קהילה־לעבן, געזעלשאַפֿט
כּמעט 600 דעלעגאַטן האָבן זיך באַטייליקט אין דער בילדונג־קאָנפֿערענץ אין טינעק, ניו־דזשערזי די פֿאַרגאַנגענע וואָך
כּמעט 600 דעלעגאַטן האָבן זיך באַטייליקט אין דער בילדונג־קאָנפֿערענץ אין טינעק, ניו־דזשערזי די פֿאַרגאַנגענע וואָך
Robert A. Cumins

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן כּמעט 600 פּעדאַגאָגן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע זיך געטראָפֿן אויף אַ דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אינעם "מאַריאָט־האָטעל" אין טינעק, ניו־דזשערזי, אויף דער טעמע Thriving in a New Reality (ווי מיר קאָנען בעסער געניסן פֿון דער נײַער תּקופֿה). דער ציל: זען, אויב די טאָגשולן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטראָמען — אָרטאָדאָקסיש, קאָנסערוואַטיוו, רעפֿאָרם און אומאָפּהענגיקע — וועלן קענען אָנהייבן צוזאַמענאַרבעטן, אין אַ צײַט פֿון כּלערליי נײַע טעכנאָלאָגישע מעגלעכקייטן, און בעת דער דורכשניטלעכער שׂכר־לימוד דערגרייכט שוין באַלד $15,000 אַ יאָר.

די טאָגשולן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ האָבן טאַקע אָפּגעשפּיגלט אַ רעגן־בויגן פֿון שאַטירונגען. 210 האָבן געהערט צו "ראַווסאַק" (די נעץ פֿון אומאָפּהענגיקע ייִדישע טאָגשולן); 116 זענען געווען מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן, פֿאַרבונדן מיט אַ נײַער פּעדאַגאָגישער פּראָגראַם בײַם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט"; 84 זענען געקומען פֿון די קאָנסערוואַטיווע "סאָלאָמאָן שעכטער"־שולן; 31 — פֿון "פּרדס" (די אַסאָציאַציע פֿון רעפֿאָרם־טאָגשולן), און 125 פֿון ייִדישע טאָגשולן, וואָס געהערן נישט צו קיין אָרגאַניזאַציע.

דער פֿאַקט, וואָס עס האָבן זיך באַטייליקט אַזוי פֿיל מענטשן פֿון פֿאַרשידענע שטראָמען, איז אַ סימן, קען מען זאָגן, פֿון אַ נײַער אָפֿנקייט בײַ די ייִדישע טאָגשולן זיך צו לערנען איינע בײַ דער אַנדערער, אַפֿילו אויב זיי געהערן נישט צום זעלבן רעליגיעזן שטראָם.

ד״ר אַלען נאָוועמבער, אַ באַקאַנטער פֿירער פֿון דערציִונג־טעכנאָלאָגיע, האָט דערקלערט ווי אַזוי די נײַע עלעקטראָנישע מיטלען קענען צו ניץ קומען די ייִדישע טאָגשולן
ד״ר אַלען נאָוועמבער, אַ באַקאַנטער פֿירער פֿון דערציִונג־טעכנאָלאָגיע, האָט דערקלערט ווי אַזוי די נײַע עלעקטראָנישע מיטלען קענען צו ניץ קומען די ייִדישע טאָגשולן
Robert A. Cumins

אמת, עס זענען שוין פֿריִער געווען פּעדאַגאָגישע צוזאַמענפֿאָרן מיט פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען, ווי למשל, בײַ די 5־טאָגיקע יערלעכע קאָנפֿערענצן, אָרגאַניזירט פֿון דער "קאָאַליציע פֿאַר אַלטערנאַטיוון אין ייִדישער דערציִונג" (CAJE), וואָס האָט זיך געשלאָסן אין יאָר 2008; און אויך בײַ די איין־טאָגיקע סעסיעס אָרגאַניזירט פֿונעם ניו־יאָרקער "ראַט פֿון ייִדישער דערציִונג" (BJE).

