אַ שמועס מיט ד״ר אַבֿרהם נאָווערשטערן — פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, ירושלים, דירעקטאָר פֿון "בית־שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ.

‫פֿון רעדאַקציע

און ווידער איז די פֿירערשאַפֿט פֿון "כאַמאַס" געווען די פֿאַרגאַנגענע וואָך האַרציק אויפֿגענומען אין מאָסקווע. דאָס איז שוין דער דריטער וויזיט, אָפּגעשטאַט אין רוסלאַנד, זינט 2007, נאָך דעם ווי די טעראָריסטישע באַוועגונג האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין עזה און דערמיט, פֿאַקטיש צעשפּאָלטן די אָנערקענטע אויטאָנאָמיע אויף צוויי טיילן. אין איין טייל, קאָמאַנדעוועט "כאַמאַס", וואָס די פֿירערשאַפֿט זיצט אויף קעסט אין סיריע; און אין דעם צווייטן טייל, מיטן צענטער אין ראַמאַלאַ, באַלעבאַטעוועט די פּאָליטישע אַדמיניסטראַציע פֿון "פֿאַטאַך", אין שפּיץ מיט מאַכמוד אַבאַס.

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "ווער איז ווער"

ענת עצמון (אַנאַט אַצמאָן) איז תּמיד גרייט צו שפּילן.

— עס איז דווקא שווער, אָבער מען מוז זיך האַלטן בײַ די וואָרצלען כּדי צו פֿאַרמײַדן זיי זאָלן אין גאַנצן נעלם ווערן.

אַזוי האַלט זי, די אַקטריסע און טאָכטער פֿון שמואל עצמון, און שליסט זיך אָן צום געראַנגל, וואָס עס פֿירט איר פֿאָטער, דער לייטער פֿון "ייִדישפּיל" פֿאַרן טעאַטער וואָס ער האָט געגרינדעט און פֿאַר דער קולטור פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די שאלות זענען הײַנט גאָר אַנדערש ווי אַמאָל. איין פֿרוי פֿרעגט, למשל: צי מוז זי אָפּשנײַדן אירע אויסגעטאָקטע, לאַנגע נעגל, איידער זי גייט אין דער מיקווה?

אין שלום־עליכמס דערציילונג "דאָס טעפּל", קומט יענטע, אַ ייִדענע וואָס האַנדלט מיט הינער, צום רבֿ מיט אַ שאלה. ביז זי פֿרעגט די שאלה נעמט אָבער אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך. דער עיקר, רעדט זי וועגן אירע צרות — וועגן איר מאַן, וואָס איז געשטאָרבן יונגערהייט און זי איבערגעלאָזט מיט אַ קינד; וועגן די "שלעכטע שכנים", מיט וועלכע זי טיילט די שטוב; וועגן איר מסירת־נפֿש צו מאַכן יעדן טאָג אַ יײַכל פֿאַר איר קראַנק קינד, דודל, וואָס הוסט, נעבעך כּסדר... ערשט בײַ די לעצטע זײַטן פֿון דער מעשׂה דערוויסן מיר זיך וואָס איז די שאלה: צי איז איר טײַער פֿליישיק טעפּל טאַקע טריף געוואָרן?

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿרויען גייען אַרײַן אין אויטאָבוס דורך דער הינטערשטער טיר, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין ירושלים

(חילוקי־דעות און שטרײַטן צווישן אַחינו־בני־ישׂראל)

עס איז לעצטנס געוואָרן עטוואָס שטילער אויף דעם רעליגיעזן פֿראָנט אין ירושלים. די צאָל דעמאָנסטראַנטן אויף ממילא־גאַס אין ירושלים, וועלכע קומען יעדן שבת און שרײַען "שאַבעס!", "שאַבעס!" און פֿאָדערן צו שליסן דעם פּאַרקיר־פּלאַץ פֿאַר די אויטאָס פֿון די טוריסטן, ווי אויך אַרום דער עלעקטראָנישער "אינטעל"־פֿירמע וואָס באַשעפֿטיקט ייִדן אום שבת, האָט זיך לעצטנס באַטײַטיק פֿאַרקלענערט.

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
די רעזשיסאָרין — סילוויאַ פֿאָגעל

זעקס מענטשן זיצן אין וואַרטצאַל בײַם באַרימטן פּסיכיאַטער ד״ר שטערן. זיי הייבן אָן שמועסן, און אַז דער דאָקטער באַווײַזט זיך נישט, נעמען זיי זיך פֿיר צו אָרגאַניזירן אַ מין גרופּע־טעראַפּיע, כּדי זיך אַליין צו באַפֿרײַען פֿון זייערע צוואַנג־נעווראָזן.

סילוויאַ פֿאָגעל איז בײַגעווען בײַ אָט דער קאָמישער פּיעסע — "טאָק טאָק" — פֿונעם באַקאַנטן פֿראַנצייזישן דראַמאַטורג לאָראַן באַפֿי — אין אַ פּאַריזער טעאַטער. פּלוצלינג איז איר אײַנגעפֿאַלן: "דאָס שטיק האָט אַ ייִדישן טעם. מע וואָלט געדאַרפֿט מאַכן אַ ייִדישע פּיעסע פֿון דעם!"

