|
אַ זײַט פֿון די משניות מיט הרבֿ ישׂראל ליפֿשיצס קאָמענטאַר, "תּפֿארת־ישׂראל" |
|
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, דעם 16טן דעצעמבער, האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אַן
אַרטיקל אינעם "פֿאָרווערטס", מיטן נאָמען "דער שלאָף פֿונעם שׂכל האָט געבוירן מאָנסטערס", וווּ עס ווערט קריטיקירט אַ חסידיש בוך אויף ייִדיש, וואָס פּרעדיקט שׂינאה קעגן די גויים. דאָס בוך איז אַרויס נישט לאַנג צוריק אינעם שטעטל ניו־סקווער, שטאַט ניו־יאָרק. אין מײַן אַרטיקל דערמאָן איך אויך, אַז אַ סך אײַנוווינער פֿונעם דאָזיקן חסידישן ייִשובֿ באַקומען נישט קיין געהעריקע בילדונג — ניט וואָס שײַך די וועלטלעכע דיסציפּלינען, ניט וואָס שײַך דעם טראַדיציאָנעלן תּורה־לערנען.
אינעם אַרטיקל ווערט קלאָר דערקלערט, אַז די הײַנטיקע חסידישע קהילות טוען אויף אַ סך, כּדי אָפּצוהיטן די ייִדישע שפּראַך און די אויטענטישע אַשכּנזישע קולטור, און פֿאַרדינען פֿאַר דעם אַ גרויסן יישר־כּוח; אין דער זעלבער צײַט, טרעפֿן זיך אין די שטאַרק־פֿרומע ייִדיש־רעדנדיקע קוואַרטאַלן אויך געוויסע נעגאַטיווע עלעמענטן, וואָס מע מוז שאַרף קריטיקירן.
באַלד נאָכן פּובליקירן דעם אַרטיקל אויף דער אינטערנעץ, האָט אונדזער צײַטונג באַקומען אַ באַלערנדיקן קאָמענטאַר, וועלכער דינט ווי אַ לעבעדיקער בײַשפּיל פֿון מײַנע טענות קעגן דער פֿירערשאַפֿט פֿון ניו־סקווער און קעגן די קסענאָפֿאָבישע שטימונגען, וועלכע זענען, צום באַדויערן, גענוג פֿאַרשפּרייט אין געוויסע חסידישע קהילות.
ס׳איז נישט כּדאַי איבערצוזעצן דעם דאָזיקן קאָמענטאַר אינגאַנצן, ווײַל ס׳איז גענוג לאַנג. דערצו, וואָלט עס געווען זייער שווער איבערצוגעבן אויף ייִדיש דעם געפֿערלעך פֿאַרקריפּלטן, אומגראַמאַטישן ענגלישן אָריגינאַל. דער אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָר דערקלערט, אַז ער איז נישט קיין סקווערער חסיד ("square’r cusid" אינעם אָריגינאַל); ס׳זעט אויס, אַז ער איז אַ סאַטמאַרער, ווײַל ער באַגלייט די אַברעוויאַטור פֿונעם אַלטן סאַטמאַרער רבינס נאָמען, יואל טייטלבוים ("RYT"), מיטן טיטל "קודש הקדשים".
אינעם קאָמענטאַר וועט איבערגעקײַעט די אַמאָליקע רעפּוטאַציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" ווי אַ "טרייפֿענע" צײַטונג, וואָס ווערט געדרוקט שבת און איז פֿול מיט אַנטי־חסידישע און סתּם אַנטי־רעליגיעזע מאַטעריאַלן. אונדזער צײַטונג ווערט באַשולדיקט אין דער אַסימילאַציע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן און אין פּובליקירן "שמוציקע" ראָמאַנטישע מעשׂיות. דער מחבר זאָגט, אַגבֿ, אַז בעתן שרײַבן דעם קאָמענטאַר האָט ער נאָך נישט געלייענט דעם אַרטיקל, קעגן וועלכן ער גיסט אַרויס זײַן כּעס, ווײַל ער ווייסט שוין פֿון פֿריִער, אַז קיין גוטס קען אינעם "פֿאָרווערטס" נישט זײַן.
