קהילה־לעבן, פּובליציסטיק

במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר זענען אין די אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן צוגעקומען בערך 23,000 תּלמידים — צום גרעסטן טייל בײַ די חרדים, גיט איבער אַ נײַער צענזוס. ס׳איז אויך געוואַקסן די צאָל ייִדישע טאָגשולן — פֿון 759 ביז 800. בסך־הכּל לערנען זיך הײַנט אין די טאָגשולן 228,174 קינדער.

מע קען הײַנט געפֿינען ייִדישע טאָגשולן אין 39 שטאַטן. די גרעסטע צאָל טאָגשול־תּלמידים געפֿינט מען אין ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי, קאַליפֿאָרניע, פֿלאָרידע, דזשאָרדזשיע, אילינוי, מערילענד און טעקסאַס.

דער פּרטימדיקער צענזוס, וועלכער איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן כּלל־טוער, ד״ר מאַרווין שיק, און איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער "אַבֿי־חי פֿונדאַציע", דעקט דאָס פֿאַרגאַנגענע שוליאָר 2008—2009. די פֿונדאַציע האָט אויך אַרויסגעלאָזט ענלעכע שטודיעס אין די יאָרן 1998—1999 און 2003—2004.

לויט דער איצטיקער סטאַטיסטיק, זענען במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר צוגעקומען 56% מער תּלמידים אין די חסידישע שולן, און 34% אין די ליטווישע (אָדער ווי מע רופֿט זיי אין אַמעריקע — די "ישיבֿישע"). דער וווּקס שטעקט, אַ פּנים, אין דער הויכער געבורטיקייט אין יענע קרײַזן. אויב די טענדענץ וועט ווײַטער אָנגיין, קאָן די צאָל תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן, אין 10 יאָר אַרום, דערגרייכן אַרום 300,000 — אַ מעגלעכקייט וואָס די ייִדישע פֿעדעראַציעס האָבן ביז איצט ווייניק פּלאַנירט דערויף, האָט שיק באַמערקט.

בײַ די נישט־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן איז אָבער גאָר נישט אַזוי פֿויגלדיק. אין די קאָנסערוואַטיווע שולן לערנען זיך הײַנט 25% ווייניקער קינדער ווי מיט 10 יאָר צוריק, און אַ צאָל שולן האָבן זיך אַפֿילו געשלאָסן. אין 1998—1999 האָבן עקזיסטירט 63 "סאָלאָמאָן שעכטער"־שולן (אַזוי הייסן די טאָגשולן פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג); הײַנט זענען פֿאַראַן בלויז 50. אין געוויסע פֿאַלן, אַזוי ווי די "סאָלאָמאָן שעכטער מיטלשול" אין מאַנהעטן, האָט זי זיך לכתּחילה צונויפֿגעגאָסן מיט אַ צווייטער "סאָלאָמאָן שעכטער מיטלשול" אין ניו־דזשערזי, אָבער מיט אַ יאָר שפּעטער האָט זיך יענע אויך פֿאַרמאַכט.

איין סיבה פֿאַר דער ירידה פֿון תּלמידים אין אָט די טאָגשולן איז זיכער די רעצעסיע. אַ טאַטע אָדער מאַמע פֿאַרלירט די שטעלע און קען זיך מער נישט דערלויבן דעם הויכן שׂכר־לימוד; דערצו גיבן די מנדבֿים הײַנט אַ סך ווייניקער, בלײַבט במילא ווייניקער געלט אויף סובסידיעס.

דער מצבֿ בײַ די רעפֿאָרם־טאָגשולן איז אַ ביסל אַנדערש. זינט 2003 האָבן זיך פֿאַרמאַכט 2 טאָגשולן, פֿון 19 ביז 17, אָבער דאָ איז די סיבה מסתּמא נישט קיין פֿינאַנציעלע, ווײַל בדרך־כּלל זענען די רעפֿאָרם־משפּחות גאַנץ פֿאַרמעגלעך. פֿאַרקערט, אַ סך מער קינדער פֿון רעפֿאָרם־משפּחות לערנען זיך אין פֿאַרגלײַכלעכע טײַערע פּריוואַטע שולן ווי אין די טאָגשולן. אַ פּנים, ס׳רובֿ רעפֿאָרם־משפּחות האַלטן, אַז ס׳איז פּשוט נישט אַזוי וויכטיק צו שיקן זייערע קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול.