מיט איין זאַך איז אָבער די איצטיקע קאָנפֿערענץ געווען גאָר אַנדערש. אין פֿאַרגלײַך מיט די צוזאַמענפֿאָרן פֿון CAJE און דער BJE, וווּ די פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַרשידענע רעליגיעזע שאַטירונגען האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַן אידעאָלאָגיש־נייטראַלער אינסטיטוציע, איז די איצטיקע קאָנפֿערענץ געווען ממש אַ בציבורדיקער פּראָיעקט פֿון די אָרטאָדאָקסישע, קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרם־ און אומאָפּהענגיקע טאָגשולן.

"ווען מע זעט, ווי עס שטייט אויף איין טראַנספּאַראַנט — ׳ישיבֿה־אוניווערסיטעט׳, ׳סאָלאָמאָן שעכטער׳, ׳ראַווסאַק׳ און ׳פּרדס׳ — מאַכט עס טאַקע אַן אײַנדרוק," האָט דערקלערט ד״ר איליין כּהן, די וויצע־דירעקטאָרין פֿון דער "סאָלאָמאָן שעכטער טאָגשול־אַסאָציאָציע".

מאַרק קריימער, דער הויפּט פֿון "ראַווסאַק", האָט בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", געזאָגט, אַז מע האָט, בײַם אָרגאַניזירן די קאָנפֿערענץ, זיך שטאַרק באַמיט צו פֿאַרזיכערן, אַז קיינער זאָל זיך נישט פֿילן אַרויסגעלאָזט. אַלע אָרגאַניזירער האָבן מסכּים געווען צו ניצן די שטרענגסטע השגחה, אַפֿילו פּת־ישׂראל און חלבֿ־ישׂראל, כּדי יעדער וואָס וויל — זאָל קענען קומען. "דערבײַ האָט מען טאַקע קלאָר אײַנגעזען, אַז דאָס עסן צוזאַמען איז אַ וויכטיקער מיטל צו שאַפֿן אַ געפֿיל פֿון שותּפֿות," האָט קריימער געזאָגט.

די צוזאַמענאַרבעט האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן פֿונעם ערשטן טאָג פֿון פּלאַנירן די קאָנפֿערענץ. קריימער האָט אויסגערעכנט אַ טייל פֿון די ענינים, וואָס מע האָט באַשלאָסן אין איינעם: "וואָס זאָל זײַן די השקפֿה? וועלכע רעדנער זאָל מען פֿאַרבעטן? וואָס זאָלן זײַן די טעמעס פֿון די וואַרשטאַטן? וווּ זאָל די קאָנפֿערענץ פֿאָרקומען? אַלע פּרטים — ביז צום קאָליר פֿון די סערוועטקעס."

ד״ר ראָבערט חזן (לינקס), פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשע און ייִדישע שטודיעס בײַם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט", פֿירט אַ "וואַרשטאַט" אויף דער טעמע, ווי אַזוי קען מען פֿאַרבעסערן דעם לימוד פֿון ייִדישער געשיכטע;
ד״ר ראָבערט חזן (לינקס), פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשע און ייִדישע שטודיעס בײַם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט", פֿירט אַ "וואַרשטאַט" אויף דער טעמע, ווי אַזוי קען מען פֿאַרבעסערן דעם לימוד פֿון ייִדישער געשיכטע;
Robert A. Cumins

כּדי צו געבן אַלע טאָגשולן אַ געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן, האָבן די אָרגאַניזירער צוגעזאָגט צו דעקן 50% פֿון די הוצאָות פֿאַר איין פֿאָרשטייער פֿון יעדער שול. בערך 200 פֿאָרשטייער האָבן געקראָגן די סוביסידיע, וואָס איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער "שותּפֿות פֿאַר פֿעיִקייט אין ייִדישער דערציִונג" (PEJE), דער "קאָווענאַנט־פֿונדאַציע" און די "קהלת־פֿונדאַציע".

מע האָט אַ סך אַרומגערעדט ווי אַזוי די טאָגשולן קענען אויסניצן פֿאַרשידענע טעכנאָלאָגישע מיטלען: ווי, למשל, צו שאַפֿן אַן אייגענע וועבזײַט און "בלאָגס" (עלעקטראָנישע טאָגביכער, וווּ מע דריקט אויס מיינונגען, און וווּ מע גיט איבער באַריכטן פֿון געשעענישן, אָפֿט מאָל באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָס); די וויכטיקייט פֿון פֿאַרבײַטן די געוויינטלעכע שוואַרצע טאָוולען מיט די אַזוי־גערופֿענע smartboards — עלעקטראָנישע ווײַסע טאָוולען, וווּ די נאָטיצן וואָס די לערער פֿאַרשרײַבן, ווערן אויטאָמאַטיש רעקאָרדירט אין די קאָמפּיוטערס פֿון יעדן תּלמיד.