צווישן פֿאַרשיידענע טענות און קללות, דערקלערט דער חסידישער אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָר, אַז דער הײַנטיקער "פֿאָרווערטס" ווערט געדרוקט, דער עיקר, פֿאַר די גויים און פֿאַר די "האַלב־ייִדישע" מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, מיט אַ קלאָרער שׂינאה קעגן ביידע. ער גיט צו, אַז הגם ער איז נישט אַ סקווערער חסיד, וואָלט ער בעסער געגאַנגען מיט די סקווערער חסידים אין גיהנום, ווי מיט די "פֿאָרווערטס"־שרײַבער אין גן־עדן.
איך בין זייער צופֿרידן מיט אַזאַ שאַרפֿער רעאַקציע אויף מײַן אַרטיקל. דאָס ווײַזט, אַז איך האָב טאַקע אָנגערירט אַן אַקטועלע און אָנגעווייטיקטע טעמע. דערצו, וועל איך צוגעבן אַ ביסל מער אויף דער זעלבער טעמע. ווי איך האָב באַמערקט אינעם אַרטיקל וועגן דעם ניו־סקווערער שׂינאה־בוך, איז צווישן אַזעלכע חסידים, וועלכע נעמען אויף דעם אַנטי־גוייִשן ראַסיזם מיט הנאָה, איז פֿאַרשפּרייט עם־הארצות — סײַ וואָס שײַך דער וועלטלעכער קולטור, סײַ וואָס שײַך דעם טראַדיציאָנעלן תּורה־לערנען. דער דערמאָנטער אינטערנעץ־קאָמענטאַר איז אַ גוטע אילוסטראַציע פֿון ביידע: דער מחבר איז נישט בכּוח צו שרײַבן גראַמאַטיש אויף ענגליש, אָבער ער דערוועגט זיך צו קריטיקירן אַן אַרטיקל, וועלכן ער האָט אַפֿילו נישט איבערגעלייענט, און דערצו באַעוולען די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אָנרופֿנדיק זיי "האַלבע ייִדן" ("MO ½ Jews" אין אָריגינאַל). פֿאַר אַ מענטש, וואָס האָט געלערנט אַ ביסל תּורה, איז זיכער נישטאָ אַזאַ קאַטעגאָריע ווי אַ "האַלבער ייִד".
מילא, לאָמיר ברענגען אַ בײַשפּיל, ווי אַזוי דאָס סקווערער קסענאָפֿאָבישע בוך איז אויך באַגרינדעט אויף עם־הארצישע אינטערפּרעטאַציעס פֿון די קלאַסישע ספֿרי־קודש. אינעם סקווערער בוך ווערט ציטירט אַ קאָמענטאַר "אור־החיים" צו דער פֿאָריקער פּרשה, "ויגש", לויט וועלכן, כּלומרשט, "די נאַטור פֿון צדיקים איז פֿײַנט צו האָבן גויים".
בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער פּרשה "ויגש" שטייט געשריבן, אַז יהודה האָט זיך דערנענטערט צו יוספֿן, וועלכער איז געווען פֿאַרשטעלט ווי אַ מיצרישער באַאַמטער. דער "אור־החיים" דערקלערט, אַז כּדי אַרויסצורופֿן רחמנות בײַ יוספֿן, האָט יהודה געמוזט עפֿענען זײַן האַרץ און אַרויסווײַזן אַ סימפּאַטיע, הגם אין אַ געוויינטלעכער סיטואַציע האָבן די צדיקים פֿײַנט די געצנדינער ("עובֿדי־עבֿודה־זרה").
רבי חיים אבן עטר, דער מחבר פֿון "אור־החיים", איז געווען אַ מאַראָקאַנער ייִד, וועלכער האָט געוווינט צווישן די מוסולמענער, און האָט קלאָר געוווּסט, אַז נישט אַלע גויים בוקן זיך צו עבֿודה־זרה. אין זײַן קאָמענטאַר צו דער פּרשה "ויגש" דערמאָנט ער דווקא אַזעלכע געצנדינער, ווי די אוראַלטע מיצרים, און נישט גויים בכלל; איבערצוזעצן עס אַנדערש איז אומקאָרעקט און עם־הארציש.
