אײראָפּע

אין מאָלדאָווע איז ווידער אַ פּרעזידענטישער קריזיס. דאָס הייסט, אַז קאַנדידאַטן אויף צו פֿאַרנעמען דעם הויכן פּאָסטן פֿעלן נישט אויס, איין קלייניקייט — מע קען אים נישט אויסוויילן. נאָך די לעצטע וואַלן, איז צו דער מאַכט געקומען דער אַזוי גערופֿענער "אַליאַנץ פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע", וואָס האָט אין פּאַרלאַמענט 53 מאַנדאַטן. די קאָמוניסטישע אָפּאָזיציע האָט 48 מאַנדאַטן. כּדי אויסצוּוויילן דעם פּרעזידענט פֿון לאַנד, דאַרף דער קאַנדידאַט אָננעמען די מערהייט פֿון 61 שטימען. באַקומט זיך עס נישט ווידער, ווײַל דאָס מאָל האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט־קאַנדידאַט, מאַריאַן לופּו, וואָס איז אַליין פֿריִער געווען אַ קאָמוניסט, אונטערגעריסן זײַנע געוועזענע פּאַרטיי־חבֿרים.

צוריק גערעדט, בויקאָטירן די קאָמוניסטן נישט אַזוי לופּו, ווי די פּאָליטיק פֿון דער נײַער מאַכט, וואָס זוכט נישט צו געפֿינען קיין פּשרה מיט אירע אָפּאָנענטן, כּדי צוזאַמען אַרײַנצוגיין אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. נאָך מער: זיי האָבן פֿונאַנדערגעוויקלט אַ געיעג־קאַמפּאַניע אויף זייערע קעגנער און קריטיקער. אַזוי, למשל, האָט דער קאָאָרדיניר־ראַט בײַ די טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן עכטן רעפּרעסיר־אָרגאַן, וועלכער שטראָפֿט און באַזײַטיקט די אַלע מיטאַרבעטער פֿון דער מעדיאַ, וואָס זײַנען נישט מסכּים מיט דער איצטיקער פֿירערשאַפֿט פֿון לאַנד. עס זײַנען שוין געשלאָסן געוואָרן עטלעכע ראַדיאָ־סטאַנציעס און לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעלייגט אַ שטראָף אויף דער פּריוואַטער טעלעוויזיע־קאָמפּאַניע "NIT", הלמאַי זי האָט געוויזן די גאַסן־דעמאָנסטראַציע פֿון די פּענסיאָנערן, וואָס מ׳האָט זיי געלאָזט אָן די פֿאָר־לגאָטעס אויפֿן געזעלשאַפֿטלעכן טראַנספּאָרט, און אויף 100% אויפֿגעהויבן דעם אָפּצאָל פֿאַר וואַסער.

די איצטיקע רעגירונג אין שפּיץ מיט וולאַד פֿילאַט פֿאַרנעמט זיך נישט מיטן לייזן די קריזיס־פּראָבלעמען, אָדער אויסאַרבעטן דעם בודזשעט פֿאַרן קומענדיקן יאָר; זי איז מיטן קאָפּ אַרײַן אין דעם קאַדער־ווירבל, זאָגט אָפּ מענטשן פֿון דער אַרבעט, קודם־כּל יענע, וואָס האָבן מיטגעאַרבעט מיט דער פֿריִערדיקער רעגירונג. אַזוי האָט מען אָפּגערופֿן פֿון זייער שליחות 12 אַלטע אַמבאַסאַדאָרן, אַרײַנגערעכנט די אַמבאַסאַדאָרין פֿון ישׂראל, לאַריסאַ מיקולעץ. די בעסאַראַבער לאַנדסמאַנשאַפֿט איז בפֿירוש געווען זייער צופֿרידן מיט איר. זי האָט אַ סך געטאָן אויפֿצוהאַלטן און פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונגען צווישן מאָלדאָווע און ישׂראל. אָנשטאָט די אָפּגעזאָגטע טשינאָווניקעס שיקט מען אין אויסלאַנד מענטשן, וואָס האָבן נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיטן אַפּאַראַט פֿון דער איצטיקער מאַכט.

