קהילה־לעבן

סטודענטן פֿונעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" פֿאַרשפּרייטן שפּײַז, וואַסער, עלעקטרישע לאַמטערנדלעך און באַטאַרייקעס אויף די גאַסן פֿון מאַנהעטן, דעם 1טן נאָוועמבער, דרײַ טעג נאָכן הוראַגאַן "סענדי"

ניו־יאָרק (ייִט״אַ) — שעלי פֿײַן, אַ 63־יאָריקער מאַן, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דינסטיק בײַנאַכט, פֿאַרשפּרייט אויף אַ פּאָפּולערן ניו־יאָרקער בלאָג זײַן אינפֿאָרמאַציע און אַ רוף, צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן "סענדי". אין דער פֿרי, ווען פֿײַן האָט זיך אויפֿגעוועקט, האָט ער געפֿינען 163 ענטפֿערס אויף זײַן רוף. צוזאַמען מיט אַנדערע פֿרײַוויליקע אַקטיוויסטן, פּרוּווט ער צו אָרגאַניזירן אַ גרופּע צו העלפֿן די אָרטיקע עוואַקואַציע־צענטערס.
פֿײַן האָט איבערגעגעבן, אַז די ניו־יאָרקער ייִדישע קהילה האָט זייער אַקטיוו רעאַגירט אויף דער קאַטאַסטראָפֿע. אַ סך שילן, ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַ סך יחידים האָבן פֿאָרגעלייגט זייער הילף. פֿײַנס גרופּע האָט געשיקט דאָקטוירים, כּדי צו העלפֿן די געליטענע פֿונעם הוראַגאַן. די העלפֿער פֿאַרשפּרייטן שפּײַז, בגדים און שפּילעכלעך פֿאַר קינדער.
צענדליקער טויזנטער ניו־יאָרקער אין אַלע פֿינף ראַיאָנען פֿון דער שטאָט האָבן נאָך נישט קיין עלעקטריע און באַהייצונג, ווײַל דער הוראַגאַן האָט צעשיידיקט אַ גרויסן טייל פֿון דער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור. אַ סך אײַנוווינער זענען עוואַקויִרט געוואָרן אין צײַטווײַליקע מיקלט־פּלעצער אָדער בלײַבן אין דער היים אָן שפּײַז און אַנדערע נויטיקע באַדערפֿענישן.
פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט די אָרגאַניזאַציע "אורי וצדק" — אַן אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון סאָציאַלן יושר, צעטיילט שפּײַז און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק. 45 וואָלונטירן האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף "אורי וצדקס" אינטערנעץ־רוף.
יעל קעלער, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט דערציילט, אַז די באַטייליקטע אין דער הילף־מיסיע האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך עלעקטרישע קעשענע־לעמפּלעך און געשטאַנען גלײַך אויף די גאַסן, פֿאָרלייגנדיק אַלעמען וואַסער צו טרינקען. אַ טייל פֿאַרבײַגייער האָבן געטענהט, אַז זיי האָבן נישט קיין ליכט אין שטוב. די וואָלונטירן האָבן זיך אויפֿגעהויבן מיט די געליטענע אין די פֿינצטערע דירות און זיי געהאָלפֿן אין שטוב.

