די ייִדישע אַגענטור בײַ דער "יו־ען", 1947. אַבא־הלל סילווער (זיצט, צווייטער פֿון רעכטס), און לעבן אים — אָנדריי גראָמיקאָ. הינטער זיי: משה שרת און גאָלדע מאיר |
Forward Association |
אַז אין מײַ 1947 איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון "יו־ען" אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿאַר באַהאַנדלונג די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערראַשט די וועלט. אין די צאַרישע צײַטן האָט מען באַשולדיקט די ייִדן אין אָרגאַניזירן קעגן דער מאַכט אומרוען. אין קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען די ציוניסטן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר די פּראָטעסטן פֿון די אינטעלעקטואַלן, און אַנטיציוניזם איז געווען אַן אויסרייד צום אַקטויִרן קעגן די ייִדן און באַגרענעצן זייער רעליגיעזע און קולטורעלע פֿרײַהייט.
די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט שטענדיק אָנגעהאַלטן אַן עקסטרעם נעגאַטיווע שטעלונג קעגן ציוניזם. נאָך אין לענינס צײַטן האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי באַטראַכט דעם ציוניזם, ווי אַ בורזשואַזע באַוועגונג וואָס פֿאַרפֿירט די ייִדישע מאַסן פֿון דער קאָמוניסטישער רעוואָלוציע צו אַן אַנדער וועלט — ארץ־ישׂראל. נישט געקוקט אויף דער פֿײַנטלעכער באַציִונג צום ציוניזם, איז אַנטיסעמיטיזם באַטראַכט געוואָן נאָך דער רעוואָלוציע ווי אַ פֿאַרברעכן. אין די 1930ער יאָרן, אין די טעג פֿון מאַסן־רייניקונג, האָט זיך אַנטיסעמיטיזם סיסטעמאַטיש פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ געזעץ־ברעכונג צו אַ פֿאַקטיש אָפֿיציעלער סאָוועטישער פּאָליטיק.
נאָכן קומען פֿון היטלערן צו דער מאַכט אין דײַטשלאַנד האָט זיך געהויבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַ שטילע ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור. אַ סך ייִדישע קולטורעלע אינסטאַנצן זענען פֿאַרמאַכט געוואָרן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און זענען פֿולשטענדיק ליקווידירט געוואָרן נאָך דער מלחמה. דעריבער איז די רעדע פֿון אַנדריי גראָמיקאָ, דעם פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין פֿעלקער־פֿאַראיין, דעם 14טן מײַ 1947, געווען אַן איבערראַשונג. גראָמיקאָ האָט פֿאָרגעשלאָגן צו שאַפֿן אין ארץ־ישׂראל אַן אומאָפּהענגיקע דעמאָקראַטישע אַראַביש־ייִדישע מדינה און אויב דאָס וועט זײַן אוממעגלעך צוליב די צעשטערטע באַציִונגען צווישן די אַראַבער און די ייִדן, זאָל ארץ־ישׂראל צעטיילט ווערן אויף צוויי מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע.
גראָמיקאָס פֿאָרשלאָג האָט געהאַט אַ דעצידירנדיקע ווירקונג, אַז דעם 19טן נאָוועמבער 1947 האָט די אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען" באַשלאָסן צו צעטיילן ארץ־ישׂראל און שאַפֿן צוויי מדינות. און אַז אַ יאָר שפּעטער, דעם 15טן מײַ 1948, איז געשאַפֿן געוואָרן מדינת־ישׂראל, איז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען דאָס ערשטע לאַנד וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל "דע יורע", דעם 17טן מײַ, צוויי טעג נאָך איר שאַפֿונג. די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אָנערקענט ישׂראל "דע פֿאַקטאָ" 11 מינוט נאָך איר פּראָקלאַמירונג.