צווייטנס, גייט אין דער פּרשה בכלל נישט די רייד וועגן אַ גוי, נאָר וועגן אַ פֿאַרשטעלטן ייִד און אַ צדיק — יוסף! דער לימוד פֿון דער דאָזיקער מעשׂה האָט גאָרנישט צו טאָן מיט שׂינאה; אַדרבה, זאָגט אונדז דער "אור־החיים", אַז הגם אין געוויינטלעכע סיטואַציעס האָבן די צדיקים פֿײַנט די עכטע רשעים, טרעפֿן זיך אַמאָל אַזעלכע פֿאַלן, ווען מע מוז גובֿר זײַן די נעגאַטיווע געפֿילן און באַציִען זיך מיט ליבשאַפֿט אַפֿילו צו אַזאַ מענטש, ווי אַ מיצרישער באַאַמטער, וועלכער האָט פֿאַרכאַפּט יהודהס ברודער, בנימין. להיפּוך צום סקווערער בוך, איז "אור־החיימס" פּירוש וועגן ליבשאַפֿט, און נישט וועגן שׂינאה.
|
"פֿרימאָרגן, 1900" — אַ בילד פֿון יצחק לעוויטאַן |
|
אין מײַן אַרטיקל וועגן ניו־סקווער, האָב איך דערמאָנט אַ צאָל באַקאַנטע ספֿרים, וואָס זייערע מחברים ווײַזן אַרויס אַ קלאָרע סימפּאַטיע צו די אַנדערע פֿעלקער, און קריטיקירן גאַנץ שאַרף די אַנטי־גוייִשע קסענאָפֿאָביע. דער סאַמע פֿאַרשפּרייטער און באַקאַנטער ספֿר אין דער דערמאָנטער רשימה איז, מסתּמא, דער קלאַסישער משנה־פּירוש "תּפֿארת ישׂראל" פֿון הרבֿ ישׂראל ליפֿשיץ. די פֿיל־בענדיקע משניות מיט זײַן קאָמענטאַר קאָן מען געפֿינען הײַנט כּמעט אין יעדער שיל, חרדישער צי מאָדערנער.
ישׂראל ליפֿשיץ (1782—1861), דער אָבֿ־בית־דין פֿון דאַנציג — גדאַנסק אויף פּויליש — איז געווען אַ רבֿ פֿון אַן אינטעלעקטועלן געבילדעטן דײַטשישן שניט — אַ מענטש מיט אַן אָפֿענעם קאָפּ און ברייטער דעה. ער האָט אָנגענומען דעם וויסנשאַפֿטלעכן באַשלוס, אַז די וועלט עקזיסטירט שוין אַ סך לענגער ווי 6 טויזנט יאָר, און ער האָט אַנטוויקלט אַן אייגענע געאָלאָגישע און פּאַלעאָנטאָלאָגישע טעאָריע, פֿאַרבונדן מיט קבלה. אין עטלעכע אַנדערע פֿאַלן נעמט ער אויך אָן די מאָדערנע וויסנשאַפֿטלעכע דעות, אויב אַפֿילו זיי קומען אין סתּירה מיט די נאַטור־קענטענישן פֿון די פֿריִערדיקע ייִדישע חכמים; אין דעם זין, וואָלט מען אים הײַנט, מסתּמא, פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מאָדערנעם אָרטאָדאָקס. זײַן צוגאַנג צו דער וועלטלעכער קולטור דערמאָנט שמשון־רפֿאל הירשס פֿילאָסאָפֿיע פֿון "תּורה עם דרך־ארץ".
ישׂראל ליפֿשיצס סאָציאַל־פּאָליטישע דעות אַנטהאַלטן קלאָרע עלעמענטן פֿון סאָציאַליזם און אינטערנאַציאָנאַליזם אָדער רעליגיעזן פּלוראַליזם, ווי מע זעט פֿון זײַן פּירוש אויף "פּרקי־אָבֿות". אין זײַן זייער באַלערנדיקן קאָמענטאַר צו דער משנה "חבֿיבֿ אָדם שנבֿרא בצלם", קריטיקירט דער מחבר די, וואָס האַלטן, אַז בלויז די ייִדן זענען באַשאַפֿן בצלם־אלוקים, און דערמאָנט אַ צאָל ניט־ייִדישע פּערזענלעכקייטן, וואָס ער האַלט זיי פֿאַר זייער גרויסע מענטשן, בתוכם דער קריסטלעכער מיסטיקער און טוער יאָהאַן רײַכלין (רויכלין), וועלכער האָט מוסר־נפֿש געווען צו העלפֿן די ייִדן, ווען איינער אַ משומד האָט אײַנגערעדט דעם דײַטשישן אימפּעראַטאָר מאַקסימיליאַן צו פֿאַרברענען דעם תּלמוד; יאָהאַנעס גוטענבערג, דער דערפֿינדער פֿונעם דרוק־פּרעס; עדוואַרד יענער, וועלכער האָט געשאַפֿן די ערשטע וואַקצין קעגן פּאָקן און ווערט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿון אימונאָלאָגיע; און פֿרענסיס דרייק — דער ענגלישער קאַפּיטאַן און רײַזנדער, וועלכער האָט געבראַכט קאַרטאָפֿל פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע.
ס׳זעט אויס, אַז ישׂראל ליפֿשיץ האָט אָפּגעשאַצט די מענטשן לויט זייער אַלגעמיינעם צושטײַער אינעם מענטשלעכן פּראָגרעס און וווילזײַן, און נישט מדקדק געווען אויף יעדן פּרט פֿון זייער ביאָגראַפֿיע. פֿרענסיס דרייק איז געווען, ווי באַוווּסט, אַ שקלאַפֿן־הענדלער און אַ בלוטיקער קאָלאָניזאַטאָר. ס׳זעט אָבער אויס, אַז דרייקס ראָלע אינעם ראַטעווען אַ סך אייראָפּעער פֿון הונגער — אויב ער האָט טאַקע געבראַכט קאַרטאָפֿל קיין אייראָפּע — האָט איבערגעווויגן די פֿינצטערע אַספּעקטן פֿון זײַן טעטיקייט און געגעבן דעם מחבר פֿון "תּפֿארת־ישׂראל" אַ סיבה אָנרופֿן אים אַ "חסיד".
אין "שבֿט־מוסר" און אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע ספֿרים ווערט אויסגעדריקט אַן ענלעכע דעה וועגן ייִדן, וועלכע טוען עבֿירות, אָבער ווײַזן פֿאָרט אַרויס אַן אויסגעצייכנטע מעלה אין אַ געוויסן אַספּעקט, און זענען דערפֿאַר פֿאַררעכנט פֿאַר חסידים און צדיקים. ס׳זעט אויס, אַז ליפֿשיץ האָט געקוקט דווקא פֿון אַזאַ פּערספּעקטיוו אויף די חסידי־אומות־העולם.
אינעם קאָמענטאַר צו דער זעלבער משנה, שרײַבט דער מחבר פֿון "תּפֿארת־ישׂראל", אַז ביידע — ייִדן און גלייביקע נישט־ייִדן — האָבן אַ מעלה איינער לגבי דעם צווייטן. די מעלה פֿון ייִדן באַשטייט אין דעם, וואָס זיי האָבן באַקומען די תּורה ווי אַ גאַנצקייט אויפֿן באַרג־סיני; די מעלה פֿון די אַנדערע פֿעלקער באַשטייט אין דעם, וואָס זיי האָבן אַנטוויקלט די מאָראַלישע און גײַסטיקע ווערטן אַליין, דורך זייער אייגענער באַמיִונג. די גײַסטיקע דערפֿאַרונג פֿון די ניט־ייִדן איז מער אומאָפּהענגיק; די גײַסטיקע דערפֿאַרונג פֿון ייִדן איז אָבער מער שלמותדיק.
דאָס איז אַ חידושדיקע פֿאָרעם פֿון רעליגיעזן פּלוראַליזם. אַנשטאָט צו רעדן, וועלכע רעליגיע איז מער אויסגעהאַלטן פֿונעם טעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, פֿאָקוסירט זיך ישׂראל ליפֿשיץ אויף דעם סאָציאַלן אַספּעקט פֿונעם לעבן. צוליב דעם, וואָס אי אַ סך ייִדן, אי אַ סך ניט־ייִדן, זענען גוטע מאָראַלישע מענטשן, זענען זיי גײַסטיק גלײַך — יעדער מיט אַ באַזונדערער מעלה. אַן ענלעכן סאָציאַלן צוגאַנג צו רעליגיע איז פֿאָרמולירט געוואָרן מיט עטלעכע הונדערטער יאָר פֿריִער דורך רבי מנחם מאירי.
אַן אַנדער קאָמענטאַר אין "תּפֿארת־ישׂראל", אויף דער משנה "אהובֿ את המלאכה ושׂנא את הרבנות", האָט אַ בפֿירוש סאָציאַליסטישן טעם. לישפֿיץ רופֿט צו פֿאַרנעמען זיך מיט אַ פּראָדוקטיווער מי, און קריטיקירט גאַנץ שאַרף די, וואָס קריגן זייער פּרנסה דורך האַנדל, פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס אָדער קאָמאַנדעווען איבער די אַנדערע. ליפֿשיץ באַטאָנט, אַז געשעפֿטן זענען "אומנת־ליסטים", אַ פֿאַך פֿון די רויבער, און לויבט אַזעלכע מענטשן, ווי ים־מאַטראָסן, וועלכע זינגען בײַם אַרבעטן, ווײַל זיי האָבן ליב זייער מלאכה. ליפֿשיץ גיט צו, אַז אויב אַ קהילה קלײַבט אויס אַ מנהיג, מוז ער זיך פֿירן ווי אַ באַשיידענער באַדינער פֿונעם ציבור, און נישט ווי אַ בעל־הבית; צוואַנג־פֿירערשאַפֿט ברענגט דעם מנהיג אין קבֿר אַרײַן און צעשטערט זײַן רעפּוטאַציע, שׂכל און די פֿעיִקייט צו פֿירן זיך יושרדיק.
אין אַ אַנדער משנה, "הוי מתפּלל בשלומה של מלכות", דערקלערט ליפֿשיץ, אַז אַ געזעלשאַפֿטלעכע סיסטעם קאָן אָרגאַניזירט ווערן דורך אַ קאָלעקטיוו, ווי אַ רעפּובליק, און מוז נישט האָבן אַ קאָנקרעטן ראָש. הגם ער רופֿט יאָ מתפּלל צו זײַן פֿאַר די מלכים, כּדי זיי זאָלן קאָנען בעסער און רויִקער באַדינען דעם ציבור, קאָן מען אָפּטײַטשן זײַן געדאַנק פֿון אַ קאָלעקטיווער הנהגה אויך ווי אַ טייל פֿון זײַנע סאָציאַליסטישע אָדער פּראָטאָ־סאָציאַליסטישע דעות.
דאָס זענען בלויז אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון געדאַנקען, וועלכע קומען פֿון אַ בכּבֿודיקן תּורה־קוואַל, פֿון אַ וועלט־באַרימטן תּלמיד־חכם, וואָס זײַן משנה־קאָמענטאַר איז אָנגענומען געוואָרן אין דער גאַנצער פֿרומער וועלט, אַרײַנגערעכנט די סאַמע פֿרימסטע חסידים. די דערמאָנטע דעות קומען אָבער זיכער אין סתּירה מיט דעם גײַסט פֿון קסענאָפֿאָביע, עם־הארצות און איזאָלאַציע, וועלכע ווערט קריטיקירט אין מײַן אַרטיקל וועגן דעם ניו־סקווערער בוך.
אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט פֿראַנציסקאָ גאָיאַס באַרימט בילד "דער שלאָף פֿונעם שׂכל האָט געבוירן מאָנסטערס". אין דעם דאָזיקן אַרטיקל וועל איך דערמאָנען אַן אַנדער בילד, וועגן דעם זון־אויפֿגאַנג, פֿונעם גרויסן רוסיש־ייִדישן מאָלער יצחק (איסאַאַק) לעוויטאַן — ווי אַ סימבאָל פֿון אַזעלכע פּראָגרעסיווע, אָבער אויך גאַנץ טראַדיציאָנעלע תּורה־געדאַנקען, ווי די דערמאָנטע משנה־קאָמענטאַרן אינעם ספֿר "תּפֿארת־ישׂראל".