טעאַטער, ייִדיש־וועלט
די רעזשיסאָרין — סילוויאַ פֿאָגעל

זעקס מענטשן זיצן אין וואַרטצאַל בײַם באַרימטן פּסיכיאַטער ד״ר שטערן. זיי הייבן אָן שמועסן, און אַז דער דאָקטער באַווײַזט זיך נישט, נעמען זיי זיך פֿיר צו אָרגאַניזירן אַ מין גרופּע־טעראַפּיע, כּדי זיך אַליין צו באַפֿרײַען פֿון זייערע צוואַנג־נעווראָזן.

סילוויאַ פֿאָגעל איז בײַגעווען בײַ אָט דער קאָמישער פּיעסע — "טאָק טאָק" — פֿונעם באַקאַנטן פֿראַנצייזישן דראַמאַטורג לאָראַן באַפֿי — אין אַ פּאַריזער טעאַטער. פּלוצלינג איז איר אײַנגעפֿאַלן: "דאָס שטיק האָט אַ ייִדישן טעם. מע וואָלט געדאַרפֿט מאַכן אַ ייִדישע פּיעסע פֿון דעם!"