דעם 27סטן יוני 1948 איז אָפֿיציעל פּראָקלאַמירט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ און מאָסקווע, אַז פּאַוועל יערשאָוו וועט זײַן דער אַמבאַסאַדאָר פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין ישׂראל, און גאָלדע מאיר — ישׂראלס פֿאָרשטייער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דעם 11טן מײַ 1949 איז ישׂראל אָנגענומען געוואָרן, מיט אַ שטאַרקער שטיצע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער "יו־ען". אין יאַנואַר 1953 איז פּובליקירט געוואָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דאָס בלוט־בילבול קעגן די ייִדישע דאָקטוירים: אַ גרויסע גרופּע פֿון ייִדישע דאָקטוירים איז באַשולדיקט געוואָרן אין האָבן פּרובירט פֿאַרסמען סטאַלינען, לויטן באַפֿעל וואָס זיי האָבן באַקומען פֿון די ייִדישע און ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס.
די גרופּע האָט געזאָלט פֿאַרמישפּט ווערן צום טויט, איז זי אָבער באַפֿרײַט געוואָרן פֿון יעדן פֿאַרברעכן נאָכן טויט פֿון סטאַלינען דעם 5טן מאַרץ 1953. דעם 9טן פֿעברואַר 1953 האָט אויפֿגעריסן אַ באָמבע אין דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ און פֿאַרוווּנדעט די פֿרוי פֿונעם אַמבאַסאַדאָר און צוויי באַאַמטע. דרײַ טעג נאָך דעם האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, אָבער נאָך סטאַלינס טויט ווידער זיי אויפֿגעשטעלט.
די איניציאַטיוו צו באַנײַען די באַציִונגען איז געקומען פֿון ישׂראלס זײַט. דעם 18טן מײַ 1953 האָבן די פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל אין סאָפֿיאַ, בולגאַריע, זיך געטראָפֿן מיטן סאָוועטישן אַמבאַסאַדאָר מיכאַיִל באָדראָוו, און אים איבערגעגעבן דעם פֿאָרשלאָג צום באַנײַען די באַציִונגען. דעם 2טן יוני האָט דער אַמבאַסאַדאָר באָדראָוו איבערגעגעבן דעם פּאָזיטיוון ענטפֿער, פֿאַרלאַנגענדיק פֿון ישׂראל 3 פֿאַרפֿליכטונגען: 1. געפֿינען די שולדיקע אינעם אויפֿרײַסן אַ באָמבע אין דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ; 2. ישׂראל וועט שטענדיק שטרעבן אָנצוהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; 3. ישׂראל וועט נישט אונטערשרײַבן קיין מיליטערישן בונד און אַנדערע אָפּמאַכן געצילט קעגן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ישׂראל האָט אָנגענומען די סאָוועטישע פֿאָדערונגען און די באַציִונגען האָבן זיך באַנײַט.
ביזן 24סטן פֿעברואַר 1955, ווען ס׳איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער באַגדאַדער פּאַקט, האָט דער מיטעלער מיזרח זיך גערעכנט ווי די אײַנפֿלוס־זאָנע פֿון מערבֿ. דאָס אונטערשרײַבן דעם באַגדאַדער פֿאַרטיידיקונג־פּאַקט, צווישן טערקײַ און איראַק, פֿאַרבונדן מיט אַ פֿריִערדיקן פּאַקט צווישן טערקײַ און פּאַקיסטאַן, צו וועלכן עס האָבן זיך אָנגעשלאָסן אויך איראַן און ענגלאַנד, האָט געגעבן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַ געלעגנהייט צו פֿאַרשטאַרקן איר אַקטיוויטעט אין דעם ראַיאָן.
די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן זיך נישט אָנגעשלאָסן אין דעם פּאַקט, אָבער איר גײַסטיקער פֿאָטער איז געווען דזשאָן פֿאָסטער דאַלעס, דער אויסערן־מיניסטער, וועלכער האָט באַטראַכט דעם פּאַקט ווי אַן אינסטרומענט אָפּצוהאַלטן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין מיטעלן מיזרח.
