- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס פֿאַרענדיקט זיך אַ יאָר, וואָס האָט געקענט זײַן אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי אונטערנעמונגען אין דער פֿאַרבינדונג מיט שלום-עליכמס 150סטן יובֿל. אמת, עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו טענהן, אַז מע האָט גאָרנישט ניט אויפֿגעטאָן. פֿון דעסטוועגן איז אין מאַרץ, אַרום דער צײַט פֿון שלום-עליכמס געבוירנטאָג, געווען אָרגאַניזירט אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ אין ניו-יאָרק, בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר בשותּפֿות מיטן קאָלומביע-אוניווערסיטעט. דער גרינדער און ערשטער דירעקטאָר פֿונעם "גאַליציאַנער ייִדישן מוזיי" אין קראָקע איז געווען דער בריטישער פֿאָטאָגראַף קריס שוואַרץ (1948—2007), וועלכער האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן פֿאָטאָגראַפֿירט די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין (פּוילישער) גאַליציע, און דערנאָך געשאַפֿן דעם מוזיי, צום טייל, כּדי אויסצושטעלן זײַן קונסט. הײַנט שטעלן מיט זיך פֿאָר זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס אַ פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אינעם מוזיי, וועגן דעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין אַ סך געשריבן, מיט פֿאַרשיידענע טעאָריעס, פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען אַזאַ פֿענאָמען איז אויפֿגעקומען במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר. אַנומלט האָב איך אויסגערעכנט די פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד, אָבער געבנדיק אַ קוק אויפֿן "דײַטשער קלעזמער־וועבזײַט", דאַכט זיך מיר, אַז די רשימה איז נאָך לענגער געוואָרן, כאָטש פֿון טייל גרופּעס האָט מען שוין לאַנג נישט געהערט: "פֿיאַלקע", "האַריס פֿריילעך", "טאַנגאָ און קלעזמער־קוואַרטעט", במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר זענען אין די אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן צוגעקומען בערך 23,000 תּלמידים — צום גרעסטן טייל בײַ די חרדים, גיט איבער אַ נײַער צענזוס. ס׳איז אויך געוואַקסן די צאָל ייִדישע טאָגשולן — פֿון 759 ביז 800. בסך־הכּל לערנען זיך הײַנט אין די טאָגשולן 228,174 קינדער. מע קען הײַנט געפֿינען ייִדישע טאָגשולן אין 39 שטאַטן. די גרעסטע צאָל טאָגשול־תּלמידים געפֿינט מען אין ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי, קאַליפֿאָרניע, פֿלאָרידע, דזשאָרדזשיע, אילינוי, מערילענד און טעקסאַס. מיט 95 יאָר צוריק, דעם 5טן נאָוועמבער 1914, איז אין ניו-יאָרק אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "דער טאָג". די לייענער האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ פֿאָטאָסטאַט פֿון דעם ענגלישן אָריגינאַל און אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם בריוו, מיט וועלכן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וווּדראָו ווילסאָן, האָט באַגריסy די נײַע אויסגאַבע און איר רעדאַקטאָר הערמאַן בערנשטיין. דער פּרעזידענט האָט געשריבן: "... עס טוט מיר אמת הנאה צו וויסן, אַז איר וועט זײַן איר רעדאַקטאָר און טאָן-געבער. "וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן, אין ארץ-כּנען. יעקבֿ האָט געמיינט, נאָך זײַן קריגערײַ מיט עשׂו, דער מעשׂה מיט שכם און דינה און דער נקמה פֿון שמעון און לוי, דער טויט פֿון זײַן באַליבטער ווײַב רחל און זײַן טאַטן יצחק, קאָן ער