דער ביטערער זאָג, אַז אויף אַ ייִד זעט מען באַלד, האָט אין אונדזער צײַט באַקומען זײַן גילגול אינעם מויל פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנצן, דהײַנו: אויף ישׂראל זעט מען באַלד.
ווי אַ ביטערע פּיל, וואָס אי זי היילט נישט, אי זי מאַכט נישט גרינגער, איז געבליבן דער אַזוי גערופֿענער "גאָלדסטאָן־באַריכט" — אַ רעזולטאַט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אויספֿאָרשונג אויף די געשעענישן פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ". אַ דאָקומענט, וואָס ס'איז שווער אים אָנצורופֿן אַן אָביעקטיווער, הגם דווקא אַזאַ וואָלט ער געדאַרפֿט זײַן.
אהוד ברק, דער שוץ־מיניסטער פֿון ישׂראל, האָט געפֿונען פֿאַר אים מער פּינקטלעכע ווערטער: "פֿאַרקריפּלט, פֿאַלסיפֿיצירט און ניט־באַלאַנסירט".
סוף יאַנואַר האָט ישׂראל צוגעשטעלט אין דער "יו־ען" איר אייגענעם באַריכט נאָכן אויספֿאָרשן די מיליטערישע אַקציע. נאָך אַזאַ שאַרפֿער ישׂראל־קריטיק, וואָלט מען געדאַרפֿט דערוואַרטן אַן ענטפֿער, וואָס וואָלט נישט געלאָזט קיין זכר פֿון יענעם "גאָלדסטאָן־באַריכט". אָבער, ווי עס טענהן די עקספּערטן, האָט זיך פֿון דעם אויסגעלאָזט אַ בוידעם. ס'רובֿ פֿון די באַשולדיקונגען, וואָס דער "גאָלדסטאָן־באַריכט" האָט אַרויסגערוקט קעגן ישׂראל, זײַנען טאַקע אויסגעפֿאָרשט געוואָרן און אָפּגעפֿרעגט געוואָרן, אָבער דער אַלגעמיינער טאָן פֿון דעם ישׂראל־באַריכט קלינגט ווי אַ פֿאַרענטפֿערונג. דערצו נאָך האָט ישׂראל צוגעלייגט אַ טשעק אויף 10 און אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר, ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַרן שאָדן, געבראַכט די "יו־ען"־אָביעקטן אין עזה.
די ישׂראל־קאָמיסיע באַמיט זיך צו דערווײַזן, אַז די אַלע אָביעקטן, וואָס אין "גאָלדסטאָן־באַריכט" ווערן אָנגערופֿן "ציווילע", האָבן די "כאַמאַסניקעס" אויסגענוצט ווי מיליטערישע פּונקטן אָדער געווער־סקלאַדן. שוין אָפּגערעדט, אַז די קרבנות צווישן דער ציווילער באַפֿעלקערונג זײַנען געווען מינימאַלסטע אויף וויפֿל ס'איז בכלל מעגלעך אין יענע באַדינגונגען.
אַוודאי זײַנען די פֿירער פֿון "כאַמאַס" געבליבן צופֿרידן פֿון "גאָלדסטאָן־באַריכט", וואָס איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן שיִער נישט אונטער זייער דיקטירן. ס'איז גענוג צו ברענגען די ווערטער, אַז "כאַמאַס" האָט טאַקע באַשאָסן די ישׂראל־טעריטאָריע, אָבער נאָר די מיליטערישע אָביעקטן. דעם ליגן האָבן אָפּגעוואָרפֿן אַפֿילו די רעכט־פֿאַרטיידיקער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע Human Rights Watch, נאָר נישט די גאָלדסטאָן־קאָמיסיע.
פֿון דעסטוועגן, ווערן אינעם ישׂראלדיקן ענטפֿער־באַריכט באַטאָנט די וויכטיקסטע מאָמענטן, ווי למשל, די סיבה פֿאַרוואָס דאָס ישׂראל־מיליטער האָט געמוזט אַרײַנגיין אין עזה. צום באַדויערן, האָבן די מיטגלידער פֿון דער "גאָלדסטאָן"־קאָמיסיע נישט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו דערקלערן, אַז ישׂראל, ווי יעדע אַנדערע מלוכה האָט רעכט צו פֿאַרטיידיקן אירע בירגער פֿון כּסדרדיקע באַשיסונגען. דווקא אויף דעם איז געשטעלט געוואָרן דער טראָפּ פֿון דער ישׂראל־אויספֿאָרשונג: נישט אָפּלייקענען די באַשולדיקונגען, נאָר צו דערווײַזן, אַז ישׂראל האָט רעכט און איז מסוגל אַליין אָפּשאַצן די מעשׂים פֿון איר מיליטערישן כּוח. צוליב דעם האָט ישׂראל אַ דעמאָקראַטישע און אומאָפּהענגיקע געריכט־סיסטעם, וואָס מע קאָן אויף איר זיך פֿאַרלאָזן.
אַזעלכע "גאָלדסטאָן־קאָמיסיעס", געשאַפֿן אונטערן דאַך פֿון פֿאַרשידענע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, ווילן ווײַזן, אַז ישׂראל מוז מען האַלטן אונטער אַ קאָנטראָל. דעריבער איז אַזוי וויכטיק, אַז ישׂראל זאָל האָבן אַן אייגענע אינערלעכע קאָמיסיע, וואָס וואָלט אַליין, איידער ס'ווערן אַרײַנגעשיקט אַזעלכע שליחים, ווי גאָלדסטאָן און זײַנע באַהעלפֿער, אויסגעפֿאָרשט יעדן מעגלעכן פֿאַרברעכן סײַ פֿונעם ישׂראל־מיליטער און סײַ פֿונעם צד־שכּנגד.
אַזאַ קאָמיסיע וועט דערמעגלעכן נישט בלויז צו אַנטפּלעקן מיליטערישע פֿאַרברעכנס, נאָך אויך יורידיש שטיצן סײַ די מעשׂים פֿון צה"ל און סײַ די באַשלוסן פֿון דער רעגירונג. צי וועט די וועלט זיך וועלן צוהערן צו די אויספֿירן פֿון דער אינערלעכער ישׂראל־קאָמיסיע, ווענדט זיך שוין פֿון דעם, ווי ווײַט די וועלט איז פֿאַרגאַנגען אין איר קרומקייט.