שיק דערמאָנט אויך דעם מצבֿ פֿון יענע טאָגשולן, וואָס ציִען צו אימיגראַנטישע משפּחות. די שולן זענען, בדרך־כּלל, אָרטאָדאָקסישע, הגם די קינדער קומען כּמעט אַלע פֿון נישט־רעליגיעזע היימען. אַ צאָל פֿון די שולן האָבן פֿאַרלוירן תּלמידים, ווײַל די רוסישע אימיגראַציע האָט זיך שוין אָפּגעשטעלט, און ווײַל דער צווייטער דור האָט זיך מער־ווייניקער אַסימילירט. הײַנט לערנען זיך אין די שולן די קינדער פֿון בוכאַרישע משפּחות.

אַן אַנדערע סיבה פֿאַר וואָס די טאָגשולן פֿאַרלירן אימיגראַנטישע תּלמידים, איז, ווײַל אַ סך אָרטאָדאָקסישע פֿירער האַלטן הײַנט, אַז מע קען דערנענטערן די ייִדישע קינדער צו ייִדישקייט, אַפֿילו אויב זיי לערנען זיך נישט אין אַ ייִדישער טאָגשול — אַן אויספֿיר וואָס שיק האַלט איז נישט ריכטיק.

ס׳רובֿ פֿונעם באַריכט גיט זיך אָפּ מיטן ממשותדיקן וווּקס פֿון די תּלמידים אין די אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן, בפֿרט אין די ליטווישע, וואָס באַטרעפֿן איצט 30% פֿון אַלע אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן. צווישן די יאָרן 2003 און 2008 זענען אין די ליטוויש־חרדישע טאָגשולן און ישיבֿות צוגעקומען 10,000 תּלמידים — בפֿרט אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי. הגם ברוקלין בלײַבט ווײַטער דער צענטער פֿון די ליטווישע ישיבֿות, האָט זי לעצטנס באַקומען אַ ממשותדיקע קאָנקורענץ פֿון לייקוווּד, ניו־דזשערזי. אין פֿאַרגלײַך מיט 1998 ווען עס האָבן זיך אין די לייקוווּדער טאָגשולן געלערנט 5,390 תּלמידים, לערנען זיך דאָרט הײַנט 14,774 קינדער. אַ סך ליטוויש־חרדישע משפּחות האָבן זיך לעצטנס אַריבערגעצויגן פֿון ברוקלין קיין לייקוווּד, צום טייל, צוליב די נידעריקערע פּרײַזן פֿון הײַזער און דירות, און אויך ווײַל די מחוץ־שטאָטישע שטימונג דאָרט גיט עס אַ מער ייִדישן, שטעטלדיקן כאַראַקטער.

הגם אַ הויפּט־סיבה פֿונעם וווּקס אין די ליטווישע ישיבֿות איז די הויכע געבורטיקייט — דער ייִנגערער דור האָט, בדרך־כּלל, מער קינדער ווי זייערע עלטערן — איז עס אויך צוליב דעם וואָס אַ טייל מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע משפּחות האָבן זיך במשך פֿון די לעצטע יאָרן גערוקט אויף רעכטס — דאָס הייסט, זיך דערנענטערט צום חרדישן סעקטאָר.

