פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
די שאלות זענען הײַנט גאָר אַנדערש ווי אַמאָל. איין פֿרוי פֿרעגט, למשל: צי מוז זי אָפּשנײַדן אירע אויסגעטאָקטע, לאַנגע נעגל, איידער זי גייט אין דער מיקווה?
די שאלות זענען הײַנט גאָר אַנדערש ווי אַמאָל. איין פֿרוי פֿרעגט, למשל: צי מוז זי אָפּשנײַדן אירע אויסגעטאָקטע, לאַנגע נעגל, איידער זי גייט אין דער מיקווה?

אין שלום־עליכמס דערציילונג "דאָס טעפּל", קומט יענטע, אַ ייִדענע וואָס האַנדלט מיט הינער, צום רבֿ מיט אַ שאלה. ביז זי פֿרעגט די שאלה נעמט אָבער אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך. דער עיקר, רעדט זי וועגן אירע צרות — וועגן איר מאַן, וואָס איז געשטאָרבן יונגערהייט און זי איבערגעלאָזט מיט אַ קינד; וועגן די "שלעכטע שכנים", מיט וועלכע זי טיילט די שטוב; וועגן איר מסירת־נפֿש צו מאַכן יעדן טאָג אַ יײַכל פֿאַר איר קראַנק קינד, דודל, וואָס הוסט, נעבעך כּסדר... ערשט בײַ די לעצטע זײַטן פֿון דער מעשׂה דערוויסן מיר זיך וואָס איז די שאלה: צי איז איר טײַער פֿליישיק טעפּל טאַקע טריף געוואָרן?

נישט געקוקט אויפֿן געלעכטער, וואָס יענטעס פּלאַפּלערײַ רופֿט אַרויס בײַם לייענער, דערפֿילט מען אויך דעם רחמנות, וואָס שלום־עליכם האָט אויף דער אומגליקלעכער פֿרוי. יענטע איז געקומען צום רבין נישט בלויז אויסצוהערן זײַן פּסק וועגן אַ טריף־געוואָרענעם טעפּל; זי וויל אויך אַ ביסל טרייסט, זיך פּשוט אַראָפּרעדן פֿון האַרצן.

ס׳רובֿ ייִדן מיינען, אַז דאָס פֿרעגן אַ שאלה בײַם רבֿ איז אַן אַלט־מאָדישע טראַדיציע, וואָס קומט הײַנט פֿאָר בלויז בײַ די חרדים. ס׳איז אָבער גאָר נישט אַזוי. בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן איז דאָס עד־היום אַ וויכטיקער עלעמענט אין די באַציִונגען צווישן דעם רבֿ און זײַנע מתפּללים. מיר לעבן אָבער נישט אין די צײַטן פֿון יענטל די הינער־הענדלערין, נאָר אינעם 21סטן יאָרהונדערט, ווען דער לעבן־שטייגער איז אַ סך מער קאָמפּליצירט, און דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין די שאלות אַליין.

"אין די 1960ער און 70ער יאָרן, ווען די בעל־הביתטעס פֿלעגן אַליין כּשרן די הינער, פֿלעגן זיי קומען צו מײַן טיר, ממש מיט דער הון אין דער האַנט, צו פֿאַרזיכערן, אַז די הון איז נישט טריף," האָט דערציילט הרבֿ נחמן כּהן, דער פּענסיאָנירטער לאַנג־יאָריקער רבֿ פֿון "יאָנג איזראַעל אוהבֿ־צדק" אין בראָנקס, נ״י.

"הײַנט איז דאָס מער נישט קיין ענין, ווײַל מע קויפֿט די הינער שוין געכּשרטע. אַנשטאָט דעם, פֿרעגט מען מיך וועגן רעסטאָראַנען: צי קען מען געטרויען זייער השגחה, צי נישט? דאָס איז שוין מער קאָמפּליצירט, ווײַל ס׳איז נישט סתּם אַ טעכנישע פֿראַגע. איידער מע מאַכט אַ פּסק דאַרף מען, צו ערשט, גיין אויסגעפֿאָרשן די מענטשן, וואָס פֿאַרמאָגן דעם רעסטאָראַן."

הרבֿ כּהן הערט נאָך אַלץ שאלות וועגן מילכיקס אויסגעמישט מיט פֿליישיקס, אָבער בדרך־כּלל זענען זיי אין שײַכות מיט דינסטן. ווען מאַן־און־ווײַב גייען ביידע צו דער אַרבעט, פֿאַרלאָזט מען זיך אויף די דינסטן צו מאַכן וועטשערע (און אַפֿילו צוצוגרייטן דאָס עסן אויף שבת), אָבער צוליב דעם, וואָס די דינסטן זענען בדרך־כּלל נישט קיין ייִדישע, איז פֿאַרשטענדלעך, אַז זיי מאַכן טעותן מיט כּשרות.

