פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿרויען גייען אַרײַן אין אויטאָבוס דורך דער הינטערשטער טיר, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין ירושלים
פֿרויען גייען אַרײַן אין אויטאָבוס דורך דער הינטערשטער טיר, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין ירושלים
Getty Images

(חילוקי־דעות און שטרײַטן צווישן אַחינו־בני־ישׂראל)

עס איז לעצטנס געוואָרן עטוואָס שטילער אויף דעם רעליגיעזן פֿראָנט אין ירושלים. די צאָל דעמאָנסטראַנטן אויף ממילא־גאַס אין ירושלים, וועלכע קומען יעדן שבת און שרײַען "שאַבעס!", "שאַבעס!" און פֿאָדערן צו שליסן דעם פּאַרקיר־פּלאַץ פֿאַר די אויטאָס פֿון די טוריסטן, ווי אויך אַרום דער עלעקטראָנישער "אינטעל"־פֿירמע וואָס באַשעפֿטיקט ייִדן אום שבת, האָט זיך לעצטנס באַטײַטיק פֿאַרקלענערט.

דער פֿאַקט אַליין וואָס די דאָזיקע דערשײַנונג רופֿט שוין ניט אַרויס גרויסע "קעפּ" אין דער פּרעסע, און אין דער עלעקטראָנישער מעדיאַ, איז ניט קיין באַווײַז, אַז ס'איז געקומען אַ סוף, אָדער אַ געוויסע לייזונג, אין דעם אָנגייענדיקן "בירגערקריג" צווישן דער חרדישער באַפֿעלקערונג פֿון מאה־שערים, גאולה און פֿון אַנדערע רעליגיעזע שכונות (קוואַרטאַלן), און דער פּאָליציי פֿון עיר־הקודש ירושלים.

ירושלים, די הויפּטשטאָט פֿון אונדזער מדינה, איז שטענדיק געווען און וועט ווײַטער בלײַבן, אַ פּלוראַליסטישע שטאָט, מיט אַ געמישטער באַפֿעלקערונג פֿון חרדישע, מעסיק־רעליגיעזע, קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרמער, און פֿרײַע ייִדן.

ירושלים — עטימאָלאָגיש הייסט זי "עיר־שלום", איז במשך פֿון איר לאַנגער געשיכטע פֿון אַמאָל און הײַנט, באַקאַנט, אין וואָרט און טאַט, מיט אירע מחלוקותן, קאָנפֿליקטן און ראַנגלענישן, צווישן פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון איר באַפֿעלקערונג. די עטנישע און פּאָליטישע שטרײַטן צווישן איר געמישטער באַפֿעלקערונג, איז גוט באַקאַנט און באַוווּסט אין דער גאָרער וועלט. צווישן אַחינו־בני־ישׂראל, די עקסטרעם־חרדישע און סעקולערע מחנות געשעען די מחלוקותן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט "הלכה"־שטייגער פֿון טאָג־טעגלעך לעבן. איך בין זיכער, אַז די מערסטע לייענער פֿון אונדזער צײַטונג, וועלן אויפֿנעמען מיט באַדויער און פֿאַרדראָס דאָס וואָס איך שרײַב אין מײַן הײַנטיקן "בריוו פֿון ירושלים".

שוין העכער צען יאָר, ווי אין אַ צאָל שטעט אין ישׂראל, באַזונדערס אין ירושלים, בני־ברק, בית־שמש א״אַ, איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אַ מחיצה, ממש אַ "סעגרעגאַציע" צווישן מענער און פֿרויען אין די שטאָטישע אויטאָבוסן. אין די דאָזיקע אויטאָבוסן איז דאָ אַ מענערישער אָפּטייל און אַ באַזונדער אָפּטייל פֿאַר פֿרויען, פּונקט אַזוי ווי עס איז דאָ אַן "עזרת־נשים" אין די בתּי־מדרשים און שילן: די מענער זיצן אין פֿאָדערשטן טייל, און די פֿרויען — אין דעם הינטערשטן טייל פֿונעם אויטאָבוס. די מענער גייען אַרײַן דורך דער פֿאָדערשטער טיר און די פֿרויען גייען אַרײַן דורך דער הינטערשטער טיר פֿונעם אויטאָבוס.