קהילה־לעבן

יוסף לעבאָוויץ באַטייליקט זיך אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿונעם נײַעם ייִדישן קהילה־קאַמפּוס אין אַ טאָראָנטאָ־פֿאָרשטאָט
טאָראָנטאָ, קאַנאַדע (ייִט״אַ). — טאַאַלי לעסטער טאָלמאַן, די וויצע־פּרעזידענטקע אין האַנדל־ענינים בײַ דער פֿעדעראַציע פֿונעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל" (״UJA״) אין טאָראָנטאָ, האָט געגעבן אַ ברייטן מאַך מיט איר האַנט און געוויזן אויף דער נײַעם קהילה־קאָמפּלעקס, וועלכער געפֿינט זיך גלײַך לעבן דער שטאָט אויפֿן צפֿון. דער קאָמפּלעקס, וועלכער קאָסט 185 מיליאָן דאָלאַר, שטייט אויף אַן אָרט, וווּ בלויז מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווי עס האָט דערציילט טאָלמאַן, איז געווען אַ ליידיק פֿעלד באַוואַקסן מיט גראָז און ביימער. דער צענטער האָט זיך געעפֿנט זונטיק.
דער נײַער צענטער אין טאָראָנטאָ, וועלכער הייסט "דער ייִדישער קהילה־קאַמפּוס אויפֿן נאָמען פֿון יוסף און וואָלף לעבאָוויץ" און פֿאַרנעמט 50 אַקערס לאַנד, איז איינער פֿון די סאַמע אַמביציעזע ייִדישע פּראָיעקטן אין קאַנאַדע. דער שטח פֿונעם קאָמפּלעקס באַטרעפֿט 200,000 קוואַדראַט־פֿוס און אַנטהאַלט אַגענטורן פֿאַר סאָציאַלער הילף; אַ צאָל קאָנפֿערענץ־זאַלן; אַן עגאַליטאַרע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגע מיט פֿאַרנאַכט־קלאַסן; אַ קינדער-גאָרטן; אַ טעאַטער און אַ קונסט־גאַלעריע; אַ ייִדישע מיטל־שול; אַ וווין־אָרט פֿאַר אינוואַלידן און אַ גרויסער ספּאָרט־צענטער מיט דרײַ זאַלץ־באַסיינען. אין דער נאָענטער צוקונפֿט פּלאַנירט מען אויך צו עפֿענען אַן אָנהייב־שול פֿאַר קליינע קינדער און אַ מעדיצינישן אָפּטייל מיט 10 דאָקטוירים. דער אונטערערדישער גאַראַזש האָט גענוג פּלאַץ פֿאַר 350 אויטאָס. דער קאָמפּלעקס איז אַרומגערינגלט מיט פּרעכטיקע גערטנער.

ליטעראַטור, קהילה־לעבן

איין מאָל, אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן, באַווײַזט זיך אין דער צײַטונג "מעשענער פֿײַפֿל" אַן אַרטיקל פֿון ד״ר זשיטלאָווסקי: “די פֿרוי אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע". דערבײַ ברענגט ער אַזאַ שטעלע: “יאָ, אַלס באַווײַז פֿאַר דער ריכטיקייט פֿאַר מײַן טעאָריע קען איך ברענגען אַ פֿראַזע פֿון באַרימטן פֿילאָסאָף און טיפֿן אַנאַליטיש־רעוואָלוציאָנערן דענקער שינצע, וועלכע לויטעט: “די פֿרוי איז דער צימעס פֿון דער נאַטור". דער דאָזיקער אַפֿאָריזם, וועלכן ער האָט געשריבן אויפֿן פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, האָט געקענט בלויז אַרויסדרינגען פֿון אַ טיף דורכגעטראַכטער פֿילאָסאָפֿישער אָנשויונג אַלס פּועל־יוצא פֿון אַ קאָסמישער אַלץ אַרומכאַפּנדיקער סיסטעם".

קהילה־לעבן

אין אויגוסט האָט דער "וועלט־פֿאַרבאַנד פֿאַר פּראָגרעסיוון יודאַיִזם" אָפּגעהאַלטן איר יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע ייִשובֿים אין בוענאָס־אײַרעס. אויפֿן בילד: אַ טייל פֿון די באַטייליקטע נאָך אַ הבֿדלה־צערעמאָניע
בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ). — ווען דער "סאַאָ־פּאַאָלאָ העבראַיִקאַ ספּאָרטקלוב און ייִדישער קהילה־צענטער" אין בראַזיל האָט געעפֿנט אַ ייִדישע טאָגשול מיטן נאָמען "די אַלף־שול" מיט עטלעכע וואָכן צוריק, זענען געקומען זיך לערנען 450 תּלמידים; נאָך 120 קינדער געפֿינען זיך דערווײַל אין דער וואַרט־רשימה אויף איבעראַיאָר.
"העבראַיִקאַ" באַשטייט פֿון 24,000 מיטגלידער, און האָט אַ בודזשעט פֿון 30 מיליאָן דאָלאַר. די עלטסטע שיל אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, "טעמפּל בית־אי", האָט לעצטנס געפּראַוועט אַ חנוכּת־הבית פֿאַר אַ נײַעם בנין; די פֿריִערדיקע געבײַדע וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אינעם "ייִדישן מוזיי פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ".
אין פּאַנאַמאַ איז דער ייִדישער ייִשובֿ במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר געוואָקסן אויף 70%. צווישן אירע 8,000 מיטגלידער קומען הײַנט פֿאָר צווישן דרײַ און צען בר־ און בת־מיצווה צערעמאָניעס אַ וואָך.
אין אַרגענטינע זענען אין די ייִדישע פֿאָרשולן רעגיסטרירט 4,914 קינדער: 1,000 מער ווי אין 2005.
וווּ מע זאָל זיך נישט אַ קער טאָן בליט דאָס ייִדישע לעבן אין לאַטײַן־אַמעריקע, וווּ עס וווינען הײַנט בערך 500,000 ייִדן. דער וווּקס איז, צום טייל, אַ רעזולטאַט פֿון אַן אָנגייענדיקער עקאָנאָמישער טראַנספֿאָרמאַציע פֿונעם ראַיאָן זינט דעם סוף פֿון די מיליטערישע דיקטאַטורן, וואָס האָבן באַהערשט אַ סך פֿון די לענדער ביז די 1980ער יאָרן.