אַבדול נאַסער, דער פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, האָט זיך זייער באַליידיקט פֿון אויפֿשטעלן דעם באַגדאַדער פּאַקט און געזען אין דעם אַ פּרוּוו צו שאַפֿן אַ שפּאַלטונג אין דער אַראַבישער וועלט, און ווי אַ רעאַקציע, האָט ער אונטערגעשריבן זײַן געווער־טראַנזאַקציע מיט טשעכאָסלאָוואַקײַ. דורך דער געווער־טראַנזאַקציע מיט טשעכאָסלאָוואַקײַ האָט עגיפּטן באַקומען פּאַנצער־וואָגנס, האַרמאַטן, שלאַכטאַרטיקע עראָפּלאַנען, באָמבאַרדירער און אַ פֿלאָט פֿון צעשטערונג־שיפֿן און אונטערוואַסער־שיפֿן. אין דער זעלבער צײַט, האָט איראַק באַקומען אַ סך געווער פֿון מערבֿ אין דער ראַם פֿון באַגדאַדער פּאַקט.
ישׂראל האָט זיך געווענדט צו די סאָוועטן און געבעטן אָפּהאַלטן די געווער־טראַנספּאָרטן קיין עגיפּטן. מאָסקווע איז, ליידער, נישט מסכּים געווען עס צו טאָן. האָט זיך ישׂראל געווענדט צו די מערבֿ־לענדער און געבעטן אָפּהאַלטן זייערע געווער־טראַנספּאָרטן קיין איראַק, און די ווענדונג איז אויך געבליבן אָן רעזולטאַטן. ישׂראל האָט געפֿילט, אַז עס שאַפֿט זיך אַן אמתע סכּנה צו איר עקזיסטענץ.
דעם 24סטן אָקטאָבער 1956 האָבן עגיפּטן, סיריע און יאָרדאַניע אונטערגעשריבן אַ מיליטערישן אָפּמאַך און געשאַפֿן אַ געמיינזאַמע מיליטערישע קאָמענדאַטור. ישׂראל האָט זיך געפֿונען אַרומגערינגלט פֿון דרײַ זײַטן און די דערשטיקונג־פּעטליע האָט זיך פֿאַרצויגן אויף איר האַלדז. אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע האָט ישׂראל אויסגעזען, אַז אויב זי נעמט ניט אָן קיין מיטלען איצט, קאָן ווערן צו שפּעט. האָט זיך דעם 29סטן אָקטאָבער אָנגעהויבן די סיני־קאַמפּיין און זיך פֿאַרענדיקט דעם 5טן נאָוועמבער. ישׂראל האָט פֿאַרניכטן די "פֿעדויִן"־באַזעס אין עזה־פּאַס, אײַנגענומען דעם פּאַס און דעם סיני־האַלב־אינדזל. ישׂראל האָט פֿאַרלוירן אין דעם קאַמפּיין 190 מענטשן.
די אַמעריקאַנער און די רוסן האָבן שטאַרק געדריקט אויף ישׂראל, זי זאָל צוריקציִען אירע מיליטערישע כּוחות פֿון סיני, און דעם 6טן נאָוועמבער האָט דוד בן־גוריון געמאָלדן, אַז ישׂראל ציט זיך צוריק. ישׂראלס מיליטערישע דערפֿאָלגן אין סיני־קאַמפּיין זענען דעפּאָזיטירט געוואָרן אין די הענט פֿון "יו־ען": אויפֿן פּלאַץ פֿון די זיך צוריקציִענדיקע ישׂראלדיקע סאָלדאַטן זענען געקומען סאָלדאַטן פֿון אויסנאַם־כּוח פֿון דער "יו־ען".
גלײַך נאָך דער באַנײַונג פֿון די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען אין יולי 1953, האָט זיך אויך באַנײַט דער האַנדל צווישן ישׂראל און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין פֿאַרלויף פֿון די דרײַ יאָר ביז דעם סיני־קאַמפּיין האָט ישׂראל אימפּאָרטירט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ברענשטאָף פֿאַר 17 מיליאָן דאָלאַר, און דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט אימפּאָרטירט פֿון ישׂראל ציטרוס־פֿרוכט און באַנאַנעס אויף 8 מיליאָן דאָלאַר. מיטן אויסבראָך פֿון דעם סיני־קאַמפּיין האָבן די סאָוועטן אַנולירט אַלע האַנדלס־אָפּמאַכן און מער זיי נישט באַנײַט.