זיך, סוף־כּל־סוף, אָפּרוען. פֿון אַלע זײַנע קינדער, האָט יעקבֿ באַזונדערס ליב געהאַט יוספֿן. ער האָט פֿאַר אים געמאַכט אַ "כּתונת פּסים" — אַ ספּעציעלן בונטן מלבוש, וואָס ווײַזט אָן אויף יוספֿס פֿאַרשיידענע מעלות און פֿעיִקייטן. דער מינסקער פֿאַרלאַג "מעט" האָט זיך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק גענומען פֿאַר אַן אַמביציעזן פּראָיעקט פֿון אַרויסגעבן די געזאַמלטע רוסישע ווערק פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי. לכתּחילה האָט מען געהאַט בדעה זיך צו באַגרענעצן מיט פֿינף בענד, דערנאָך האָט זיך דער פֿאַרנעם צעוואַקסן ביז נײַן בענד. עד־היום זײַנען אַרויס צוויי ביכער. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן די מער אָדער ווײַניקער באַקאַנטע פּראָזע־ווערק׃ די ראָמאַנען "שמשון דער נזיר" און "פֿינף" און אַ ריי דערציילונגען. אין מאָלדאָווע איז ווידער אַ פּרעזידענטישער קריזיס. דאָס הייסט, אַז קאַנדידאַטן אויף צו פֿאַרנעמען דעם הויכן פּאָסטן פֿעלן נישט אויס, איין קלייניקייט — מע קען אים נישט אויסוויילן. נאָך די לעצטע וואַלן, איז צו דער מאַכט געקומען דער אַזוי גערופֿענער "אַליאַנץ פֿאַר דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע", וואָס האָט אין פּאַרלאַמענט 53 מאַנדאַטן. די קאָמוניסטישע אָפּאָזיציע האָט 48 מאַנדאַטן. כּדי אויסצוּוויילן דעם פּרעזידענט פֿון לאַנד, דאַרף דער קאַנדידאַט אָננעמען די מערהייט פֿון 61 שטימען. פֿאַר די אָסלאָ־אָפּמאַכן, האָט די יאָרדאַנישע אָפּציע אויסגעזען ווי אַ לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דאָס הייסט, אַ לייזונג, וווּ דער מערבֿדיקער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל וועט צוריקגיין צו יאָרדאַניע. אין דער מאַדרידער שלום־קאָנפֿערענץ, אָקטאָבער 1991, האָט זיך באַטייליקט אַ געמיינזאַמע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. מיט די אָסלאָ־אָפּמאַכן האָט ישׂראל גורם געווען, אַז קעניג כוסיין פֿון יאָרדאַניע האָט מוותּר געווען אויפֿן מערבֿדיקן ברעג און עס געלאָזט אין די הענט פֿון אַראַפֿאַטן, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. כאָטש ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט אַליין ניט געשריבן פּאָעזיע, איז דער גרויסער ייִדישער לינגוויסט געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס־פּאָעזיע ווי אַ וויסנשאַפֿטלער, רעדאַקטאָר, לערער און מנהיג — און אויך דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן, ווי אַן איבערזעצער, וועלכער האָט אין זײַנע פֿרייִקע יאָרן איבערגעזעצט אַ טייל פֿון האָמערס "איליאַדע". אין די 20ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט ער קאָמענטירט אויף אַ פּוילישער רעצענזיע פֿון ב.י. ביסטראָן אויף ייִדישע פֿאָלקסלידער, וועלכע האָבן פּוילישע השפּעות. ליבע פֿרײַנד, נאָך דעם ווי איך האָב איבערגעלייענט דאָס ענגלישע אַרטיקעלע אין דער "ניו־יאָרק פּאָסט," פֿון זיבעטן נאָוועמבער 2009, בין איך טאַקע אַוועק זען "די גרויסע באָבקעס" וואָס שפּילט איצט אינעם בנין פֿון "אַרבעטער־רינג." געוואָלט זען מיט די אייגענע אויגן אין וואָס ס׳באַשטייט די גרויסע גראַטשקע. הייסט עס, אַז מיר פֿאַרמאָגן אין ניו־יאָרק צוויי ייִדישע טרופּעס, "די גרויסע באָבקעס" מיט "די קליינע באָבקעס," און ווען עס קומט צו די עטאַבלירטע גרויסע "באָבקעס" האָב איך אַלע מאָל געטראַכט וועגן דעם גרויסן באַרג וואָס האָט געבוירן אַ קליין מײַזעלע. אַ נע־ונדישע דוינע
איציק מאַנגערן מיט בענקשאַפֿט
|