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זעלבסטלויב און באַרימערײַען געהערן צו די קאָלעקטיווע כאַראַקטער־שטריכן פֿון פֿאָלק ישׂראל און פֿון מדינת־ישׂראל — אַ טבֿע, וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן אָנגעשטעקט אַפֿילו די געהיימע זיכערהייט־דינסטן פֿון ישׂראל, וואָס איז ביז נישט לאַנג געווען "טאַבו". צו די זעלבסטלויבערײַען, וואָס האָבן זיך שוין פֿון לאַנג גוט אײַנגעבירגערט אין דעם ישׂראלדיקן לעקסיקאָן, געהערן כּלערלײַ פּסוקים פֿון די נבֿיאים און פֿון חז״ל, און האָבן געדינט ווי הויכע מאָראַלישע ווערטן און ווי וווּנטשן, וואָס ווערן הײַנט אַנגענומען ווי זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע פֿאַקטן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן באַהאַנדלט אַ ריי ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. די תּורה זאָגט אָן, אַז מע מוז זיך מענטשלעך באַציִען צו אַ שקלאַף, צו באַשטראָפֿן מערדער און גזלנים, נישט צו דערלאָזן צו קיין סאָציאַלע קאָנפֿליקטן און צו לייזן זיי דורך יושרדיקע דיינים. דערפֿאַר טראָגט די פּרשה דעם נאָמען "משפּטים".

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"שאַ, שטיל! נאָר אַ פּאָר גרילן גרילצן זיך איינע מיט דער אַנדערער איבער פֿון די שפּעלטלעך ערגעץ אין אַ ווינקל. דאָס ווײַב זיפֿצט פֿאַרטראַכט, שאָקלט מיטן קאָפּ און נעמט זיך דערנאָך זאָגן: ׳גאָט פֿון אַבֿרהם.... אַז דער ליבער שבת־קודש גייט אַהין'...אויף אַ טרויער־זינגנדיק קול, — אַן עק, הייסט עס, אַ סוף!"

"ווינטשפֿינגערל", מענדעלע מוכר־ספֿרים

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך שרײַב די דאָזיקע שורות מאָנטיק, אַ טאָג נאָך די פּרעזידענטישע וואַלן אין אוקראַיִנע, אין וועלכע עס האָט געוווּנען וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בסך-הכּל האָט ער אָנגעקליבן נאָר דרײַ מיט אַ האַלב פּראָצענט מער שטימען, איידער זײַן קאָנקורענטקע, יוליאַ טימאָשענקאָ. אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. דער מאַצביל, וואָס זעט אויס און רעדט ווי אַ מוזשיק (אין זײַן יוגנט איז ער אַפֿילו געזעסן אין טורמע), ניט ווי אַ פּאָליטישער טוער, וועט איצט זײַן דאָס פּנים פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציע. צוריק גערעדט, אפֿשר האָט טאַקע די נאַציע הײַנט-צו-טאָג אַזאַ פּנים?

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Yiddish Literature in America 1870-2000. Selected, Edited and with an Introduction by Emanuel S. Goldsmith. Translated by Barnett Zumoff. Jersey City: Ktav, 2009

דאָס נײַע בוך איז אַ פֿאַרקירצטע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער צוויי־בענדיקער אַנטאָלאָגיע "די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע 1870—2000", וואָס איז דערשינען אין 1999 און 2002 בײַ דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס. דער ייִדישער לייענער, וואָס איז באַקאַנט מיט דעם אָריגינאַל, וועט דאָרטן ניט געפֿינען קיין נײַע זאַכן, אָבער פֿאַרן ענגלישן לייענער עפֿנט דאָס בוך אַ טיר אין אַ גאַנץ נײַער קולטורעלער וועלט. די קורצע און זאַכלעכע הקדמה פֿון פּראָפֿעסאָר מענדל־שלום גאָלדסמיט, דער רעדאַקטאָר פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, דינט ווי אַ וועגווײַזער, וואָס צייכנט אָן די הויפּט־וועגן אויף דער מאַפּע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.

חורבן, קהילה־לעבן, קולטור
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו אין אוישוויץ־בירקענאַו, בעת אַ צערעמאָניע, דעם 27סטן יאַנואַר, אָפּצומערקן דעם 65סטן יאָרטאָג זינט דער באַפֿרײַונג פֿונעם געוועזענעם נאַצישן אומברענג־לאַגער

די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו

אין "יד־ושם" איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג "אַרכיטעקטור פֿון מאָרד" — די בוי־פּלענער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון מיטגלידער פֿון דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס אין ישׂראל, פֿאָרשטייער פֿון 80 מדינות און לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ, מיט דער באַטייליקונג פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, דערציִונגס־מיניסטער סער (סאַאַר), בירגערמײַסטער פֿון ירושלים ברקת (באַרקאַט), פֿאָרזיצער פֿון ראַט בײַ "יד־ושם" הרבֿ לאַו, פֿאָרזיצער פֿון דירעקטאָריום פֿון "יד־ושם" שלו (שאַלעוו) און אַנדערע.