רעצעפּטן

מײַן באָבע ליפֿשע פֿלעג אונדז יעדע וואָך אָפּקאָכן אַ געשמאַקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט סמעטענע. אַ חבֿרטע מײַנע האָט מיר אָבער לעצטנס געגעבן צו פֿאַרזוכן איר פֿליישיקע קאַרטאָפֿל־זופּ, וואָס זי האָט געדיכט געמאַכט מיט טרוקענע קאַרטאָפֿל־שנייעלעך, און כ׳מוז זאָגן — ס׳איז פּונקט אַזוי גוט!

אַ הון
8 טעפּלעך קאַלט וואַסער
3 גאָלדענע קאַרטאָפֿליעס
2 פּאָרע־ציבעלע (leek)
1 ברוקווע (turnip)
1 פּאַסטערנאַק
4 מערן
4 ציינדלעך קנאָבל
אַ קליין ביסל זאַפֿרען
1/2 לעפֿעלע קורקומע (turmeric)
1/2 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ
1/2 טעפּל טרוקענע קאַרטאָפֿל־שנייעלעך
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

לייגט אַרײַן די הון און וואַסער אין אַ טאָפּ, און הייצט עס איבער אַ גרויסן פֿײַער ביז דאָס וואַסער זידט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט דאָס וואַסער מליִען אַ האַלבע שעה. שעפּט אָפּ דעם שוים, און נעמט אַרויס די הון.

גיט צו אַלע אַנדערע באַשטאַנדטיילן, אַחוץ די קאַרטאָפֿל־שנייעלעך, און לאָזט די זופּ מליִען 2־3 שעה.

נעמט אַראָפּ דאָס הינדל־פֿלייש פֿון די ביינער, און בראָקט דאָס פֿלייש אַרײַן אין דער זופּ. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט, און מישט אַרײַן די קאַרטאָפֿל־שנייעלעך, ביז עס ווערט געדיכט.