די עלעקטראָנישע טאָוולען זענען ספּעציעל וויכטיק פֿאַר יענע תּלמידים, וועלכע האָבן שוועריקייטן בײַם לערנען, ווײַל זיי ווייסן אָפֿט מאָל נישט, וועלכע נאָטיצן צו פֿאַרשרײַבן אין זייערע העפֿטן, האָט ד״ר כּהן געזאָגט. אַ דאַנק אַזוינע טאָוולען, קענען די שוואַכע תּלמידים אַ סך בעסער מיטהאַלטן אין קלאַס.

איינער פֿון די הויכפּונקטן בײַ דער קאָנפֿערענץ איז געווען די סעסיע מיט ד״ר אַלען נאָוועמבער — אַ באַקאַנטער פֿירער אויפֿן שטח פֿון דערציִונג־טעכנאָלאָגיע. "דאָס האָט אונדז אַלעמען געגעבן אַ געלעגנהייט צו לערנען די העכסטע סטאַנדאַרטן פֿון דער פּעדאַגאָגיק, אויף אַן אופֿן, וואָס איז נישט געווען אידעאָלאָגיש," האָט דערקלערט הרבֿ ד״ר מאַרטין שלאָס, דער דירעקטאָר פֿון טאָגשול־דערציִונג בײַ דער BJE.

הגם אַלע זענען מסכּים געווען, אַז די וואַקסנדיקע טעכנאָלאָגיע קאָן אַ סך פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ אין די ייִדישע טאָגשולן, נישט בלויז ווי אַ לערן־מיטל, נאָר אויך ווי אַן אופֿן צו שפּאָרן געלט, האָט קריימער אַרויסגעהויבן אַ פּראָבלעם: "ווי אַזוי קענען מיר פֿאַרבעסערן די טעכנאָלאָגיע, ווען ס׳רובֿ פֿון אונדז זענען שוין איבער 40 יאָר אַלט, און די קינדער ווייסן מער פֿון אונדז? טאַקע דערפֿאַר איז די קאָנפֿערענץ געווען אַזוי וויכטיק — מיר האָבן אַלע געהאַט אַ געלעגנהייט צו פֿאַרטיפֿן אונדזער קענטעניש פֿון די נײַע מיטלען."

די אַדמיניסטראַטאָרן פֿאַרפֿירן אַ שמועס וועגן די פּראָבלעמען אין זייערע שולן
די אַדמיניסטראַטאָרן פֿאַרפֿירן אַ שמועס וועגן די פּראָבלעמען אין זייערע שולן
Robert A. Cumins

אַן אַנדער ענין וואָס מע האָט אַ סך אַרומגערעדט, איז געווען ווי אַזוי מע קען פֿאַרגרינגערן דעם מצבֿ מיט שׂכר־לימוד — אַ גרויסע פּראָבלעם, בפֿרט בײַ די נישט־אָרטאָדאָקסישע טאָגשולן, וווּ אַ טייל פֿון די משפּחות טראַכטן שוין וועגן אַריבערפֿירן זייערע קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן. אַ ספּעציעל גרויסע זאָרג איז וועגן די נײַע סעקולערע העברעיִש־שפּראַכיקע טשאַרטער־שולן, וווּ מע צאָלט בכלל נישט קיין שׂכר־לימוד. הגם עס זענען דערווײַל בלויז דאָ צוויי אַזוינע שולן — איינע אין האָליוווּד, פֿלאָרידע, און די צווייטע אין דער שטאָט ניו־יאָרק — האָבן זיי אַרויסגערופֿן אַ היפּשן אינטערעס בײַ געוויסע ייִדישע משפּחות, בפֿרט איצט, בעת דעם עקאָנאָמישן קריזיס.

