טעאַטער, ייִדיש־וועלט
די רעזשיסאָרין — סילוויאַ פֿאָגעל
די רעזשיסאָרין — סילוויאַ פֿאָגעל

זעקס מענטשן זיצן אין וואַרטצאַל בײַם באַרימטן פּסיכיאַטער ד״ר שטערן. זיי הייבן אָן שמועסן, און אַז דער דאָקטער באַווײַזט זיך נישט, נעמען זיי זיך פֿיר צו אָרגאַניזירן אַ מין גרופּע־טעראַפּיע, כּדי זיך אַליין צו באַפֿרײַען פֿון זייערע צוואַנג־נעווראָזן.

סילוויאַ פֿאָגעל איז בײַגעווען בײַ אָט דער קאָמישער פּיעסע — "טאָק טאָק" — פֿונעם באַקאַנטן פֿראַנצייזישן דראַמאַטורג לאָראַן באַפֿי — אין אַ פּאַריזער טעאַטער. פּלוצלינג איז איר אײַנגעפֿאַלן: "דאָס שטיק האָט אַ ייִדישן טעם. מע וואָלט געדאַרפֿט מאַכן אַ ייִדישע פּיעסע פֿון דעם!"

אַזוי איז געבוירן געוואָרן "משוגע, משוגע". זיך אומגעקערט קיין אַנטווערפּן, האָט סילוויאַ, וואָס האָט אַ מאָל אַליין געשפּילט אַמאַטאָרן־טעאַטער אויף פֿראַנצייזיש און אויף ייִדיש, אָנגעשריבן באַפֿין, און דער מחבר האָט מסכּים געווען. שמעון גלײַכער, סילוויאַס אַ באַקאַנטער, האָט איבערגעזעצט דעם טעקסט אויף ייִדיש. צווישן אירע פֿילצאָליקע חבֿרטעס און חבֿרים און געוועזענע קאָלעגען פֿון אַמאַטאָרן־טעאַטער האָט סילוויאַ אויסגעקליבן די אַקטיאָרן שײַע, מיט זײַן סינדראָם פֿון זשיל דע לאַ טורעט; יאָסל, וואָס האָט אַ מאַניע אַלץ צו ציילן און צו חשבונען; בלימעלע, וואָס לײַדט פֿון אַ פּחד פֿאַר מיקראָבן; מירעלע, וואָס האַלט אין איין נאָכקוקן, צי זי האָט קיין זאַך נישט פֿאַרגעסן; לאה, וואָס חזרט איבער אַלץ וואָס זי זאָגט, צוויי מאָל; און בערל, וואָס האָט שרעקלעך מורא איבערצוטרעטן שטרײַפֿן אויף דער ערד. די טרופּע האָט זיך אויסגעקליבן אַ נאָמען: "דער אַנטווערפּענער היימישער ייִדישער טעאַטער."

נאָך זעקס חדשים פֿון שווערער אַרבעט און פֿון רעפּעטירן אונטער דער אָנפֿירונג פֿון סילוויאַן, די רעזשיסאָרין, האָבן, מיט אַ מאָל, זיך באַוויזן אַפֿישן אין אַנטווערפּן: "צום ערשטן מאָל אין צוואַנציק יאָר וועט מען ווידער אַ מאָל שפּילן ייִדישן טעאַטער דאָ אין שטאָט!"

צוויי אָוונטן נאָכאַנאַנד איז דער גרויסער זאַל פֿונעם "ראָמי־גאָלדמונץ־צענטער" געווען פֿול, ווי אַן אויג. בסך־הכּל זעקס הונדערט מענטשן זײַנען געקומען זען "משוגע, משוגע". די פּיעסע באַשטייט פֿון אַ סעריע נאָכאַנאַנדיקע וויצן. שמעון גלײַכער האָט אַדאַפּטירט די אָריגינעלע פּיעסע מיט אַ סך קאָמישע אָנצוהערענישן אויף אָרטיקע, אַנטווערפּענער, סיטואַציעס, און אויך די גראָבע ווערטער, אַרויסגערעדט פֿונעם זשיל דע לאַ טורעט־פּאַציענט האָבן דעם עולם געלאָזט פּלאַצן פֿון געלעכטער.

ווען דער סיפּור־המעשה איז אָבער ווײַטער געגאַנגען, איז קלאָר געוואָרן דער מוסר־השׂכּל. אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז אַ מענטש באַדאַרף נישט אַלע מאָל קיין פּסיכיאַטער: מיט דער הילף פֿון אַנדערע קען אַ קראַנקער זיך אַ מאָל אַליין היילן אויך. דעמאָלט איז געוואָרן שטיל אין זאַל. אָבער ווען דער פֿאָרהאַנג איז אַראָפּ האָבן זיך דערהערט שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן.

צי וועט נאָך צו דער גרויסער הצלחה פֿון "משוגע, משוגע" זײַן אַ המשך? סילוויאַ פֿאָגעל ענטפֿערט: "אין אַ פּאָר חדשים אַרום וועלן מיר דאָס שטיק נאָך אַ מאָל שפּילן אין בריסל, און אויך אין פּאַריז איז מען זייער פֿאַראינטערעסירט. נו, און אויב מען וואָלט אונדז פֿאַרבעטן, וואָלטן מיר אויך געפֿאָרן קיין ניו־יאָרק אָדער תּל־אָבֿיבֿ. סײַ ווי סײַ, ווען עמעצער האָט נישט געזען דאָס שטיק, זאָל ער זיך אויך נישט מיאש זײַן: אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט אַרײַסגיין אַ ווידעאָ־קאָמפּאַטל [DVD] מיט דער גאַנצער פּיעסע!" דערווײַל קען מען זען אַ פֿראַגמענט אויף "יו־טוב", ווען מע זוכט Meshigue, meshigue""