אין אַמאָליקע יאָרן פֿלעג מען די וואָך פֿאַר פּסח קלינגען דעם רבֿ "אָן אויפֿהער", האָט הרבֿ כּהן געזאָגט, אָבער הײַנט — נישט, ווײַל אַ סך משפּחות פֿאַרברענגען פּסח בײַ באָבע־זיידע אָדער אין אַ כּשרן האָטעל, טאַקע כּדי אויסצומײַדן די ערבֿ־פּסחדיקע האָרעוואַניע. די איינציקע פּסח־שאלות וואָס דער רבֿ דאַרף יאָ פּסקענען זענען פֿון די משפּחות, וואָס מאַכן, סוף־כּל־סוף, פּסח פֿאַר זיך — אָדער ווײַל באָבע־זיידע האָבן שוין מער נישט קיין כּוח אויפֿצונעמען די געסט, אָדער ווײַל ס׳איז געוואָרן צו טײַער צו פֿאָרן אין אַ האָטעל.

אַ סך פֿון די שאלות, בפֿרט פֿון די מענער, האָבן אַ שײַכות מיט געשעפֿטן. איין ייִד האָט פֿאַרלוירן די שטעלע בײַ אַ גרויסער פֿירמע. מע האָט אים צוגעזאָגט צו צאָלן יעדע וואָך אויסגלײַך־געלט (severance pay) ביז ער געפֿינט אַ צווייטע שטעלע. דערנאָך האָט דער ייִד אָבער יאָ באַקומען אַ שטעלע. ווען ער האָט דערציילט זײַן פֿריִערדיקן באַלעבאָס וועגן דעם, האָט יענער אים געעצהט צו שווײַגן און ווײַטער נעמען דאָס באָנוס־געלט. "אַלע טוען אַזוי," האָט דער באַלעבאָס אים צוגעוווּנקען.

דער ייִד האָט געוווּסט, אַז זײַן שאלה צום רבֿ איז נישט דווקא אַ הלכישער ענין, נאָר אַן עטישער. אַ פּנים, די יצר־הרע ווײַטער צו נעמען דאָס געלט איז געווען צו שטאַרק, האָט ער זיך געוואָנדן צום רבֿ, צו העלפֿן אים מאַכן דעם ריכטיקן באַשלוס.

אָפֿט מאָל דאַרף דער רבֿ נעמען אין באַטראַכט ווער דער מענטש איז, וואָס איז זײַן סיטואַציע אין לעבן, און וואָס איז זײַן כּוונה. הרבֿ הערשל בילעט, דער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם "יאָנג איזרעאַל" אין וווּדמיר, לאָנג־אײַלאַנד, און אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם "אַמעריקאַנער רבנים־ראַט", האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס" וועגן אַ פֿרוי מיט אויסגעטאָקטע, לאַנגע נעגל, וואָס זי האָט געוווּסט, אַז זי וועט מוז אָפּשנײַדן, איידער זי גייט אין דער מיקווה; ס׳איז אָבער געווען קלאָר, אַז זי וויל עס נישט טאָן.

"איך האָב שוין פֿאַרשטאַנען, אַז זי פֿרעגט מיך נישט: ׳צי מעג איך זיך טובֿלען מיט לאַנגע נעגל?׳ נאָר גיכער: ׳אויב דו זאָגסט מיר, אַז איך מוז אָפּשנײַדן די נעגל, וועל איך נישט גיין אין דער מיקווה.׳ אַוודאי איז דאָס גיין אין דער מיקווה וויכטיקער ווי די לענג פֿון אירע נעגל." הרבֿ בילעט האָט תּיכּף געלאָזט וויסן דער טוקערין (די פֿרוי וואָס פּאַסט אויף אויף דער מיקווה), אַז זי זאָל מאַכן אַן אויסנאַם, און לאָזן די פֿרוי מיט די לאַנגע נעגל זיך טובֿלען.

די טעכנאָלאָגיע האָט געבראַכט אַ גאַנצע ריי נײַע שאלות, האָט הרבֿ בילעט דערקלערט. פּאָרפֿעלקער וואָס קענען נישט האָבן קיין קינדער, ווילן וויסן, וואָס פֿאַר אַ פֿרוכפּער־פּראָצעדורן מעג מען זיי מאַכן. ייִדן פֿרעגן, וואָס זאָל מען טאָן שבת וועגן "די עלעקטרישע אויגן" — די לעמפּ אויף די הײַזער וואָס צינדן זיך אָן, ווען מע גייט פֿאַרבײַ. דער קרובֿ פֿון איינעם, וואָס האַלט צווישן לעבן און טויט, וויל וויסן, צי מע מעג הייסן דעם דאָקטער אָפּשליסן דעם גוסס פֿון דער אָטעם־מאַשין?

די טעכנאָלאָגיע שפּילט הײַנט אויך אַ ראָלע אינעם מיטל, ווי אַזוי ייִדן פֿרעגן די שאלות: דורך בליצפּאָסט אָדער ווי אַ געשריבענע מעלדונג דורך דער מאָבילקע (SMS).

