פּאָליטיק

איך שרײַב די דאָזיקע שורות מאָנטיק, אַ טאָג נאָך די פּרעזידענטישע וואַלן אין אוקראַיִנע, אין וועלכע עס האָט געוווּנען וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בסך-הכּל האָט ער אָנגעקליבן נאָר דרײַ מיט אַ האַלב פּראָצענט מער שטימען, איידער זײַן קאָנקורענטקע, יוליאַ טימאָשענקאָ. אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. דער מאַצביל, וואָס זעט אויס און רעדט ווי אַ מוזשיק (אין זײַן יוגנט איז ער אַפֿילו געזעסן אין טורמע), ניט ווי אַ פּאָליטישער טוער, וועט איצט זײַן דאָס פּנים פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציע. צוריק גערעדט, אפֿשר האָט טאַקע די נאַציע הײַנט-צו-טאָג אַזאַ פּנים?

עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז דווקא הײַנט, מאָנטיק, איז בײַ אַ קאָלעגע מײַנער געווען איר געבוירן־טאָג און מע האָט אָרגאַניזירט אַ קליינע ליאַמע. האָט בײַ מיר עמעצער געפֿרעגט וועגן אוקראַיִנע. מע מיינט דאָך, אַז ווײַל איך שטאַם פֿון יענע מקומות און די אוקראַיִנישע שפּראַך איז מיר ניט פֿרעמד, פֿאַרשטיי איך אויך עפּעס אין די הײַנטיקע געשעענישן אין לאַנד. האָב איך געענטפֿערט, אַז אין מײַנע אויגן איז דער אונטערשייד, בפֿרט אין אויסערן פּאָליטיק, צווישן יוליאַ טימאָשענקאָ און וויקטאָר יאַנוקאָוויטש גאָר ניט קיין גרויסער. אין דער אינערלעכער פּאָליטיק קען זיך יאָ עפּעס בײַטן, בפֿרט אין דעם סטאַטוס פֿון רוסיש. אָבער וועמען קען עס אַרן, מחוץ אוקראַיִנע און, אפֿשר, רוסלאַנד?

די ליאַמע איז געווען א באַשיידענע: אַ מערן-טאָרט און קאַווע. מערן-טאָרט האָב איך ליב, כאָטש מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק, ווען כ׳בין געקומען פֿון רוסלאַנד, האָב איך זיך צו אַזאַ מאכל באַצויגן מיט חדש, ווײַל די צוויי באַגריפֿן, מערן און טאָרט, האָבן זיך אין מײַן דעמאָלטיקן שׂכל בשום-אופֿן ניט געפּאָרט. וואָס שייך קאַווע, דאַכט זיך מיר, אַז אייניקע מענטשן וועלן איצט, נאָכן טיי-טרינקען מיט אַזעלכע פֿיגורן ווי סאַראַ פּיילין, טרינקען נאָר קאַווע. טיי ווערט אין אַמעריקע אָנגעלאָדן מיט קאָנסערוואַטיווער, אַנטי-אָבאַמישער אידעאָלאָגיע.

דאָס ווײַזט, אַז אַלץ קען באַקומען אַן אידעאָלאָגישן באַטײַט. מיט זעקס יאָר צוריק האָט אַ באַטײַט באַקומען דער אָראַנזש-קאָליר. דעמאָלט האָט עס געמיינט אַ גאַנצע איבערקערעניש אין אוקראַיִנע. עס האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס לאַנד האָט זיך אָפּגעקערט פֿון רוסלאַנד און גענומען לויפֿן אין אייראָפּע. אָבער סוף-כּל-סוף, איז פֿון דעם אַלץ אַרויס אַ בוידעם. פֿאַר וואָס? קודם-כּל, ווײַל אוקראַיִנע איז אידעאָלאָגיש און עקאָנאָמיש ניט געווען גרייט צו מאַכן אַזאַ טראָט. דאָס איז דאָך אַ מדינה, וואָס די געשיכטע האָט זי צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון גאַנץ פֿאַרשיידענע טיילן. איין טייל וויל רעדן רוסיש און האָבן חבֿרישע באַציִונגען מיט רוסלאַנד, בעת אַן אַנדער טייל, קען ניט אָנקוקן רוסלאַנד. דערצו האָט זיי דער גורל צוגעשיקט זייער אַ שוואַכן פּרעזידענט, וויקטאָר יושטשענקאָ.

