אײראָפּע, געזעלשאַפֿט
פֿון מיכל יאַנקיווסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַז מען שיקט מיר צו אַן אויסצוג פֿונעם ווילנער אָוונטבלאַט "וואַקאַראָ זשיניאָס" ווייס איך, אַז דאָרטן וועט זײַן שמוץ אויף ייִדן. נאָר אַזאַ אַנטיסעמיטישע בילערײַ ווי הײַיאָר, אין מערץ חודש, איז נאָך ניט געווען. אין ריגע איז דאַן פֿאָרגעקומען אַ חורבן־קאָנפֿערענץ, וואָס עס האָט אָרגאַניזירט דער וועלט־קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. די הויפּט־רעדנער זײַנען געווען דער דירעקטאָר פֿון ש. וויזענטאַל־צענטער אפֿרים זוראָף, דער אָנפֿירער פֿון דעם קאָנגרעס באָריס שפּיגל און דער קאָנגרעס־פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל לעאָן גרינבערג.

אײראָפּע, פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען וועט ער קומען, דער סוף? מיט דער און נאָר אָט דער פֿראַגע פֿלעגן אויפֿשטיין און זיך לייגן די קאַצעטלער פֿון אוישוויץ. ס'איז געווען קלאָר, אַז דעם טויט וועט דאָ קיינער נישט אויסמײַדן. מ׳האָט אים געוואַרט יעדע מינוט. און דער פּײַניקסטער געדאַנק איז געווען פֿאַרבונדן מיטן לעבן. צי איז עמעצן באַשערט דאָ צו בלײַבן לעבן? אָט די פֿראַגע איז אין אוישוויץ פֿאַרווערט געווען צו שטעלן. אַהין פֿלעג מען ברענגען נאָר צוליב איין זאַך — טייטן! סוף יאַנואַר 1945 האָבן די קוים לעבעדיקע קאַצעטלער דערהערט שיסערײַען, און זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ניט ווײַט פֿון זיי גייט אָן אַ שלאַכט.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר פּאַלעי

נישט לאַנג צוריק איז אין קעשענעוו אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע קאָנצערטן אונדזער בן־עיר, וואָס וווינט איצט אין אַמעריקע, דער באַקאַנטער פּיאַניסט און דיריגענט אַלכּסנדר פּאַלעי. ער קומט אַהער אָפֿט און שטענדיק ברענגט ער אינטערעסאַנטע מוזיקאַלישע פּראָגראַמען, סײַ ווי אַ פּיאַניסט און סײַ ווי דיריגענט. "ווען איך גיי אַרויס דאָ אויף דער בינע, פֿיל איך מײַן שליחות גאָר אַנדערש, ווי ווען איך שפּיל אין די גרעסטע זאַלן פֿון אייראָפּע אָדער אַמעריקע. מאָלדאָווע איז דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ איך נעם נישט קיין האָנאָראַר פֿאַר מײַנע אויפֿטריטן.

אײראָפּע, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער הויפּט־רבֿ פֿון ענגלאַנד, ד״ר יונתן סאַקס, פֿאַרלאָזט דאָס העכסטע געריכט בעת אַן אַפּעל לטובֿת דער "ייִדישער פֿרײַער שול", דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאָנדאָן

יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין מאָלדאָווע איז ווידער אַ פּרעזידענטישער קריזיס. דאָס הייסט, אַז קאַנדידאַטן אויף צו פֿאַרנעמען דעם הויכן פּאָסטן פֿעלן נישט אויס, איין קלייניקייט — מע קען אים נישט אויסוויילן. נאָך די לעצטע וואַלן, איז צו דער מאַכט געקומען דער אַזוי גערופֿענער "אַליאַנץ פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע", וואָס האָט אין פּאַרלאַמענט 53 מאַנדאַטן. די קאָמוניסטישע אָפּאָזיציע האָט 48 מאַנדאַטן. כּדי אויסצוּוויילן דעם פּרעזידענט פֿון לאַנד, דאַרף דער קאַנדידאַט אָננעמען די מערהייט פֿון 61 שטימען.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿריִער, נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, איז צווישן די קינדער געווען פֿאַרשפּרייט אַ לידעלע: "מיר לעבן פֿריילעך הײַנט, נאָר מאָרגן וועט אונדז פֿריילעכער זײַן נאָך מער." פּונקט אַזוי פֿילן זיך הײַנט די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. יעדנפֿאַלס, ס׳איז נישט סקוטשנע. אין סעפּטעמבער האָט דאָס לאַנד זיך ווי אַריבערגעפּעקלט צוריק אין די 1990ער יאָרן...