כּדי אַרויסצוהעלפֿן געוויסע משפּחות מיטן שׂכר־לימוד, האָט מען געשטעלט די פֿראַגע: צי וואָלט מען געקאָנט נאָכמאַכן דעם מוסטער פֿון "געבורטרעכט: ישׂראל" (די 10־טאָגיקע רײַזעס קיין ישׂראל, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל)? מיט אַנדערע ווערטער, דאָס קינד וואָלט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער טאָגשול איין אָדער צוויי יאָר, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. די האָפֿענונג איז, אַז די משפּחה וועט ווערן אַזוי באַגײַסטערט פֿון דער דערציִונג, אַז זי וועט שוין איבערלאָזן די קינדער אין דער שול, אַפֿילו נאָך דעם ווי די משפּחה דאַרף אָנהייבן באַצאָלן שׂכר־לימוד. בלײַבט אָבער די שאלה: ווער וועט פֿינאַנצירן אַזאַ פּראָגראַם?

אַ צווייטער, און אפֿשר מער פּראַקטישער פּלאַן וואָס מע האָט אַרומגערעדט איז נאָכצומאַכן אַ געוויסע פּראָגראַם אין ניו־דזשערזי, אין וועלכער אַ גרופּע אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע טאָגשולן האָבן געשאַפֿן אַ קהילה־פֿאָנד, וואָס זאַמלט געלט דורך זייער וועבזײַט nnjkids.org. נאָך דעם ווי מע קלײַבט צונויף דאָס געלט, טיילט מען עס אויס, פֿיר מאָל אַ יאָר, צו יעדער פֿון די אַכט עלעמענטאַרע טאָגשולן אינעם ראַיאָן.

סײַ קריימער, סײַ כּהן האָבן באַטאָנט, אַז אַ וויכטיקער ציל פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען צו מוטיקן די פּרינציפּאַלן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון די טאָגשולן. "דאָס איז געווען אַ שווער יאָר פֿאַר זיי, ווײַל אין דער פּרעסע האָט מען געהאַלטן אין איין רעדן וועגן דעם הויכן שׂכר־לימוד," האָט באַמערקט ד״ר כּהן. "די קאָנפֿערענץ האָט געשאַפֿן אַ געלעגנהייט זיך צו דערוויסן אויך וועגן אַ צאָל גוטע זאַכן, וואָס זענען הײַיאָר פֿאַרגעקומען."

מע האָט זיך דערוווּסט, למשל, וועגן אַ סאָלאָמאָן־שעכטער־שול, "וואַלי בית־שלום", אין ענסינאָ, קאַליפֿאָרניע, וואָס האָט דורכגעפֿירט אַ הצלחהדיקע סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג־פּראָגראַם, בשותּפֿות מיט אַ ישׂראלדיקער שול. אַנדערע שולן האָבן דערציילט, ווי אַזוי זיי האָבן טרענירט זייערע לערער צו ניצן טעכנאָלאָגישע מיטלען אין די קלאַסן; אָדער ווי זיי האָבן אײַנגעפֿירט מעטאָדן, וווּ קינדער מיט לערן־פּראָבלעמען האָבן די זעלבע מעגלעכקייטן צו באַנעמען דעם מאַטעריאַל ווי די מער געניטע קינדער. "אַזוינע סוקצעס־געשיכטעס ווערן, צום באַדויערן, פֿאַרלוירן, ווען מע האַלט אין איין רעדן בלויז וועגן שׂכר־לימוד," האָט ד״ר כּהן באַמערקט.

דער גרעסטער אויפֿטו, האָט קריימער באַמערקט, איז געווען צו ווײַזן די שול־אַדמיניסטראַטאָרן פֿון די טאָגשולן, אַז מע שאַצט אָפּ די וויכטיקע אַרבעט, וואָס זיי טוען. "די פֿיר שטיצער פֿון דער קאָנפֿערענץ זענען טאַקע נישט מסכּים וועגן פֿאַרשידענע ענינים פֿון הלכה," האָט קריימער געזאָגט, "אָבער וועגן איין זאַך זענען מיר יאָ מסכּים: אַ ייִדישע טאָגשול איז עד־היום דער בעסטער אופֿן צו אַנטוויקלען בײַ אַ קינד אַ ייִדישע אידענטיטעט."