אין יוני 1967, מיטן אויסבראָך פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. פֿון דעסטוועגן האָבן זיך אָנגעהאַלטן קולטורעלע און וויסנשאַפֿטלעכע באַציִונגען צווישן ביידע לענדער. די סאָוועטישע קינסטלער פֿלעגן קומען קיין ישׂראל און די ישׂראלדיקע קינסטלער — אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. עס זענען געוואָרן איבערגעזעצט העברעיִשע שאַפֿונגען אויף רוסיש. די ישׂראלדיקע און סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלער האָבן זיך באַטייליקט אין צוזאַמענטרעפֿן אין ביידע לענדער, אין אויסשטעלונגען און פֿילם־פֿעסטיוואַלן.
אין ישׂראל האָט מען אַ סך דערוואַרט פֿון די גאַסטראָלן אין 15 שטעט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿונעם ישׂראלדיקן סימפֿאָנישן אָרקעסטער, און פֿונעם באַזוך אין ישׂראל פֿונעם מאָסקווער שטאַטלעכן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער. די צוויי באַזוכן האָבן געזאָלט פֿאָרקומען אין נאָוועמבער 1966. אָבער צוליבן באַזוך פֿונעם סאָוועטישן פּרעמיער אַלעקסיי קאָסיגין אין עגיפּטן אין יולי 1966, ווי אַן אַקציע צו פֿאַרשטאַרקן די סאָוועטישע אַקטיוויטעט אין די אַראַבישע לענדער, האָט מאָסקווע אַנולירט דעם אויסטויש פֿון די מוזיקאַלישע קאָלעקטיוון.
אינטערעסאַנט איז צו באַצייכענען, אַז אין די יאָרן 1953—1967 איז ממשיך געווען די אימיגראַציע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די אַנדערע קאָמוניסטישע לענדער. איך ברענג ווײַטער די סטאַטיסטיק פֿון דעם פּעריאָד:
פֿון ס״פֿ — 6,884
פֿון פּוילן — 49,123
פֿון דער טשעכאָסלאָוואַקײַ — 1,576
פֿון אונגאַרן — 10,261
פֿון בולגאַריע — 1,734
פֿון רומעניע — 109,333
מיטן צוריקציִען פֿון ישׂראלס מיליטערישע קרעפֿטן פֿון סיני־האַלבאינדזל זענען געמאַכט געוואָרן פּרוּוון צום רעסטאַוורירן די צווייזײַטיקע באַציִונגען צווישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ישׂראל. אין די יאָרן 1961—1965 איז געלונגען אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך צווישן ירושלים און מאָסקווע וועגן רוסישן אייגנטום אין ישׂראל.
ישׂראל האָט זיך באַטייליקט אין אַן אַגריקולטור־אויסשטעלונג אין מאָסקווע, אין סאָוועטישע צײַטשריפֿטן זענען פּובליקירט געוואָרן באַלאַנסירטע און מעסיקע אַרטיקלען וועגן ישׂראל, און ישׂראלס אַמבאַסאַדאָרן אין מאָסקווע, גענעראַל יוסף אַבֿידר און כּתריאל כּ״ץ, האָבן אָנגעהאַלטן אַ פֿרײַנדלעכן פּאָליטישן דיאַלאָג מיט דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט.