נאָכן אויסוויילן מיכײַ גימפּו פֿאַרן ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף דעם פּראָטעסט פֿון די קאָמוניסטן, צוליב דער אומגעזעצלעכקייט פֿון די וואַלן.

ייִדיש־וועלט, אײראָפּע, ‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַ מאַרטין ווײַנבערגס כּל־בו געשעפֿט אין מאַלמע, האָט מען שוין נײַן מאָל אויסגעהאַקט די שויבן און פֿאַרשמירט די ווענט מיט האַקנקרייצן

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן.

די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער דענקמאָל פֿון יחיאל שרײַבמאַן אין וואַד־ראַשקעוו

לויט דער שוין אײַנגעשטאַנענער טראַדיציע, קומען אָפֿט אין אויגוסט די געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד. אויך הײַיאָר איז פֿון עסטרײַך געקומען צו באַזוכן זײַנע קרובֿים דער מוזיקער ראָמאַן גרינבערג. ער וווינט אין ווין און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן: טרעט אויף מיט ייִדישע לידער און פֿירט אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר. ער איז שוין פֿריִער געווען אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט זײַן כאָר אינעם פֿעסטיוואַל "בעסאַראַבער ליד". דאָס מאָל איז ער געקומען מיט זײַן פֿרוי און ברודער טאָני צו פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דער היים־שטאָט בעלץ.

פּובליציסטיק, אײראָפּע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רעקלאַמע פֿון פּסח־אונטערנעמונגען אין פּעטערבורג, רוסלאַנד

איר ווייסט, אַוודאי, אַליין, ווי איבערגעלאָדן ווערט דער טעלעפֿאָן אין די פּסחדיקע טעג: מע קלינגט פֿון אַנדערע שטעט און לענדער, מע ווינטשט איינער דעם אַנדערן געזונט, מזל וכ׳, און מע שמועסט פּשוט. רעד איך אָט אַזוי מיט אַ גוטן חבֿר מײַנעם, וואָס וווינט אין פּעטערבורג (אין רוסלאַנד, ניט אין פֿלאָרידע), און ער זאָגט מיר: “דו ווייסט, איך וועל דיר באַלד איבערשיקן אַ טשיקאַוון פֿאָטאָ פֿון דער רעקלאַמע, וואָס איך זע פֿון מײַן פֿענצטער".

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 5טן אַפּריל וועלן אין מאָלדאָווע דורכגעפֿירט ווערן די פּאַרלאַמענט־וואַלן. די איצטיקע וואַל־קאַמפּיין גייט דורך אין אַ באַזונדער שווערער צײַט, צוליב דעם וועלט־קריזיס בכלל, און דעם קריטישן פּאָליטישן מצבֿ אין לאַנד בפֿרט. דערווײַל האָט דער עקאָנאָמישער קריזיס פֿאַרטשעפּעט מאָלדאָווע נאָר מיט איין פֿליגל — ס‘איז געפֿאַלן דאָס בויען נײַע הײַזער, וואָס האָט לעצטנס זיך גוט אַנטוויקלט; צוליב דעם, וואָס פֿון אויסלאַנד, באַזונדערס פֿון מערבֿ־אייראָפּע און רוסלאַנד,

געזעלשאַפֿט, אײראָפּע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די גאַליציאַנער שטאָט, וועגן וועלכער די רייד וועט גיין ווײַטער, באַקאַנט געוויינטלעך ווי סטאַניסלאַוו. דעם איצטיקן נאָמען איוואַנאָ-פֿראַנקאָווסק, צי איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק אויף אוקראַיִניש, האָט די שטאָט באַקומען נאָר אין 1962 — זינט דעמאָלט טראָגט עס דעם נאָמען פֿונעם גרויסן אוקראַיִנישן שרײַבער איוואַן פֿראַנקאָ (וואָס האָט, אַגבֿ, געקענט ייִדיש און זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר).

ייִדיש־וועלט, אײראָפּע
אויף דער ייִדישער גאַס אין צענטראַל-פּאַרק

דער לעבנס־שטייגער אין די קליינע ייִדישע קהילות האָט שוין אין משך פֿון די לעצטע יאָרן אײַנגעפֿירט זײַן אייגענעם לוח, וווּ מע קאָן געפֿינען סײַ די טראַדיציאָנעלע ייִדישע יום־טובֿים און סײַ די דאַטעס און חגאות, וואָס אונדזער טאָג־טעגלעכקייט האָט זיי אײַנגעפֿירט.

אַזוי איז פֿאָרגעקומען אויך הײַיאָר אין סעפּטעמבער־חודש, וווּ די צענטראַלע אונטערנעמען איז פֿאַרבונדן מיט דער טראַגישער יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע אינעם דובאָסאַרער "באַבי יאַר".