- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז באַוווּסט, אַז אין די ערשטע פֿינף יאָר פֿון דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע האָט אַב. קאַהאַן פֿאַרבראַכט ווייניק צײַט אין דער צײַטונג. ער איז ניט געווען צופֿרידן מיט דעם טרוקענעם נוסח פֿון זשורנאַליזם, וואָס האָט קוים-קוים-געהאַלטן דעם "פֿאָרווערטס" אויף דער אייבערפֿלאַך. קאַהאַן האָט געגלייבט, אַז אַ צײַטונג עקזיסטירט ניט צוליב איבערחזרן טאָג-אײַן טאָג-אויס די אידעען פֿון קאַרל מאַרקס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס קאַהאַן האָט פֿאַרשטאַנען סאָציאַליזם ווי אַ וועג צו אַ בעסערן לעבן, אַ בעסערן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. דער "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אין דער ייִדישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין די 1880ער יאָרן און איז געקומען צום סוף מיט דער לעצטער כוואַליע פֿון דער פּאָסט־סאָוועטישער עמיגראַציע. יעדע כוואַליע פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן קולטורעלן פּרצוף און האָט מיטגעבראַכט קיין אַמעריקע באַשטימטע השׂגות פֿון דער אַלטער היים. די אימיגראַנטן פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען געווען אַנדערש פֿון זייערע פֿאָרגייער, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן. די "קאַלטע מלחמה" איז שוין געווען פֿאַרבײַ און די רוסישע ייִדן האָבן זיך מער ניט געפֿילט ווי חשובֿע שפּילער אין דער וועלט־פּאָליטיק. נאָכן סוף פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָט מען געקאָנט פֿאָרן אַהין און צוריק אָן שום מניעות, אַבי געלט. אינטערנעץ און ביליקע טעלעפֿאָנישע פֿאַרבינדונג האָבן דערמעגלעכט טעגלעכע קאָנטאַקטן צווישן דער אַלטער און דער נײַער היים. מאָלט זיך אויס אַזאַ בילד: מיטוואָך נאָכמיטאָג. פֿיר רבנים מיט בערד זיצן שעהען לאַנג אַרום אַ טיש, שאָקלען זיך בײַ דער גמרא און אַנדערע ספֿרים, און פּרוּוון אויספּלאָנטערן, צי אַ ייִד, וועלכער פֿאַרמאָגט אַ טויער־טורעם בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן ווילע, דאַרף דאָרט אויפֿהענגען אַ מזוזה. איז דאָס אַ בית־מדרש אין באָראָ־פּאַרק? לייקוווּד? ניין, ס׳איז דווקא אַ כּולל אין דאַלאַס, טעקסאַס... דער חידוש איז אָבער נישט בלויז וואָס אינעם אַמאָליקן האַרץ פֿון קאַובוי־לאַנד לערנט הײַנט אַ גרופּע תּלמידי־חכמים גמרא, נאָר ווי אַזוי די רבנים האָבן ממש איבערגעמאַכט די אָרטיקע ייִדישע קהילה. אין 1860 האָט אַבֿרהם טענדלאַו געדרוקט זײַן זאַמלונג "ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד. די הונדערטער ווערטלעך האָט טענדלאַו אַליין געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקסמויל, און כאָטש די זאַמלונג איז די ערשטע פֿון דעם זשאַנער אין בוך־פֿאָרעם, איז זי געבליבן אַ קלאַסיש און ניצלעך ווערק ביזן הײַנטיקן טאָג אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. די ווערטלעך גופֿא, דרוקט ער אין זייער אָריגינעלער שפּראַך, ייִדיש, אָבער אין לאַטײַנישע אותיות. זײַנע באַמערקונגען שרײַבט ער אויף דײַטש. איר ווילט הערן אַ מעשׂה? נישט קיין מעשׂה סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, נישט קיין מעשׂה וואָס פֿון אונטער די הרי־חושך, נאָר אַזוי עכט ווי שלמה המלכס מישפּט. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין אַ רײַך שטעטעלע לעבן ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען, קיין עין־הרע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, אין אויסגעסטרויעטע הײַזער, מיט קעכינס און דינסטן, מיט גערטנער און אָנגעשטעלטע קוימען־קערער. האָט איינע פֿון אַזעלכע משפּחות אָנגעשטעלט אַ דינסט, נישט קיין ייִדישע דווקא. וווּ קען מען הײַנט באַקומען אַ ייִדישע דינסט בכלל? נישטאָ אַזוינס. דאָס איז אַ פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן. אויף דער ייִדישער גאַס האָט זיך הײַנט באַוויזן אַ מאָדנע סיטואַציע. הגם אַלע זענען מסכּים, אַז ס׳ווערט פֿינאַנציעל אַלץ שווערער פֿאַר אַ ייִדישער משפּחה צו פֿירן אַן אַקטיוו ייִדיש לעבן און צו שיקן די קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול, האָבן די ייִדישע פֿעדעראַציעס און אַנדערע גרויסע ייִדישע אַמעריקאַנער אינסטיטוציעס ביז איצט אַרויסגעוויזן ווייניק אינטערעס צו העלפֿן די משפּחות באַצאָלן דעם אַבסורדיש־שטײַגנדיקן שׂכר־לימוד. דער מצבֿ איז ספּעציעל אָנגעווייטיקט בײַ די משפּחות, וווּ איינער אָדער ביידע עלטערן האָבן פֿאַרלוירן די שטעלע אָדער מוזן איצט אַרבעטן טייל־צײַטיק. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז אינעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ברוקלין פֿאָרגעקומען אַ סצענע, וואָס וואָלט ביז לעצטנס פּשוט נישט מעגלעך געווען. אַַ 22־יאָריקער בחור, וועלכער שטאַמט פֿון אַ חסידישער היים, האָט באַשולדיקט אַ ברוקלינער רבֿ פֿון די מונקאַטשער חסידים, אין האָבן אים סעקסועל באַלעסטיקט אין אַן אויטאָ במשך פֿון די יאָרן 2004 און 2005. (דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק איז דער רבֿ, ברוך ליבאָוויץ, טאַקע דערקלערט געוואָרן שולדיק, און עס דראָט אים איצט אַ שטראָף פֿון זיבן יאָר תּפֿיסה.) מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן 150 ייִדן, פֿון אַלע עלטערס, און פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שיטות, זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער אָרגאַנישער ייִדישער פֿאַרם, "קים" ("קאַיאַם"), לעבן באָלטימאָר, מערילאַנד, צו פּראַווען שבת אין איינעם און צו הערן שיעורים אויף אַ טעמע, וואָס מע לערנט געוויינטלעך נישט אין די ייִדישע שולן: וואָס זענען די דינים אין דער תּורה, משנה און גמרא אין שײַכות מיט אַגריקולטור און פֿאַרמערײַ? אין שלום־עליכמס דערציילונג "דאָס טעפּל", קומט יענטע, אַ ייִדענע וואָס האַנדלט מיט הינער, צום רבֿ מיט אַ שאלה. ביז זי פֿרעגט די שאלה נעמט אָבער אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך. דער עיקר, רעדט זי וועגן אירע צרות — וועגן איר מאַן, וואָס איז געשטאָרבן יונגערהייט און זי איבערגעלאָזט מיט אַ קינד; וועגן די "שלעכטע שכנים", מיט וועלכע זי טיילט די שטוב; וועגן איר מסירת־נפֿש צו מאַכן יעדן טאָג אַ יײַכל פֿאַר איר קראַנק קינד, דודל, וואָס הוסט, נעבעך כּסדר... ערשט בײַ די לעצטע זײַטן פֿון דער מעשׂה דערוויסן מיר זיך וואָס איז די שאלה: צי איז איר טײַער פֿליישיק טעפּל טאַקע טריף געוואָרן? (חילוקי־דעות און שטרײַטן צווישן אַחינו־בני־ישׂראל) עס איז לעצטנס געוואָרן עטוואָס שטילער אויף דעם רעליגיעזן פֿראָנט אין ירושלים. די צאָל דעמאָנסטראַנטן אויף ממילא־גאַס אין ירושלים, וועלכע קומען יעדן שבת און שרײַען "שאַבעס!", "שאַבעס!" און פֿאָדערן צו שליסן דעם פּאַרקיר־פּלאַץ פֿאַר די אויטאָס פֿון די טוריסטן, ווי אויך אַרום דער עלעקטראָנישער "אינטעל"־פֿירמע וואָס באַשעפֿטיקט ייִדן אום שבת, האָט זיך לעצטנס באַטײַטיק פֿאַרקלענערט. די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו אין "יד־ושם" איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג "אַרכיטעקטור פֿון מאָרד" — די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון מיטגלידער פֿון דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס אין ישׂראל, פֿאָרשטייער פֿון 80 מדינות און לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ, מיט דער באַטייליקונג פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, דערציִונגס־מיניסטער סער (סאַאַר), בירגערמײַסטער פֿון ירושלים ברקת (באַרקאַט), פֿאָרזיצער פֿון ראַט בײַ "יד־ושם" הרבֿ לאַו, פֿאָרזיצער פֿון דירעקטאָריום פֿון "יד־ושם" שלו (שאַלעוו) און אַנדערע. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן כּמעט 600 פּעדאַגאָגן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע זיך געטראָפֿן אויף אַ דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אינעם "מאַריאָט־האָטעל" אין טינעק, ניו־דזשערזי, אויף דער טעמע Thriving in a New Reality (ווי מיר קאָנען בעסער געניסן פֿון דער נײַער תּקופֿה). דער ציל: זען, אויב די טאָגשולן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטראָמען — אָרטאָדאָקסיש, |