קהילה־לעבן, ייִדיש־וועלט
נפֿתּלי איידלמאַן (אויבן), מאירה גודמאַן (רעכטס) און ישׂראל באַס

דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן איבער 150 יונגע לײַט און משפּחות באַזוכט "ייִדיש־פֿאַרם" אין גושן, נ״י, אַ שטעטל אין די קעטסקיל־בערג, כּדי צו פֿײַערן דעם שלוס פֿון איר ערשטער פֿולשטענדיקער זומער־פּראָגראַם. די אונטערנעמונג האָט מען אָנגערופֿן מיטן האַלב־הומאָריסטישן נאָמען, "גלות־פֿעסטיוואַל".

אַ טייל פֿון די געסט האָבן פֿאַרבראַכט דאָרט אַ גאַנצן סוף־וואָך, און גענעכטיקט אין געצעלטן. ס׳רובֿ זענען אָבער געקומען זונטיק נאָך מיטאָג. מ׳האָט זיי געפֿירט אויף אַ טור פֿון דער רחבֿותדיקער פֿאַרם, זיי האָבן געהאָדעוועט די ציגעלעך, גענאַשט פֿונעם שניט, געהערט ווי קלעזמער און חסידישע מוזיקער שפּילן ייִדישע לידער, און אַפֿילו אַהיימגענומען רויע מילעך.

רעליגיע, קהילה־לעבן

מיר זענען שוין אין מיטן פֿון חודש אלול. די הייסע זומערטעג זענען שוין כּמעט פֿאַרבײַ. די קילע ווינטן אין די אָוונטן זאָגן אָן דעם אָנקום פֿון דעם האַרבסט, און די קלאַנגען פֿון דעם שופֿר נאָך די סליחות אין די פֿרימאָרגנס, זאָגן אָן, אַז אָט, אָט וועלן מיר באַגעגענען ראָש־השנה פֿון דעם אָנקומענדיקן, נײַעם יאָר, תשע״ג.

הײַיאָר, צום ערשטן מאָל, האָט לויט דעם באַשלוס פֿון דעם חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל, דער נײַער שוליאָר זיך אָנגעהויבן דעם 27סטן אויגוסט, מיט 5 טעג פֿריִער, ווי געוויינטלעך, כּדי די תּלמידים זאָלן באַווײַזן באַצײַטנס זיך צוצוגרייטן ווי געהעריק צו די ימים־נוראָים.

קהילה־לעבן, פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט
פֿון שלום בערגער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליבי אַסטייר, די מחברטע פֿון דרײַ דעטעקטיוו־ראָמאַנען, ווערט גערופֿן (פֿון זיך און אַנדערע) "די ייִדישע דזשיין אָסטין." הגם זי דאַרף אַריבערקומען שוועריקייטן, וואָס זײַנען נישט געוויינטלעך פֿאַר אַ שרײַבער אין דעם זשאַנער. אָט זײַנען די גרונט־כּללים אירע: 1. אויסמײַדן קיין מאָרדן אָדער אומזיסטע גוואַלד־מעשׂים. 2. נישטאָ קיין העלדן וואָס וועלן נישט תּשובֿה טאָן. 3. נישטאָ קיין גראָבע רייד אָדער אויסגעלאַסנקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי שרײַבט נישט פֿאַרן זעלבן עולם וואָס ס׳לייענט דזשאַן גרישאַם. זי איז אַ שרײַבערין פֿאַר חרדישע פֿרויען.