עס זענען דאָ ממשותדיקע אונטערשיידן צווישן דעם קוריקולום אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול און אַ ליטווישער. די מאָדערנע שטרעבן צונויפֿצוּוועבן אַ תּורה־דערציִונג מיט די הײַנטצײַטיקע ווערטן, ווי, למשל, לערנען די מיידלעך גמרא, און זיי באַטאָנען די סעקולערע לימודים פּונקט אַזוי שטאַרק ווי די ייִדישע; כּמעט אַלע גראַדואַנטן שטודירן שפּעטער אין אוניווערסיטעט. אין ס׳רוב פֿון די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן לערנען זיך די ייִנגלעך און מיידלעך אין איינעם.

די שטימונג אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול איז געוויינטלעך שטאַרק־ציוניסטיש, און דער גרעסטער טייל פֿון די גראַדואַנטן פֿאָרן קיין ישׂראל זיך צו לערנען אַ יאָר לאַנג אין אַ ישיבֿה אָדער סעמינאַר, איידער זיי הייבן אָן שטודירן אין אַן אוניווערסיטעט.

אין די ליטוויש־חרדישע שולן איז דער טראָפּ אַ סך מער אויף די ייִדישע שטודיעס ווי די סעקולערע, און אין דער הויפּט־מיטלשול פֿאַר ייִנגלעך אין לייקוווּד לערנט מען בכלל מער נישט קיין סעקולערע לימודים. די מיידלעך אין די "בית־יעקבֿ"־שולן האָבן אַ מער באַלאַנסירטן קוריקולום.

דער פֿענאָמען פֿון "רוקן זיך אויף רעכטס" קען מען בולט זען אין געוויסע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן. אין אַ טייל פֿון זיי, למשל, האָט מען לעצטנס צעטיילט די ייִנגלעך פֿון די מיידלעך בײַ די ייִדישע לימודים. איין סיבה דערפֿאַר איז צוליב דער השפּעה פֿון די לערער, וועלכע קומען פֿונעם חרדישן סעקטאָר; אָבער ס׳איז מסתּמא אויך אַ רעזולטאַט פֿון דעם וואָס געוויסע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע משפּחות, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, אידענטיפֿיצירן זיך הײַנט מיט אַ מער חרדישן לעבן־שטייגער.

אַ וויכטיקער פּונקט וואָס שיק הייבט אַרויס איז, אַז אַ סך פֿון די ייִדישע טאָגשולן, סײַ די אָרטאָדאָקסישע, סײַ די נישט־אָרטאָדאָקסישע, זענען גאַנץ קליינע. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי זאָלן די פֿעדעראַציעס שטיצן די אינסטיטוציעס, וווּ עס לערנען זיך בלויז 30 אָדער 40 תּלמידים? די קלענערע טאָגשולן דאַרפֿן אָפֿט מאָל מער שטיצע ווי די גרעסערע, ווײַל עס קומט בײַ זיי נישט אַרײַן גענוג שׂכר־לימוד צו דעקן די הוצאָות.

שיק טענהט, אַז ס׳איז יאָ כּדאַי, ווײַל אָפֿט מאָל איז די טאָגשול די איינציקע אין יענעם ציבור, און אָן דעם, וואָלטן די ייִדישע משפּחות מסתּמא זיך אַוועקגעצויגן. און אַפֿילו אויב ס׳געפֿינט זיך יאָ אַ צווייטע טאָגשול אין דער געגנט, ווילן געוויסע משפּחות גיכער שיקן זייערע קינדער אין אַ קלענערער, באַשיידענער טאָגשול (מיט אַנדערע ווערטער — אָן לוקסוסן) אויב דער שׂכר־לימוד איז דאָרט אַ סך ווייניקער. די קליינע חב״ד־טאָגשולן, למשל, רעכענען אַ סך ווייניקער שׂכר־לימוד ווי די גרויסע, פֿאַרמעגלעכע טאָגשולן, און טיילן אויס מער ברייטהאַרציקע סובסידיעס. די פֿעדעראַציעס וואָלטן געדאַרפֿט אַרויסהעלפֿן די קליינע שולן, ווײַל זיי, פּונקט ווי די גרויסע שולן, דינען די באַדערפֿענישן פֿון אַ ממשותדיקן טייל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט