געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן, רעליגיע

פֿראַנציסקאָ גאָיאַס בילד 
"דער שלאָף פֿונעם שׂכל האָט געברוין מאָנסטערס"
פֿראַנציסקאָ גאָיאַס בילד 
"דער שלאָף פֿונעם שׂכל האָט געברוין מאָנסטערס"

דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין אַ סך מאָל געלויבט די הײַנטיקע חסידישע קהילות אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער פֿאַר דעם, וואָס זיי שטיצן די ייִדישע שפּראַך און שאַפֿן דערפֿאָלגרײַכע, גיך־וואַקסנדיקע ייִדיש־רעדנדיקע ייִשובֿים. הגם די חסידים באַציִען זיך מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, האָבן זיי אַנטוויקלט אַן אייגענע נעץ פֿון ייִדישע צײַטונגען און פֿאַרלאַגן, וועלכע פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר פּאָפּולערע ביכער, אוידיאָ־קאָמפּאַקטלעך און אַנדערע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש.
די חסידים פֿאַרדינען טאַקע אַ גרויסן יישר־כּוח פֿאַר זייער געטרײַשאַפֿט צו דער אויטענטישער אַשכּנזישער קולטור און פֿאַר זייער גרויסער ראָלע אין דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך. נישט אַלע ייִדישע אויסגאַבעס, וואָס קומען אַרויס פֿון די שטרענג־חרדישע סבֿיבֿות, פֿאַרדינען אָבער אַ לויב־געזאַנג; עס טרעפֿן זיך אויך, צום באַדויערן, אַזעלכע ביכער, וואָס זייער אינהאַלט קאָן אַרויסרופֿן ממש אַן איבל בײַ אַ פּראָגרעסיוו־געשטימטן מענטש, און וואָס מע קאָן זיי פֿאַרגלײַכן, אָן אַ גוזמא, צו די עקלדיקע ראַסיסטישע בלעטלעך פֿונעם "קו־קלוקס־קלאַן".
יעדער, וואָס קען די חרדישע וועלט גענוג נאָענט, ווייסט, אַז די חרדים האָבן סתּירותדיקע געפֿיל לגבי דער אַרומיקער אַלגעמיינער וועלט. למשל, זיי מאַכן איראָנישע וויצן וועגן דעם ניו־יאָרקער "טײַמס־סקווער" און רופֿן דעם דאָזיקן פּלאַץ אָן "טומאות־סקווער" — הייסט עס, אַ פּלאַץ, אָנגעפֿילט מיט כּלערליי מינים פֿון טומאה און סטרא־אַחרא, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע "שרעקלעכע" און "טרייפֿענע זאַכן", ווי שיינע פֿרויען מיט לאַנגע אָפֿענע פֿיס.
מילא, אויב מע לייענט דאָס ענגלישע וואָרט "Times" פֿאָנעטיש, ווי אויף שפּאַניש, באַקומט זיך טאַקע דאָס וואָרט "טומאות" מיט דער פּוילישער הבֿרה ("טימעס"). קאָן מען אפֿשר אויפֿנעמען די דאָזיקע ווערטערשפּיל בלויז ווי אַן אומשולדיקער איראָניע. צווישן די חסידישע קהילות איז אָבער פֿאַראַן אַ ייִשובֿ, וועלכער איז לעצטנס באַרימט געוואָרן מיט אַזעלכע אויסטערלישע אויסדרוקן פֿון שׂינאה און אוממענטשלעכקייט, אַז עס ווילט זיך עס טאַקע אָנרופֿן "טומאות־סקווער". עס גייט אַ רייד וועגן ניו־סקווער — דאָס שטעטל, וווּ עס וווינען בערך 8,000 סקווערער חסידים, בראָש מיט זייער רבין, דוד טווערסקי. הגם דאָס שטעטל איז ממשיך, טעאָרעטיש, די טראַדיציעס פֿון די אוקראַיִנישע חסידים פֿון דער טשערנאָבילער דינאַסטיע, ווערט עס געפֿירט אויף אַ גאַנץ נײַעם שטייגער, וועלכער האָט זיך פֿאָרמירט אין די לעצטע 50 יאָר; ס׳רובֿ אײַנוווינער שטאַמען פֿון אונגאַרן, עסטרײַך און גאַליציע; כּמעט קיינער שטאַמט נישט פֿון אוקראַיִנע.
אַפֿילו אויף דער חסידישער סקאַלע פֿון פֿרומקייט ווערן די סקווערער חסידים אָפֿט באַטראַכט ווי איבערפֿרומע עקסטרעמיסטן. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איינמאָל געהערט פֿון די סאַטמאַרער חסידים פֿאַרשיידענע שאַרפֿע אַנעקדאָטן וועגן דעם טאָטאַליטאַרן און אומטאָלעראַנטן לעבנס־שטייגער פֿון די ניו־סקווערער אײַנוווינער. אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע געמישטע ברוקלינער קוואַרטאַלן, ווי באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג און מאָנסי, וווּ די חסידים וווינען בשכנות מיט די ניט־ייִדן, אַזוי ווי אין די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך, איז ניו־סקווער אַ פּריוואַט דאָרף מיט שטרענגע כּללים.
די אָנפֿירער פֿונעם שטעטל לאָזן נישט אַרײַן קיין פֿרעמדע, אַחוץ געציילטע שבת־גויים און אַנדערע קהילה־באַדינער; דער איינציקער אויסנאַם איז — ווען אַ סקווערער חסיד האָט חתונה מיט אַ ניט־סקווערער חסידיש מיידל. דעמאָלט לאָזט מען דעם פּאָרפֿאָלק וווינען אין ניו־סקווער — בתּנאַי, אַז דאָס ווײַב נעמט אָן אויף הונדערט פּראָצענט אַלע אָרטיקע הנהגות. צום בײַשפּיל, טאָרן די סקווערער פֿרויען נישט פֿירן קיין אויטאָס און מעגן אַרײַנקומען אין די אָרטיקע קראָמען נאָר אין אַ געוויסער צײַט, ווען דאָרטן זענען נישטאָ קיין מענער. די גאַסן אינעם דאָרף זענען אויך צעטיילט לויט די געשלעכטלעכע סימנים: די מענער מוזן גיין אויף דער רעכטער זײַט, און די פֿרויען — אויף דער לינקער.
פֿאַרשטייט זיך, פֿאָלגן נישט נאָך אַלע אָרטיקע חסידים די קהילה־געזעצן. עס טרעפֿן זיך אַזעלכע הולטײַען, וואָס גייען אין זייער שטעטל טאַקע אויף דער רעכטער זײַט פֿון דער גאַס, אָבער, שטילערהייט, פֿירן זיי לינקע ליבעס. שוין אָפּגערעדט פֿון אַזעלכע קלייניקייטן, ווי די אינטערנעץ, וואָס איז אָפֿיציעל פֿאַרבאָטן אינעם שטעטל, אָבער ווערט ברייט באַנוצט בסוד.
די רעפּרעסיעס קעגן די דיסידענטן זענען אָבער אַן עכטע סכּנה. אַ געהיימע מאָראַל־פּאָליציי שלאָגט פֿון צײַט צו צײַט די ישיבֿה־בחורים, אויב זיי פֿירן זיך צו פֿרײַ; מע וואַרפֿט אַרויס בגוואַלד גאַנצע משפּחות, אויב זיי פּאַסן זיך נישט אַרײַן אינעם סקווערער נוסח פֿון ייִדישקייט. עס ווערן אויסגענוצט פֿאַרשיידענע מעטאָדן פֿון רדיפֿות: פֿון אויסזעצן פֿענצטער און דורכשטעכן רעדער ביז שׂריפֿות און רציחה.
מיט עטלעכע חדשים צוריק איז ניו־סקווער באַרימט געוואָרן אין דער גאָרער וועלט צוליב דעם, וואָס אַן 18־יאָריקער חסיד, מיטן נאָמען שאול שפּיצער, האָט געפּרוּווט צו פֿאַרברענען אַ הויז מיט אַ גאַנצער משפּחה — צוליב דעם, וואָס דער בעל־הבית דאַוונט נישט אין דער זעלבער שיל מיט די אַנדערע סקווערער חסידים. אַהרן ראָטענבערג איז שיִער נישט געשטאָרבן פֿון בראַנד־וווּנדן.
בקיצור, ניו־סקווער איז אַן אָרט, וווּ מע באַטראַכט אַפֿילו אַנדערע חסידים ווי פֿרעמדע, און וווּ אַפֿילו אַן אייגענער מענטש קאָן פֿאַרדינען אַן "אַוטאָ־דאַ־פֿע" פֿאַרן דאַוונען אין אַ פֿרעמדער שיל. עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: וואָס זשע טראַכט מען אין אַזאַ קהילה וועגן די גוייִם?
דער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער קשיא קאָן מען געפֿינען אינעם נײַעם סקווערער בוך אויף ייִדיש פֿאַר קינדער, וווּ עס ווערט בפֿירוש דערקלערט, ווי אַזוי אַ ייִד מוז זיך אויפֿפֿירן, לויט דער מיינונג פֿון די מחברים. דאָס בוך הייסט "ילקוט שאלות ותּשובֿות בעניני הלכה ומנהג"; ס׳איז אַ זאַמלונג פֿון הלכות און מינהגים, אַרויסגעגעבן נישט לאַנג צוריק מיט דער ברכה פֿונעם סקווערער רבין, און צונויפֿגעשטעלט דורך יעקבֿ־יוסף גרין, מיט דער הילף פֿון יעקבֿ אײַזנבערגער, אַ סקווערער דיין פֿון בני־ברק.
אַ ספּעציעלער קאַפּיטל, דרײַ זײַטן אינעם בוך, הייסט "גוים". לאָמיר ציטירן אַ פּאָר זאַצן פֿונעם דאָזיקן "פּערל" פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור (אָפּגעהיט די גראַמאַטיק פֿונעם אָריגינאַל):
"אַ גוי איז אַ דבֿר־טמא, דער גאַנצער עצם פֿון אַ גוי איז שלעכט און טמא, אַפֿילו ער טוט אַמאָל גוט ווערט ער נישט גוט... איז דאָ איין עצה, אינגאַנצן פֿײַנט צו האָבן די מחשבֿות פֿון אַ גוי און וויסן, אַז זייערע מחשבֿות זענען נאָר שלעכטס... פֿײַנט האָבן מיינט נישט וועלן טון זאַכן פֿאַרן גוי, נאָר דאָס מיינט אים נישט סובֿל זײַן, נישט פֿאַרנעמען... פֿאַרשטייט זיך, אַז ליב האָבן אַ גוי איז אינגאַנצן אַ היפּך פֿון דעם... די נאַטור פֿון צדיקים איז צו פֿײַנט האָבן גוים... בפֿרט אויב מען רעדט, חס־ושלום, מיט פֿרײַנדשאַפֿט... וואָס קיינער וויל נישט זײַן מחובר מיט אַ גוי, חס־ושלום".
בקיצור, אַ גאַנצער קאַפּיטל אינעם דאָזיקן בוך באַשטייט פֿון פּרעדיקן שׂינאה צו די גויים. עס ווערט דאָרטן דעקלערט, אַז אַפֿילו די חסידי־אומות־העולם, וואָס טוען צומאָל טובֿות פֿאַר די ייִדן, זענען בעצם שלעכט און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שטיק אומרייניקייט. עס שטייט אויך געשריבן, אַז מע טאָר נישט אַפֿילו קוקן אויף אַ גוי, ווײַל דאָס אַליין קאָן פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער פֿון דער הייליקער ייִדישער נשמה. אינעם זעלבן קאַפּיטל איז פֿאַראַן נאָך אַ פּרט, וואָס כאַראַקטעריזירט אַ סך עקסטרעם־רעכטע באַוועגונגען אַרום דער וועלט: אַפֿילו ווען אַ ייִד פֿירט זיך שלעכט, בלײַבט ער בעצם גוט און הייליק, און זינדיקט בלויז צוליב דער השפּעה פֿון די "שלעכטע גויים". די פֿרעמדע השפּעה אַרבעט אַפֿילו אויף אַ דיסטאַנץ, ווײַל אַ גוי "פֿאַרשמוצט די לופֿט אַרום זיך מיט זײַנע אומריינע מחשבֿות".
אַן אויסצוג פֿונעם סקווערער בוך "ילקוט שאלות ותּשובֿות בעניני הלכה ומנהג", וווּ עס ווערט געפּרעדיקט שׂינאה צו די גוייִם
אַן אויסצוג פֿונעם סקווערער בוך "ילקוט שאלות ותּשובֿות בעניני הלכה ומנהג", וווּ עס ווערט געפּרעדיקט שׂינאה צו די גוייִם

אַזאַ אַנטי־גוייִשע שׂינאה שטאַמט, טיילווײַז, פֿון דער ייִדישער רעאַקציע אויף דעם אַלטן קריסטלעכן אַנטיסעמיטיזם, לויט וועלכן די ייִדן זענען קינדער פֿון שׂטן. אַ צאָל באַקאַנטע רבנים האָבן געענטפֿערט אויף דעם מיט דער טענה, אַז די עכטע טײַוולאָנישע באַשעפֿענישן זענען נישט זיי, נאָר די קריסטלעכע אַנטיסעמיטן. ס׳זעט אויס, אַז די הײַנטיקע סקווערער פֿירער האָבן געזאַמלט אַזעלכע נעגאַטיווע מיינונגען, וועלכע מע האָט אַרויסגעריסן פֿונעם היסטאָרישן קאָנטעקסט, צוגעגעבן זייער אייגענעם עקסטרעמיזם, און מחדש געווען אַ נײַע "מיצווה" — פֿײַנט צו האָבן די אַרומיקע וועלט, כּדי צו האַלטן די חסידים אין איזאָלאַציע, אונטער זייער שטרענגן קאָנטראָל.
דער באַקאַנטער בלאָגער שמריה ראָזענבערג האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער דערמאָנטער אַנטי־גוייִשער חסידישער דרשה אויף זײַן בלאָג "Failed Messiah". אַ טייל קריטיקער טענהן, אַז ס׳איז בעסער אויסצובאַהאַלטן אַזעלכע מאַטעריאַלן און נישט אַרויסווײַזן אַזאַ "שמוציק וועש" פֿאַר דער גאָרער וועלט, כּדי נישט צו געבן די אַנטיסעמיטן אַ נײַע סיבֿה פֿײַנט צו האָבן די ייִדן.
איך מיין, אַז אַלע מינים אינפֿאָרמאַציע, אַפֿילו דאָס "שמוציקע וועש", מוז זײַן אָפֿן. אַדרבה, אַ נאָרמאַלער מענטש, נישט אַ קסענאָפֿאָב, וועט פֿאַרשטיין, אַז ראַדיקאַל־רעכטע געדאַנקען טרעפֿן זיך איבעראַל. צווישן ייִדן בכלל און צווישן די חסידים בפֿרט טרעפֿן זיך סײַ אוניווערסאַליסטישע דענקער, סײַ קסענאָפֿאָבישע פֿאַנאַטיקער.
ס׳איז באַלערנדיק, אַז דווקא אין אַזאַ שטרענג־איזאָלירטער גרופּע, ווי די סקווערער חסידים, ווערט הײַנט פֿאַרשפּרייט אַ ווערסיע פֿון דער אַלטער קריסטלעכער אידעאָלאָגיע, וועלכע האָט אינספּירירט אַ סך נאַציס צו פֿאַרניכטן די ייִדן. ס׳איז פּאַראַדאָקסיש, אַז אַ שטעטל, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן נאָך דער מלחמה דורך די שארית־הפּליטה, כּדי אָפּצוהיטן דאָרט די אויטענטישע ייִדישקייט נאָכן חורבן, האָט זיך אָנגעשטעקט מיט אַ שאָוויניסטישער אידעאָלאָגיע.
די מחברים פֿונעם דערמאָנטן בוך וואָרענען די לייענער, אַז זייער שׂינאה־דרשה "מיינט נישט וועלן טאָן זאַכן פֿאַרן גוי". פּראַקטיש, איז ניו־סקווער אָבער שוין לאַנג געוואָרן אַן עפּיצענטער פֿון כּלערליי חסידישע סקאַנדאַלן, וואָס האָבן צו טאָן מיט שווינדלערײַ, אומטאָלעראַנץ, שלאָגערײַ און ממש רציחה. די נײַע שאָוויניסטישע טעאָריע קאָן מאַכן דעם מצבֿ אַפֿילו ערגער, ווײַל ווען מע פֿאַרשפּרייט שׂינאה אינעם האַרץ, ווערט זי אויסגעגאָסן אין דרויסן.
די אַנטי־גוייִשע שטימונגען זענען פֿאַרשפּרייט אויך אין די אַנדערע חרדישע קהילות. למשל, דער סאַטמאַרער זשורנאַל "דער בליץ" האָט נישט לאַנג צוריק אָנגעהויבן צו פֿאַרמעקן די נישט־ייִדישע פּנימער אויף די אילוסטראַציעס — כּדי די לייענער זאָלן נישט קוקן אויף אַ גוי. די סאַטמאַרער חסידים, לויט מײַן פּערזענלעכער דערפֿאַרונג, באַציִען זיך צו דער אַרומיקער וועלט מיט אַן איראָנישן חשד, אָבער זענען ווײַט פֿון עכטער שׂינאה. להיפּוך, מוטשען זיך די סקווערער חסידים פֿון פּסיכאָלאָגישע קאָמפּלעקסן, ווײַל זיי וווינען אין אַן פֿאַרוואָרפֿן דערפֿל און זעען דאָרטן בלויז איינער דעם צווייטן; דערפֿאַר באַציִען זיך אַ טייל פֿון זיי מיט אַ געמיש פֿון שׂינאה און קינאה צו דער אַרומיקער וועלט און אַפֿילו צו די אַנדערע, מער אָפֿענע, ייִדישע קהילות.
דער חסידישער רבֿ דוד סירס האָט אָנגעשריבן אַ ספֿר אויף ענגליש, וואָס מאַכט אַ תּל פֿון אַלע שׂינאה־אַרגומענטן און דערקלערט קלאָר, אַז מע מוז ליב האָבן אַלע מענטשן. זײַן ספֿר הייסט "Compassion for Humanity in the Jewish Tradition" ("ליבשאַפֿט צו דער מענטשהייט אין ייִדישער טראַדיציע"), און ס׳איז אַרויס אינעם יאָר 1998. דער מחבר האָט געפֿילט, אַז אין די חרדישע סבֿיבֿות ווערן פֿאַרשפּרייט קסענאָפֿאָבישע געפֿילן, און האָט ספּעציעל געזאַמלט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן פֿון גמרא, קבלה, חסידות און מוסר־ספֿרים, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ מיצווה ליב צו האָבן אַלע מענטשן — ייִדן און ניט־ייִדן — און אַז די שׂינאה־געפֿילן זענען בעצם קעגן דער תּורה. סירס איז אָבער אַ בראַצלעווער חסיד, און אַלע בראַצלעווער ספֿרים זענען שטרענג פֿאַרבאָטן אין ניו־סקווער; מע טאָר אַפֿילו נישט דערמאָנען דאָרטן צום גוטן רבי נחמן בראַצלעווער. און דערצו, האָט סירס דאָך אָנגעשריבן זײַן ווערק אויף דער "טרייפֿענער" ענגלישער שפּראַך און געדרוקט עס מיט דער הילף פֿון אַ וועלטלעכן ניט־ייִדישן פֿאַרלאַג. דאָס אַליין איז שוין געפֿערלעך מאָדערן און "גוייִש", לויט די סקווערער סטאַנדאַרטן.
אויף די פּאָליצעס פֿון דער גרויסער שיל אין ניו־סקווער, ווי אויך אין די הײַזער פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער, קאָן מען אָבער זיכער געפֿינען אַנדערע ספֿרים, וווּ עס שטייט קלאָר געשריבן, אַז מע מוז ליב האָבן אַלע מענטשן און צו האָבן דרך־ארץ פֿאַר זייערע געדאַנקען: למשל, דער ספֿר "אמרי פּנחס", פֿון רבי פּנחס קאָרעצער; "ספֿר הברית", פֿון הרבֿ פּינחס־אליהו האָראָוויץ; דעם קלאַסישן משנה־פּירוש "תּפֿראת ישׂראל", פֿון הרבֿ ישׂראל ליפֿשיץ; "שערי קדושה" פֿון רבי חיים וויטאַל; "תּומר דבֿורה" פֿון רבי משה קאָרדאָוועראָ; דעם תּלמוד־קאָמענטאַר "בית הבחירה" פֿון רבי מנחם מאירי.
לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק, האָבן בלויז אַ פֿערטל אײַנוווינער פֿון ניו־סקווער פֿאַרענדיקט אַ מיטלשול. אַפֿילו די דאָזיקע מינאָריטעט האָט באַקומען בלויז אַ מינימאַלע בילדונג, ווײַל אין די חרדישע שולן לערנט מען זייער ווייניק וועלטלעכע דיסציפּלינען. ס׳זעט אויס, אַז די מדרגה פֿון באַהאַוונטקייט מיט די קלאַסישע רבנישע ספֿרים איז דאָרטן אויך נישט צו הויך; אַנדערש, וואָלט מען נישט געקאָנט פֿאַרשפּרייטן אַזעלכע שׂינאה־מאַטעריאַלן, וואָס לייקענען אָפּ די מיינונגען פֿון באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע רבנים.
ס׳איז פֿאַראַן אַ באַרימט בילד פֿונעם גרויסן קינסטלער פֿראַנציסקאָ גאָיאַ, וואָס הייסט "דער שלאָף פֿונעם שׂכל האָט געבוירן מאָנסטערס". ווען אַ מענטש וויל גאָרנישט לערנען ווי געהעריק, שלאָפֿט זײַן מוח אײַן, און עס קריכן אין זײַן קאָפּ אַרײַן פֿאַרשיידענע משוגענע מחשבֿות. דער דאָזיקער געדאַנק — וואָס שטימט, אַגבֿ, מיטן דורשט צו בילדונג אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט — איז אָבער אויך נישט פּאַסיק פֿאַר די סקווערער חסידים, ווײַל דער דערמאָנטער קינסטלער איז געווען אַ גוי און דערצו האָט געהייסן גאָיאַ.
ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ שאַנס, אַז דאָס דערמאָנטע שׂינאה־בוך וועט נישט האָבן צו פֿיל השפּעה אויף די סקווערער חסידים. האָפֿנטלעך, וועלן ס׳רובֿ אײַנוווינער פֿון ניו־סקווער זײַן אומוויליק עס איבערצובלעטערן, ווײַל ס׳איז דאָך אויך אַ מין בילדונג, און ממילא נישט וויסן, אַז זייער רבי האָט זיי געהייסן פֿײַנט צו האָבן די וועלט.