"אגד" און "דן" — די אויטאָבוס־געזעלשאַפֿטן, וואָס ווערן סובסידירט פֿון דער רעגירונג, שטיצן אייגנטלעך "דיסקרימינאַציע" קעגן אירע בירגער, אויף דער באַזע פֿון זייער געשלעכט! זיי טוען עס לויט דעם פֿאַרלאַנג און דרוק פֿון דעם עקסטרעם־חרדישן לאַגער, צוליב פּאָליטישע און פּאַרטיייִשע מאָטיוון!

כּל־זמן עס איז אָנגעגאַנגען אויף אַ קליינעם מאַסשטאַב, איז געווען שאַ־שטיל און די עפֿנטלעכע מיינונג האָט ניט רעאַגירט אויף דער דאָזיקער עוולה לגבי די טויזנטער פֿרויען, וועלכע דאַרפֿן אויסשטיין באַליידיקונג און בושה מצד די פֿאַנאַטישע חרדים, יעדעס מאָל, ווען זיי גייען אַרײַן אין אַ שטאָטישן אויטאָבוס.

די דאָזיקע אויטאָבוסן רופֿט מען אַפֿילו מיט אַ קלינגענדיקן נאָמען "קו־מהדרין", אַ כּשרע אויטאָבוס־ליניע, פּונקט אַזוי ווי מען רופֿט אָן "כּשר־ווײַן", "כּשר־פֿלייש" און אַנדערע שפּײַז־פּראָדוקטן "מהדרין" און אַפֿילו "מהדרין מן המהדרין", וואָס זענען אונטער דער שטרענגער השגחה פֿון אַ באַרימטן, פֿרומען, אָרטאָדאָקסישן משגיח, מיט פֿאַרשיידענע רבנישע טיטולן.

מיט דער צײַט האָבן די דאָזיקע "מהדריקע" אויטאָבוס־ליניעס זיך פֿאַרמערט ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן. ווי עס ווערט געמאָלדן אין דער פּרעסע, גרייכט שוין זייער צאָל, קרובֿ צו 90 ליניעס אין 28 שטעט איבערן לאַנד.

עס האָט זיך אָבער אויך פֿאַרמערט די צאָל טענות, אָנקלאָגעס און פּראָטעסטן פֿון פֿאַרשיידענע פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס און פּריוואַטע פּערזאָנען, און עס האָט אַפֿילו דערגרייכט ביז דעם העכסטן געריכט אין לאַנד. זיי האָבן געטענהט, אַז עס איז אומלעגאַל און עס איז אַן אַנטי־דעמאָקראַטישער אַקט וואָס באַגרענעצט זייער פֿרײַע רעכט אויסצוקלײַבן אַ זיצאָרט, וווּ און מיט וועמען צו זיצן אין אַן עפֿנטלעכן אויטאָבוס, עס איז אַן אַקט פֿון צוואַנג וואָס איז אומגעזעצלעך אין אַ דעמאָקראַטישער מדינה.

אַפֿילו הרבֿ אורי רגבֿ (רעגעוו), דירעקטאָר פֿון דער ליבעראַלער אָרגאַניזאַציע "חידוש", וואָס אירע צילן זענען "רעליגיעזע פֿרײַהייט" פֿאַר יעדן בירגער אין לאַנד, האָט פּראָטעסטירט קעגן די "מהדרין־ליניעס" פֿון די אויטאָבוסן. דער רעזולטאַט פֿון דעם אַלעם, נאָך גאַנצע דרײַ יאָר, איז געווען די ווענדונג פֿון דעם העכסטן געריכט צו דעם טראַנספּאָרטאַציע־מיניסטער ישׂראל כּץ, צו געפֿינען אַ לייזונג צו דער דאָזיקער דיסקרימינאַציע־פּראַקטיק פֿון די אויטאָבוס־געזעלשאַפֿטן.