אין יאָרבוך פֿון דער גרויסער סאָוועטישער ענציקלאָפּעדיע איז דער באַגריף "ישׂראל" פֿאַרטײַטשט געוואָרן אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן, אין פֿאַרגלײַך צו פֿריִערדיקע יאָרן. אַ שאַרפֿער קריזיס אין די באַציִונגען איז פֿאָרגעקומען נאָך דעם, ווי לוי אשכּול האָט אין זײַן רעדע אין כּנסת דעם 27סטן יאַנואַר 1966 דערקלערט, אַז ער האָפֿט, אַז אונטערן דרוק פֿון ייִדישן פֿאָלק און דער אויפֿגעקלערטער וועלטלעכער מיינונג, וועט די סאָוועטישע מאַכט ענדערן איר פּאָזיציע מכּוח דער ייִדישער פּראָבלעם אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אַז דעם 5טן יוני 1967 איז אויסגעבראָכן די זעקסטאָגיקע מלחמה, איז סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אויפֿגעטראָטן אין "יו־ען" מיט אַ פֿאָדערונג צו ברענגען צו אַ וואָפֿן-שטילשטאַנד און אַז ישׂראל זאָל זיך צוריקציִען צו די וואָפֿן-שטילשטאַנד־גרענעצן. אין אַלע קאָמוניקאַציע־מיטלען און אין אירע נאָטעס צו ישׂראל, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד גענוצט אַ שפּראַך פֿון זידלען, טאַדלען און דראָונגען.
דעם 10טן יוני האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין אָנוועזנהייט פֿון אַלע פֿירער פֿון די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע, באַשלאָסן איבערצורײַסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. רומעניע איז געווען דאָס איינציקע לאַנד פֿון די סאָוועטישע סאַטעליטן, וואָס האָט די באַציִונגען נישט איבערגעריסן. און דאָס מאָל האָט גענומען 24 יאָר ביז מאָסקווע האָט באַנײַט די באַציִונגען. אין פֿאַרלויף פֿון די 24 יאָר האָבן די ישׂראלדיקע און סאָוועטישע דיפּלאָמאַטן זיך געטראָפֿן, דיסקוטירט און פּרובירט ברענגען צו אַ באַנײַונג פֿון די באַציִונגען.
אין די יאָרן 1978—1982 בין איך געווען ישׂראלס אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע. אַזוי ווי מײַנע קאָלעגעס אין אַנדערע לענדער, האָב איך 5 יאָר אָנגעהאַלטן אַ זייער פֿרײַנדלעכן דיפּלאָמאַטישן דיאַלאָג מיט די אַמבאַסאַדאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די אַנדערע קאָמוניסטישע מדינות וועגן באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט זיי. יעדעס מאָל וואָס איך האָב אַרויפֿגעבראַכט די פּראָבלעם, האָב איך געהערט אַן אַנדער תּירוץ, אַז עס איז נישט דער פּאַסיקער מאָמענט.
איין מאָל איז דער תּירוץ געווען די קעמפּ־דייוויד־אָפּמאַכן, דערגרייכטע דורך דער אַמעריקאַנער באַטייליקונג; אַ צווייט מאָל — דאָס געזעץ וועגן ירושלים, און דאַן דאָס געזעץ פֿון רמת־הגולן, ווי אויך דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון אָנצונעמען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ. שפּעטער — דאָס פֿאַרניכטן פֿון אַטאָמישן רעאַקטאָר אין איראַק און אַליִיִר־מעמאָראַנדום צווישן ישׂראל און אַמעריקע. עס זײַנען געווען אויך אַנדערע תּירוצים, ווי למשל, דאָס פֿאַרשטאַרקן די ישׂראל־קאַמפּיין פֿאַרן זכות פֿון די סאָוועטישע ייִדן פֿרײַ עולה צו זײַן קיין ישׂראל; אָדער דער פֿאַרשטאַרקטער דרוק פֿון די אַראַבער אויף סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, זיי זאָלן אָפּשטעלן די עמיגראַציע פֿון די ייִדן קיין ישׂראל.
די באַציִונגען זענען באַנײַט געוואָרן ערבֿ דער מאַדרידער שלום־קאָנפֿערענץ, דעם 8טן אָקטאָבער 1991, און זינט דאַן אַנטוויקלען זיך די באַציִונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד אויף אַ נאָרמאַלן צופֿרידנשטעלנדיקן אופֿן. קיין ישׂראל זענען אָנגעקומען אַ מיליאָן ייִדן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.