בשעת אַן אַנומלדיקן אינטערוויו האָט זי אַ פֿרעג געטאָן, "קען דאָס זײַן גוטע ליטעראַטור? אַזוי מיין איך פּערזענלעך. צוליב דעם וואָס איך קען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף סעקס אָדער רציחה צו פֿאַרקויפֿן מײַנע ביכער, מוז איך שרײַבן אויפֿן אַלטמאָדישן שטייגער, ווי שאַפֿן לעבעדיקע העלדן, אַרײַנפֿלעכטן הומאָר, אָדער שילדערן היסטאָרישע פּעריאָדן אויף אַן איבערצײַגעוודיקן אופֿן."

קהילה־לעבן

מער ווי 90,000 ייִדן פּראַווען דעם "סיום־הש״ס" אויפֿן סטאַדיאָן "מעטלײַף" אין ניו־דזשערזי
איסט־ראָטערפֿאָרד, שטאַט ניו־דזשערזי (ייִט״אַ). — מער ווי 90,000 ייִדן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט דעם ערשטן אויגוסט אויפֿדערנאַכט אויף דעם סטאַדיאָן "מעטלײַף", וועלכער געפֿינט זיך אין דער שטאָט איסט־ראָטערפֿאָרד, שטאַט ניו־דזשערזי, און איז באַקאַנט ווי די היים פֿון די באַרימטע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿוסבאָל־קאָמאַנדעס "ניו־יאָרק דזשעטס" און "ניו־יאָרק דזשײַענטס". צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז דער סטאַדיאָן געווען אַזוי שטאַרק פֿאַרפּאַקט.
די סיבה פֿון דער אַנומלטיקער פֿאַרזאַמלונג איז אָבער געווען נישט אַ פּאָפּולערער ספּאָרט־פֿאַרמעסט אָדער אַ קאָנצערט, נאָר דער "סיום־הש״ס" — אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם, וואָס אַ גרויסע צאָל ייִדן האָבן פֿאַרענדיקט די זיבן־יאָריקע שטודיע פֿונעם גאַנצן תּלמוד, באַקאַנט ווי "דף־יומי". דאָס איז געווען דאָס אומגעוויינטלעכסטע געשעעניש אין דער געשיכטע פֿונעם סטאַדיאָן. טויזנטער חרדישע ייִדן אין שוואַרץ־ווײַסע מלבושים זענען זיך צוזאַמענגעקומען, כּדי צו פּראַווען דעם ריזיקן סיום. בעת אַ הפֿסקה, האָט דער עולם אָפּגעדאַוונט מינחה און פֿאַרזוכט ייִדישע מאכלים.
ווי ס׳איז באַקאַנט, שטעלט מיט זיך דער תּלמוד פֿאָר אַ ריזיקן קאָרפּוס פֿון זייער קאָמפּליצירטע טעקסטן. אין די פֿריִערדיקע דורות האָבן בלויז אַ קליינע צאָל יחידים געקאָנט איבערלייענען און פֿאַרשטיין ווי געהעריק דעם גאַנצן "ש״ס" — אַלע זעקס טיילן פֿון תּלמודישע מסכתּאות. אינעם יאָר 1923, האָט הרבֿ מאיר שאַפּיראָ — דעמאָלט דער רבֿ פֿון דער פּוילישער שטאָט סאַנאָק, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער ראָש־ישיבֿה אין דער "ישיבֿת חכמי לובלין" — צוגעטראַכט אַ חידושדיקע עצה, און פֿאָגעלייגט צו לערנען דעם "דף־יומי", איין בלאַט פֿונעם "ש״ס" יעדן טאָג.