I’m not a square’r cusid

I’m not a square’r cusid and I haven’t read yet the article written by this yutz!, Because coming from the forward who was the official so called yiddish ‘jewish paper’ in N.Y. in the 40-60’s I’ll attest that it must be negative to the core, A paper who was behind the terrible assimilation of American jews, a paper who’s romantic articles (read smutz) fed the old and young readers with filth for many years (in yiddish letters!), a paper who was printed weekly in shabbous! In it articles of blasphemy that the משומד c hitchens articles would pale! a paper who was dedicated to advertise jewish balls-parties and jewish yiddishe plays on the than jewish east side occurring on SHABBOUS! And Yom Kippur! who used to threaten rabbunim opposing them that they will smear them in public! A paper who had the audacity to write daily articles of the last sort on קוה"ק RYT z”l in the beginning years of his establishment in America, thinking he will budge for this rag! paper! A paper that died as a ‘direct result’ of this atrocity! (I’ll not elaborate here.) Is trying to resurrect itself and establish itself with the same tactics that he died by! NO! המשנה בבכורות קובעת, כל היוצא מן הטמא טמא I’ll add צא טמא No one needs you and no on reads you in the orthodox jewish market! You’re a re-born again this time as a goy! who caters to Goyim mostly! A piece of old crap rehashed that’s trying to smell fresh again! This time for MO ½ Jews and for complete Goyim! Good luck and get lost! As I mentioned I’m not a square’r cusid at all but, חבר אני לכל אשר יריאוך I would ratter go to hell with them.. Than in Heaven with you! and you’re old park bench lost and confused readers! Who still get a jolt in their spine reading your Schadenfreude smut articles! have fun while you last and Drop Dead again Soon.

Citation: You’re a re-born

Citation: You’re a re-born again this time as a goy! who caters to Goyim mostly!

Thank you very much for your pleasant response!

Meanwhile, this article was actually written by an observant Jew, who actually cares what the world thinks of the Orthodox Jews and who is concerned about the tremendous Chillul Hashem and harm caused by totalitarian racists like the Skverer leadership.

And for you, dear Mr. Tzuzik, I have three personal advices: first, learn some basic English grammar and try to use it properly; second, find a good psychiatrist for yourself; third, don't leave comments written in such a tone anymore, or next time I will kick you out of here...

Cheers,

Your Admin