די מאָדערנע קאָמוניקיר־מיטלען האָבן מעלות, אָבער אויך חסרונות, האָט באַמערקט הרבֿ דוד פּערקעל, פֿון "קהילת עזרת־ישׂראל" אין שיקאַגע. "פֿון איין זײַט, דערמעגלעכט עס אַ סך אַ גיכערן צוטריט צום רבֿ. 10־15 יאָר צוריק האָט מען געדאַרפֿט לאָזן אַן אָנזאָג אויפֿן רבֿס ענטפֿערקע, און ס׳האָט געקאָנט געדויערן אַ טאָג אָדער צוויי ביז ער קלינגט צוריק. הײַנט קען מען אין עטלעכע מינוט אים דערגרייכן."

וואָס זשע איז דער חסרון? "דאָס פּסקענען אַ שאלה דאַרף זײַן אַ טייל פֿון אַ שמועס. דער רבֿ דאַרף פֿרעגן פֿאַרשידענע פֿראַגעס וועגן דער סיטואַציע, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין די פֿאַקטן און וויסן ווי צו פּסקענען. דאָס איז אַ סך גרינגער צו טאָן פּנים־אל־פּנים אָדער אויפֿן טעלעפֿאָן, בפֿרט ווען אַ סך מענטשן קווענקלען זיך, צי זיי זאָלן פֿאַרשרײַבן אין אַ בליצבריוו אַלע פּרטים, צי נישט." דערפֿאַר, אויב ס׳איז אַ קאָמפּליצירטע שאלה, בעט הרבֿ פּערקעל, אַז זיי זאָלן אים טעלעפֿאָנירן, כּדי צו פֿאַרפֿירן אַ טיפֿערן שמועסן וועגן דעם ענין.

הרבֿ משה גרוסגאָט, דער געהילף־רבֿ פֿון דער שיל "רמת־אורה" אין מאַנהעטן, זאָגט, אַז בדרך־כּלל ווענדן זיך די חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער מיט זייערע שאלות צום הויפּט־רבֿ פֿון דער שיל, און דער ייִנגערער דור — צו אים. אַ סך פֿון די מתפּללים זענען סטודענטן, פֿרעגן זיי אים שאלות פֿאַרבונדן מיטן לערנען: "צי מעג איך שבת לערנען אויף אַן עקזאַמען?" "צי מעג איך יום־טובֿ גיין אין קלאַס, אויב איך שרײַב גאָרנישט?"

איין יונגער־מאַן האָט געפֿרעגט בײַ אים, צי מעג ער זאָגן אַ "מי שברך" פֿאַר זײַן קראַנקן הונט, און אויב יאָ, וואָס זאָל זײַן זײַן העבעריִשער נאָמען? הגם בײַ ס׳רובֿ מענטשן קלינגט עס קאָמיש, האָט הרבֿ גרוסגאָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער בחור מיינט עס ערנסט. "ס׳איז אַ דעליקאַטע סיטואַציע, ווײַל מע קען זען, אַז ער האָט שטאַרק ליב זײַן הונט. האָב איך אים געזאָגט, אַז כאָטש מיר קענען נישט באַטראַכטן הינט אויף דער זעלבער מדרגה ווי מענטשן — מעג ער יאָ בעטן גאָט פֿאַרן הונטס געזונט דורך זײַנע פּערזענלעכע תּפֿילות."

הרבֿ לענאַרד מאַטאַנקי, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון "קהילת KINS" אין שיקאַגע, זאָגט, אַז אַ סך פֿון זײַנע מתפּללים זענען יונגע פּאָרפֿעלקער, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין די ישיבֿות, זענען זייער געלערנט, אָבער זעען אַ קאָנפֿליקט צווישן דעם, וואָס זיי האָבן זיך געלערנט פֿון די ספֿרים, מיט די טווּנגען פֿון זייערע עלטערן. "זיי ווילן געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן דער הלכה און זייערע אייגענע משפּחה־טראַדיציעס," האָט הרבֿ מאַטאַנקי געזאָגט. "דערפֿאַר דאַרפֿן מיר, די רבנים, פֿאַרזיכערן, אַז די הלכה זאָל זײַן סענסיטיוו צו זייערע באַדינגונגען."

אָט די סענסיטיווקייט און רחמנות מוז פֿיגורירן אין דער ריכטונג פֿון אַ רבֿס פּסק, האָט הרבֿ בילעט באַמערקט. ער אַליין ניצט דעם קלאַסישן מוסטער: "אויב אַ ייִד פֿרעגט מיך, צי איז די הון כּשר? און איך האָב אַ חשד, אַז ניין, און איך ווייס, אַז דער ייִד קען זיך דערלויבן צו קויפֿן אַ צווייטע הון, וועל איך אים טאַקע זאָגן — ניין. אויב אָבער איך ווייס, אַז דער ייִד איז אַן אָרעמאַן, אַז ס׳האָט אים שווער אָנגעקומען צו קויפֿן די הון, וועל איך זוכן אין די ספֿרים יעדן מעגלעכן אויסוועג, צו פּסקענען, אַז די הון איז יאָ כּשר."