אין רעזולטאַט פֿון אַזאַ צוגאַנג צו קאַדרען האָט דעם פּאָרטפֿעל פֿון מיניסטעריום פֿאַר אינערלעכע ענינים באַקומען וויקטאָר קאַטאַן. מיט 10 יאָר צוריק, נאָך פֿאַר דעם ווי די קאָמוניסטן האָבן ווידער איבערגענומען די מאַכט אין לאַנד, האָט מען אים אַראָפּגענומען פֿון זײַן אַמט צוליב זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער אומטויגעוודיקייט. איצט איז ער, ווי אַ מיטגליד פֿון דער ליבעראַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, נאָכאַמאָל "אַרויף אויפֿן פֿערדל". און באַלד איז קלאָר געוואָרן מיט וועמען מע האָט דאָ צו טאָן. דעם 14טן אָקטאָבער, בעתן פֿײַערן דעם "שטאָט־טאָג", האָבן זיך אויפֿן גרעסטן פּלאַץ פֿון קעשענעוו צונויפֿגענומען טויזנטער אײַנוווינער. און אין מיטן דעם קאָנצערט האָט אויפֿגעריסן אַ באָמבע, וואָס האָט פֿאַרוווּנדעט 50 מענטשן.

ביז הײַנט קאָן מען קיין שום שפּורן פֿון דעם טעראָריסטישן אַטאַק נישט געפֿינען. אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער מיניסטער קאַטאַן עפּעס געפּרוּווט צו דערקלערן, אָבער קיינער האָט טאַקע גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען. סײַדן, ס׳איז דערמאָנט געוואָרן "אַל־קײַדאַ"... אין אַ וואָך אַרום נאָכן אויפֿרײַס, האָבן כוליגאַנען צעהאָנגען אויף ביימער אין אַ פּאַרק גרויסע פּלאַקאַטן מיט שוואַרצע האַקנקרייצן. דער כוליגאַניזם אין שטאָט צעוואַקסט זיך און נעמט אָן מער כּוח פֿון טאָג צו טאָג.

צו אַלע גליקן האָט די עפּידעמיע פֿון דער חזיר־גריפּע נישט אויסגעמיטן אויך מאָלדאָווע. אָבער נאָך פֿאַר דעם ווי די אָנשיקעניש האָט זיך פֿאַרשפּרייט, האָט דער געזונטהייט־מיניסטער געהייסן אָפּרופֿן אַלע דאָקטוירים פֿון די גרענעץ־פּונקטן. פֿאַרוואָס? צוליב עקאָנאָמישע סיבות. ערשט נאָך אַ סקאַנדאַל אין פּאַרלאַמענט, נאָך דער קריטיק פֿון דער אָפּאָזיציע, זײַנען די דאָקטוירים אומגעקערט געוואָרן צו זייערע פֿריִערדיקע אַרבעט־פּונקטן.

מיט איין וואָרט, קיין לצים פֿעלן בײַ אונדז נישט אויס. אָבער דער גרעסטער לץ פֿירט אָן מיט אונדזער פּאַרלאַמענט. זײַן נאָמען איז מיכאַי גימפּו. איך וואָלט געקאָנט דאָ דערציילן אַ סך "חכמות", וואָס קומען אַרויס פֿון זײַן מויל. זיי פּאַסן אָבער נישט פֿאַר אונדזער חשובֿער צײַטונג. אויף די זיצונגען פֿונעם פּאַרלאַמענט פֿירט גימפּו זיך אויף ווײַט נישט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן: שליסט אויס די מיקראָפֿאָנען, האַקט איבער דעם רעדנער, מאַכט גראָבע באַמערקונגען, וכּדומה. ס׳איז דערגאַנגען דערצו, אַז די אָפּאָזיציע האָט געפֿאָדערט מע זאָל דורכפֿירן אַ מעדיצינישע עקספּערטיזע צו אָפּצושאַצן זײַן פּסיכישן צושטאַנד.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די לעצטע אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט צווישן דער באַפֿעלקערונג, ווײַזן אַרויס אַ קעגנערשאַפֿט צו דער איצטיקער פֿירערשאַפֿט. זעט אויס, אַז עס רוקט זיך אָן אַ נײַער מאַכט־קריזיס, ווײַל די איצטיקע "דעמאָקראַטן" זײַנען נישט בעסער פֿון די פֿריִערדיקע קאָמוניסטן. ווי זאָגט מען: די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט.