָט צו טאָן מיט ציוניזם, עליה און ישׂראל. מען אַנטפּלעקט די ספּרוזשינעס פֿון דעם סאָוועטישן ביוראָקראַטישן מעכאַניזם אין זײַנע רעפּרעסיווע און אידעאָלאָגישע פֿונקציעס פֿון מאָסקווע ביז די פּראָווינצשטעט, אַזעלכע ווי מונקאַטש. צו דער פֿינפֿטער קאַטעגאָריע געהערן די פֿאָרשונגען פֿון ניט־אַשכּנזישע ייִדישע עדות׃ קרימטשאַקעס, קאַראַיִמער, באַרג־ייִדן. די לעצטע טעמע איז געוואָרן פּאָפּולער אין דאַגעסטאַן, וואָס האָט אַן אַלטע און אַקטיווע ייִדישע קהילה.

די ייִדישע לימודים זײַנען שוין געוואָרן אָנערקענט ווי אַן אַקאַדעמישער פֿאַך אין עטלעכע אוניווערסיטעטן פֿון רוסלאַנד און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע לענדער. אויף רוסיש זײַנען אַרויס ביז גאָר וויכטיקע פֿאָרשונגען, אַזעלכע ווי די ביאָגראַפֿיעס פֿון שמעון דובנאָוו און ישׂראל צינבערג. צום באַדויערן, בלײַבן די דאָזיקע אַרבעטן עד־היום ניט צוטריטלעך פֿאַרן אויסלענדישן לייענער, און בפֿרט פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם. הײַנט האַלט די קולטורעלע און אינטעלעקטועלע דיסטאַנץ צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד אין איין וואַקסן. דערצו זײַנען אַוודאי פֿאַראַן וואָגיקע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע סיבות, אָבער די "ייִדישע פֿראַגע" איז דערבײַ מער ניט קיין ענין.

די נאָכסאָוועטישע תּקופֿה גייט שוין אַוועק אין דער געשיכטע, און מיט איר גייען אַוועק אין דער אייביקייט די מענטשן, וואָס האָבן געשפּילט אַן אַקטיווע ראָלע אין שאַפֿן אַ נײַע, נאָכסאָוועטישע וועלט. די צוויי לעצטע בענד אין דער סעריע "פּראָבלעמען פֿון ייִדישער געשיכטע", וואָס זײַנען אַרויס אין 2008 און 2009, זײַנען געווידמעט דעם אָנדענק פֿון צוויי מערקווירדיקע געלערנטע, וואָס האָבן זייער אַ סך אויפֿגעטאָן פֿאַר דער אויפֿלעבונג פֿון ייִדישע לימודים אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד׃ ראַשיד קאַפּלאַנאָוו און דזשאָן קליר. אָן זייער מסירת־נפֿשדיקער מי וואָלטן מיר אַוודאי ניט געהאַט אַזאַ אויפֿבלי פֿון ייִדישע לימודים און ייִדישער קולטור אויף רוסיש. די פֿראַגע איז, ווער וועט קומען אויף זייער אָרט, און ווי אַזוי קען מען אונטערהאַלטן דעם לעבעדיקן אַקאַדעמישן און קולטורעלן אויסטויש, וואָס איז נייטיק סײַ די רוסישע ייִדן און סײַ די אַמעריקאַנער?