קהילה־לעבן

דזשאָ אַלע — אַ ייִדיש מיידל פֿון ניו־זילאַנד, וועלכע באַטייליקט זיך אינעם אָלימפּישן זעגלערײַ־פֿאַרמעסט
לאָנדאָן. — ווען לעסלי לינדאָן האָט דורכגעטראָגן דעם אָלימפּישן פֿאַקל איבערן צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון לאָנדאָן, האָט זי רעפּרעזענטירט נישט בלויז די ענגלישע ייִדן, וועלכע האָבן באַגריסט דעם גײַסט פֿון דער הײַנטיקער זומער־אָלימפּיאַדע. לינדאָן, אַ 63־יאָריקער מאַן, איז מיט 5 יאָר צוריק דיאַגנאָזירט געוואָרן מיט דער אַלצהײַמער־קראַנקייט. איר זון, מעטיו, האָט געמוזט העלפֿן זײַן טאַטן, ווײַל ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרגעדענקען די אינסטרוקציעס.
אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון די אַנדערע 8,000 פֿאַקל־טרעגערס, האָט מען אויסגעקליבן לינדאָנען אויסצופֿילן די דאָזיקע בכּבֿודיקע מיסיע פֿאַר זײַן גוטער טעטיקייט. לינדאָן איז דער געוועזענער חזן פֿון דער לאָנדאָנער "ניו נאָרט"־שיל, וועלכע געהערט צו דער קאָנסערוואַטיווער אָדער "מסורתּי"־באַוועגונג. הונדערטער מתפּללים זענען אַרויסגעקומען אים צו שטיצן.
הרבֿ יונתן וויטענבערג האָט באַטאָנט אין אַ בליצפּאָסט, וואָס ער האָט צעשיקט צו די מיטגלידער פֿון דער שיל, אַז ער איז "קיינמאָל נישט געווען אַזוי זיכער, אַז עס וועט זיך פֿאַרזאַמלען אַ פֿריִיִקער מנין", ווי אין דעם טאָג, ווען לינדאָן האָט געטראָגן דאָס אָלימפּישע פֿײַער. ס׳איז געווען אַ גרויסע שׂימחה פֿאַר די מתפּללים צו זען זייער געוועזענעם חזן אַרויפֿלויפֿן אויפֿן בערגל, האַלטנדיק דעם ברענענדיקן פֿאַקל הויך מיט ביידע הענט, מיט אַ לוסטיקן שמייכל. ווען לינדאָן האָט זיך אָפּגעשטעלט און אָנגעצונדן דעם פֿאַקל פֿונעם פֿאָלגנדיקן טרעגער, האָט דער רבֿ געטראַכט, אַז אין אַזאַ מאָמענט וואָלט געווען כּדאַי צו מאַכן עפּעס אַ ברכה — אפֿשר, "להדליק נר של מענטשהייט".
עטלעכע צענדליק אַנדערע ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן אויך באַקומען דעם כּבֿוד צו טראָגן דאָס פֿײַער פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, בעת דער צערעמאָניע, מיט וועלכער עס האָבן זיך געענפֿט די אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן. מע גיט איבער, אַז הונדערטער ייִדישע וואָלונטירן האָבן זיך באַטייליקן אין דער אָלימפּיאַדע אויף אַנדערע אופֿנים. דער בולטסטער סימן פֿונעם ייִדישן עלעמענט אויף דער אָלימפּיאַדע זענען אַ טוץ רבנים פֿון אַלע דענאָמינאַציעס, וועלכע באַדינען די גײַסטיקע באַדערפֿענישן פֿון די אַטלעטן, פּרעסע־פֿאָרשטייער, וואָלונטירן און אָלימפּיאַדע־מיטאַרבעטער, צוזאַמען מיט גײַסטיקע פֿירער פֿון אַנדערע רעליגיעס — בסך־הכּל 190 מענטשן.

קהילה־לעבן

מאַראָש באָרסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּרעשבורג, באַזוכט די אָרטאָדאָקסישע שיל אין זשילינע, אַ שטאָט אין סלאָוואַקײַ
קראָקע (ייִט״אַ). — אַ דאַנק דער נײַער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם פֿאַר "אײַ־טיונס", נײַע טוריסטישע מאַרשרוטן און אַ מאַקעט פֿון אַן אַלטער שיל, וועט די וועלט זיך בעסער באַקענען מיט צוויי געוועזענע ייִדישע ערטער אין אייראָפּע. דאָס ערשטע אָרט איז דער היסטאָרישער ייִדישער קוואַרטאַל אין בראַטיסלאַווע, די הויפּטשטאָט פֿון סלאָוואַקײַ, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי פּרעשבורג. דער קוואַרטאַל האָט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה, אָבער צעשטערט געוואָרן דורך דער קאָמוניסטישער מאַכט אין די סוף 1960ער יאָרן.
דאָס צווייטע אָרט איז אָשפּיצין — אַזוי האָט געהייסן פֿאַר דער מלחמה דאָס דרום־פּוילישע שטעטל אָשוויענטשים, טרויעריק באַרימט ווי אויסשוויץ — דאָס פּלאַץ, וווּ די נאַציס האָבן אויסגעבויט דעם טויט־לאַגער. פֿאַרן חורבן זענען ס׳רובֿ תּושבֿים פֿון אָשפּיצין געווען ייִדן.
צוויי פֿאַרשיידענע נײַע פּראָיעקטן שטעלן דעם זעלבן ציל: צו באַקענען דעם ברייטערן עולם מיט פֿאַרגעסענע קאַפּיטלען פֿון ייִדישער געשיכטע, ווי אויך צו געבן די אָרטיקע אײַנוווינער און די טוריסטן צו פֿאַרשטיין בעסער דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון די דאָזיקע צוויי ערטער.
די וועבזײַט "http://www.oshpitzin.pl" ווערט באַגלייט מיט אַ ספּעציעלער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם פֿאַר "אײַ־פּאָדס" און "אײַ־פֿאָנס", וועלכע ווײַזט אַן אינטעראַקטיווע מאַפּע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל מיט פּרטימדיקע ידיעות. אויף דער וועבזײַט קאָן מען אויך איבערלייענען אַן עלעקטראָניש בוך אויף ענגליש וועגן אָשפּיצין (אָדער "אושפּיצין, ווי דער מחבר שרײַבט עס אָן מיט די ייִדישע אותיות, לויט דער פּוילישער הבֿרה).