צי מיינט עס, אַז דער צווייטער, דער אַנטי-רוסישער טייל איז בעסער? איך בין גאָר ניט זיכער. מיר זײַנען, אַ שטייגער, גאָר ניט סימפּאַטיש די העלדן, מיט וועלכע עס טראָגט זיך אַרום דער צווייטער טייל, ווײַל די דאָזיקע העלדן האָבן בעתן חורבן צי אין אַנדערע צײַטן זיך אָפֿט מאָל אויסגעצייכנט ווי אַנטיסעמיטן אָדער אַפֿילו מערדער פֿון ייִדן. דערפֿאַר בין איך צופֿרידן, אַז איך וווין הײַנט ניט אין אוקראַיִנע און מוז ניט טראַכטן, פֿאַר וועמען צו שטימען. אינסטינקטיוו וואָלט זיך אפֿשר געוואָלט שטימען "קעגן אַלעמען" (אַזאַ ברירה האָט מען אויך געהאַט), אָבער דאָס וואָלט דאָך געמיינט פֿאַקטיש אונטערצוהאַלטן דעם איצטיקן פּרעזידענט יושטשענקאָ, וועלכער האָט מיט זײַנע דעקרעטן געמאַכט די באַנדיטן פֿאַר אָפֿיציעלע העלדן פֿון לאַנד.

ס׳איז געווען אַ לאָגיק (כאָטש, אפֿשר, ניט קיין אײַזערנע), פֿאַר וואָס דער געוועזענער "אָראַנזש"-קאַנדידאַט, יוליאַ טימאָשענקאָ, האָט געמוזט פֿאַרשפּילן. די שיינע און שיין-רעדנדיקע פֿרוי איז שוין נימאס געוואָרן דעם עולם צוליב אירע שטענדיקע אינטריגעס, ווי אויך צוליב דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ אין די צײַטן, ווען טימאָשענקאָ שטייט בראָש דער רעגירונג. זי איז שוין לאַנג געוואָרן אַ גוטער פֿרײַנד פֿון פּוטינען. טאָמער אַ מאָל האָט מען אין מאָסקווע זי געהאַלטן פֿאַר אַ ביטערן שׂונא, טאָ איצט האָט מען אויף די וואַלן געקוקט רעלאַטיוו רויִק. מע האָט געוווּסט, אַז מיט טימאָשענקאָ וועט מען פֿון דעסטוועגן קענען זיך צונויפֿרעדן.

מע וועט זיך, פֿאַרשטייט זיך, צונויפֿרעדן אויך מיט וויקטאָר יאַנוקאָוויטשן, דעם נײַעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט, וואָס פֿילט זיך באַקוועמער ווען ער רעדט רוסיש, ניט אוקראַיִניש. אָבער דאָס מיינט ניט, אַז אוקראַיִנע וועט ווערן פּשוט אַ סאַטעליט פֿון רוסלאַנד. אמת, יאַנוקאָוויטש האָט צוגעזאָגט ניט אַרײַנצוברענגען אוקראַיִנע אין "נאַטאָ", אָבער טימאָשענקאָ וואָלט עס, אַ פּנים, אויך ניט געטאָן, ווײַל דער גרעסטער חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג איז קעגן אַזאַ מיטגלידערשאַפֿט.

אַזוי צי אַזוי, אָבער אוקראַיִנע קען זיך גרויסן מיט איר דעמאָקראַטישער אויפֿפֿירונג, וועלכע וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן, אין פֿאַרגלײַך מיט די צוויי סלאַווישע מדינות: רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וואָס זײַנען געקומען צו קאָנטראָלירן די וואַלן, האָבן שוין געזאָגט, אַז זיי האָבן ניט באַמערקט קיין פֿאַלסיפֿיקאַציעס, וועלכע זאָלן קענען בײַטן די רעזולטאַטן.

מע האָט מורא, אַז טימאָשענקאָ וועט ניט אָנערקענען איר מפּלה און רופֿן אירע אָנהענגער צו פּראָטעסטירן קעגן די רעזולטאַטן. מאַסן-פּראָטעסטן צי אַפּעלאַציעס אין געריכט קענען פּאַראַליזירן דאָס פּאָליטישע לעבן אין אוקראַיִנע, און דאָס איז געפֿערלעך, ווײַל דאָס לאַנד נייטיקט זיך אין אַן עפֿעקטיווער רעגירונג. אָן דעם וועט דאָך זײַן זייער שווער אַרויסצופֿירן די עקאָנאָמיע פֿון דעם טיפֿן קריזיס, אין וועלכע זי געפֿינט זיך הײַנט-צו-טאָג. אָבער עקספּערטן טענהן, אַז דער עולם איז מיד פֿון מאַסן-דעמאָנסטראַציעס, וועלכע האָבן גאָרנישט ניט געביטן, און קיין "אָראַנזש"-רעוואָלוציע וועט זיך ניט איבערחזרן.