שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַמע מישט זיך אַרײַן אין אַלץ וואָס איך טו. איך קען נישט אָנהייבן צו ציילן וויפֿל מאָל זי האָט פֿאַר מיר אַראַנזשירט באַגעגענישן מיט בחורים. איך בין שוין 27 יאָר אַלט, און ס׳איז פּשוט אַ געלעכטער. וווּ די מאַמע זאָל נישט שטיין און גיין, טראַכט זי, צי דער, אָדער יענער בחור פּאַסט פֿאַר מיר. אויב זי באַקענט זיך מיט אַ פֿרוי וואַרטנדיק אין ריי אין באַנק, צי אין אָפֿיס פֿון אַ דאָקטער, פֿרעגט זי תּיכּף, צי זי האָט נאָך נישט־חתונה־געהאַטע זין. זי גייט אין שיל, נישט צו דאַוונען, נאָר צו געפֿינען פֿאַר מיר אַ מאַן. לעצטנס, האָט זי זיך באַקענט מיט אַזאַ מעגלעכן באַשערטן אויף אַ לוויה!

איך האָב זי געבעטן אויפֿצוהערן, אָבער ס׳העלפֿט נישט. איך וויל זיך באַקענען מיט אַ מאַן און האָבן חתונה, אָבער איך בין נישט פֿאַרצווייפֿלט צוליב דעם. אַ דאַנק דער מאַמען, האָב איך זיך ביז אַהער באַגעגנט מיט מענער אין די 40ער יאָרן, מענער אָן אַרבעט, און איינעם וועלכער איז אַפֿילו נישט געווען קיין ייִד (די מאַמע האָט זיך באַקענט מיט אים אין באַנק, האָט זי געטראַכט, אַז ער מוז זײַן אַ ייִד). צו אָפֿט האָב איך זיך געפֿונען אין אומבאַקוועמע סיטואַציעס צוליב איר — גענוג שוין! ווי קען איך אָפּשטעלן דאָס משוגעת?

נישט פֿאַרצווייפֿלט


טײַערע נישט פֿאַרצווייפֿלט,

דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער. זאָגט אײַער מאַמען, אַז איר וועט מער זיך נישט באַגעגענען מיט "אירע" בחורים. באַדאַנקט זי פֿאַר איר זאָרג און ליבשאַפֿט, אָבער זאָגט איר, אַז איצט, ווי אַ דערוואַקסענע, ווילט איר אַליין אַראַנזשירן אײַערע באַגעגענישן. עס איז וויכטיק, אַז איר זאָלט זיך האַלטן בײַ דעם כּלל, און דאָס הייסט, אַז אַפֿילו נישט מיט איין מאַן, וואָס אײַער מאַמע לייגט פֿאָר, זאָלט איר זיך נישט טרעפֿן. אַניט וועט זי ווײַטער אָנגיין מיט אירע קונצן. בײַ אַזאַ סיטואַציע דאַרף מען אויסדרוקן ליבשאַפֿט צוזאַמען מיט שטרענגקייט. מע דאַרף אַרויסווײַזן אומאָפּהענגיקייט, ווי אַ דערוואַקסענע פֿרוי.

ע״ש: אפֿשר קען אײַער מאַמע, אין איר פֿרײַער צײַט, ווערן אַ שדכנטע פֿאַר אַנדערע?


טײַערע חזנטע,

מײַן טאַטע איז אַ פּענסיאָנירטער דאָקטער, און טראַכט פֿון פֿאָרן קיין האַיִטי צו העלפֿן דאָרט נאָך דעם ערדציטערניש. מײַן מאַמע בעט בײַ אים ער זאָל עס נישט טאָן. זי האָט מורא, אַז עפּעס שרעקלעכס קיין געשען מיט אים. זי האָט מורא פֿאַר נאָך אַן ערדציטערניש, אָדער, אַז ער אַליין וועט זיך אָנשטעקן מיט אַ קרענק. אָפֿט קען מײַן מאַמע זײַן אומראַציאָנעל, אָבער איך זאָרג זיך וועגן טאַטן אויך. ער ענטפֿערט, אַז ער איז 78 יאָר אַלט, אין אַ גוטן פֿיזישן צושטאַנד, און אויב זײַן סוף קומט בעתן העלפֿן אַנדערע מענטשן אין האַיִטי, קען ער שלום מאַכן מיט דעם געדאַנק און קען שטאַרבן, טראַכטנדיק — "איך האָב געהאַט אַ וווּנדערלעך לעבן".

איך בין אַ בת־יחידה און מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן מיך געבעטן צו העלפֿן זיי באַשליסן. איך האַלט, אַז מײַן טאַטע זאָל פֿאָרן, אָבער אויב איך באַשליס אַזוי, און עפּעס געשעט מיט אים..... איך בין געטרײַ מײַנע עלטערן, און האָב אַפֿילו זיך אַריבערגעצויגן קיין פֿלאָרידע, כּדי צו זײַן לעבן זיי.

פֿאַרזאָרגטע טאָכטער


טײַערע פֿאַרזאָרגטע טאָכטער,

ווי געוואַלדיק, וואָס אײַער טאַטע איז גרייט צו פֿאָרן קיין האַיִטי און העלפֿן מיט זײַן מעדיצינישער פּראַקטיק. לויט ווי איך זע אין טעלעוויזיע, דאַרף מען דאָרט נייטיק האָבן הילף און זאַפּאַסן. איך בין זיכער, אַז אײַער טאַטע וועט אויסמײַדן די סכּנה ווען מעגלעך, אַזוי ווי אַ דאָקטער פֿאַרשטייט אַ גאַנץ לעבן, ווי נישט צו ווערן אָנגעשטעקט מיט אַ קרענק. די מעגלעכקייט פֿון נאָך אַן ערדציטערניש איז זיכער פֿאַראַן, ווי אויך די מעגלעכקייט פֿון אַן אויטאָ־אַקצידענט, ווערן קראַנק אָדער אַ הוראַגאַן אין פֿלאָרידע. איך וואָלט געעצהט אײַער טאַטן, ער זאָל יאָ פֿאָרן. אָבער עס איז נישט ריכטיק, אַז איך, אָדער איר, זאָלן דאָס באַשליסן. אײַערע טאַטע־מאַמע דאַרפֿן קומען צו אַ הסכּם. איר דאָרפֿט זיי נאָר שטיצן אין זייער באַשלוס.


טײַערע חזנטע,

זאָל איך עפֿענען די טיר פֿאַר אַ מיידל אויף אַ ראַנדעוווּ, אָדער עס ווערט שוין פֿאַררעכנט ווי אנטיפֿעמיניסטיש?

נישט־זיכער


טײַערער נישט־זיכער,

יאָ, מהיכא־תּיתי, עפֿנט די טיר פֿאַר דער פֿרוי; ס׳איז דאָך פּשוט העפֿלעך. אָבער אויב זי קומט צו צו דער טיר צו ערשט, זאָל זי האַלטן אָפֿן די טיר פֿאַר אײַך.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024