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
איין ציל פֿון דער קאָנטער־דעמאָנסטראַציע איז צו לאָזן דער חסידישער וועלט וויסן, אַז זייערע רבנים, בשותּפֿות מיטן ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנס, באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער, הגם הײַנס באַצייכנט זיך ווי אַ געטרײַער קעמפֿער לטובֿת די געליטענע קינדער. אויפֿן בילד: הײַנס (לינקס) און דער הויפּט־פּראָקוראָר פֿון סטאַטען־אײַלענד, דאַניעל דאָנאָוואַן, מעלדן וועגן אַ נײַעם באַריכט, וואָס ווײַזט ווי פֿאַרשפּרייט עס איז די פּראָבלעם פֿון באַלעסטיקן און פֿאַרנאַכלעסיקן קינדער אינעם שטאַט ניו־יאָרק.

רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער.

לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר.

רעליגיע, קהילה־לעבן, געשיכטע
אַ זײַט פֿון די משניות מיט הרבֿ ישׂראל ליפֿשיצס קאָמענטאַר, "תּפֿארת־ישׂראל"
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, דעם 16טן דעצעמבער, האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אינעם "פֿאָרווערטס", מיטן נאָמען "דער שלאָף פֿונעם שׂכל האָט געבוירן מאָנסטערס", וווּ עס ווערט קריטיקירט אַ חסידיש בוך אויף ייִדיש, וואָס פּרעדיקט שׂינאה קעגן די גויים. דאָס בוך איז אַרויס נישט לאַנג צוריק אינעם שטעטל ניו־סקווער, שטאַט ניו־יאָרק. אין מײַן אַרטיקל דערמאָן איך אויך, אַז אַ סך אײַנוווינער פֿונעם דאָזיקן חסידישן ייִשובֿ באַקומען נישט קיין געהעריקע בילדונג — ניט וואָס שײַך די וועלטלעכע דיסציפּלינען, ניט וואָס שײַך דעם טראַדיציאָנעלן תּורה־לערנען. אינעם אַרטיקל ווערט קלאָר דערקלערט, אַז די הײַנטיקע חסידישע קהילות טוען אויף אַ סך, כּדי אָפּצוהיטן די ייִדישע שפּראַך און די אויטענטישע אַשכּנזישע קולטור, און פֿאַרדינען פֿאַר דעם אַ גרויסן יישר־כּוח; אין דער זעלבער צײַט, טרעפֿן זיך אין די שטאַרק־פֿרומע ייִדיש־רעדנדיקע קוואַרטאַלן אויך געוויסע נעגאַטיווע עלעמענטן, וואָס מע מוז שאַרף קריטיקירן. באַלד נאָכן פּובליקירן דעם אַרטיקל אויף דער אינטערנעץ, האָט אונדזער צײַטונג באַקומען אַ באַלערנדיקן קאָמענטאַר, וועלכער דינט ווי אַ לעבעדיקער בײַשפּיל פֿון מײַנע טענות קעגן דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניו־סקווער און קעגן די קסענאָפֿאָבישע שטימונגען, וועלכע זענען, צום באַדויערן, גענוג פֿאַרשפּרייט אין געוויסע חסידישע קהילות.