ווי אַן ענטפֿער אויף דער ווענדונג פֿון העכסטן געריכט, האָט דער חשובֿער טראַנספּאָרט־מיניסטער ישׂראל כּץ אַרויסגעגעבן אַ דירעקטיוו צו די אויטאָבוס־געזעלשאַפֿטן: אַרויסצוהענגען שילדן מיט אָנווײַזונגען אין "קידוש־לבֿנה־אותיות", וווּ עס הייבן זיך אָן, און וווּ עס ענדיקן זיך די מענערישע טיילן און די "עזרת־נשים"־טיילן אין די אויטאָבוסן.

דער אויסוואַל דאַרף מכּלומרשט זײַן וואָלונטאַריש און, חלילה, ניט מיט צוואַנג, כּדי צו באַפֿרידיקן די שופֿטים פֿון דעם העכסטן געריכט פֿון לאַנד. אויף דעם האָט איינער פֿון די ריכטער, יורם דאַנציקער, סאַרקאַסטיש באַמערקט: "פֿאַרוואָס טאַקע ניט אַרויסהענגען אַ שילד, אַז עס איז פֿאַרבאָטן בעת דער רײַזע צו באַגיין זיך ניט־לײַטיש מיט די פֿרויען־פּאַסאַזשירן, זיך אויפֿפֿירן שיין, ניט ברוטאַל און אומטאָלעראַנט לגבי איינער מיט דעם צווייטן, בעת דער רײַזע..."

לויט אַ פּובליק־אויספֿרעג פֿון דער "חידוש"־אָרגאַניזאַציע האָבן 41% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ישׂראל דערקלערט, אַז מען דאַרף אַנולירן די "מהדרין־ליניעס", 39% האַלטן, אַז די דאָזיקע ליניעס דאַרפֿן ווערן באַגרענעצט בלויז צו ספּעציפֿישע חרדישע ייִשובֿים און 14% — דאַרפֿן "לויפֿן" ווי ביז איצט. בלויז 6% האָבן געענטפֿערט, אַז מען דאַרף גאָר פֿאַרגרעסערן די צאָל פֿון די "מהדרין־ליניעס".

דאַקעגן אין אַן אַנקעטע, וואָס די צײַטונג "Jerusalem Post" האָט לעצטנס דורכגעפֿירט צווישן אירע לייענער, האָבן 76% פֿון זיי געענטפֿערט, אַז זיי זענען קעגן סעגרעגאַציע צווישן מענער און פֿרויען אין די "כּשרע ליניעס". 6% זענען ניט געווען קעגן און 18% האָבן אויסגעדריקט זייער מיינונג, אַז די דאָזיקע ליניעס זאָלן קורסירן נאָר אין חרדישע ייִשובֿים.

דער דאָזיקער באַשלוס פֿון טראַנספּאָרטאַציע־מיניסטער איז, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, באַשטעטיקט געוואָרן דורך דעם "רבנישן קאָמיטעט פֿאַר טראַנספּאָרטאַציע!"

הכּלל, רבותי, ווי געזאָגט פֿריִער אין מײַן "בריוו פֿון ירושלים", איז עס ניטאָ קיין שלום־בית, נאָר שטרײַטן און חילוקי־דעות צווישן אַחינו־בני־ישׂראל. מיט דער דאָזיקער "סחורה" זענען מיר ברוך־השם באַזאָרגט.

וועגן אונדזערע אָנגייענדיקע פּראָבלעמען, וואָס מיר האָבן מיט אונדזערע שׂונאים און שכנים אַרום, איז דאָך שוין אָפּגערעדט...