זעלבסטלויב און באַרימערײַען געהערן צו די קאָלעקטיווע כאַראַקטער־שטריכן פֿון פֿאָלק ישׂראל און פֿון מדינת־ישׂראל — אַ טבֿע, וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן אָנגעשטעקט אַפֿילו די געהיימע זיכערהייט־דינסטן פֿון ישׂראל, וואָס איז ביז נישט לאַנג געווען "טאַבו". צו די זעלבסטלויבערײַען, וואָס האָבן זיך שוין פֿון לאַנג גוט אײַנגעבירגערט אין דעם ישׂראלדיקן לעקסיקאָן, געהערן כּלערלײַ פּסוקים פֿון די נבֿיאים און פֿון חז״ל, און האָבן געדינט ווי הויכע מאָראַלישע ווערטן און ווי וווּנטשן, וואָס ווערן הײַנט אַנגענומען ווי זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע פֿאַקטן.
אַזוי, למשל, זײַנען צום וויזיע, אַז "מציון תּצא תורה", אָדער די שלום־וויזיע פֿון ישעיהו "וגר זאב עם כבֿשׂ ונמר עם גדי ירבץ" — אַ וויזיע, פֿון וועלכן מיר דערווײַטערן זיך מיט יעדן טאָג, — צוגעקומען צו זיי די הײַנטצײַטיקע באַרימערישע פֿראַזעס, אַז "צה״ל איז די סאַמע מאָראַלישסטע אַרמיי אויף דער וועלט" (נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם "ווינאָגראַד־באַריכט" נאָך דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, און אין דעם ויכּוח מיטן גאָלדסטאָן־באַריכט נאָך דער מלחמה אין עזה). און אַז מדינת־ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטיע אין מיטעלן מיזרח". און ווי אַ מוסטער, דאַרף דינען די כּנסת, דער ישׂראלדיקער פּאַרלאַמענט.
הײַנטיקע וואָך, דעם 10טן פֿעברואַר, איז געוואָרן אַ יאָר נאָך די וואַלן צו דער 17טער כּנסת, און מיט צען טעג פֿריִער, אין ט״ו בשבֿט, האָט די כּנסת געפֿײַערט איר יערלעכן געבוירן־טאָג, וואָס פֿאַרבינדט די געשיכטע פֿון דעם ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט צו דער טראַדיציע פֿון ט״ו בשבֿט: אין דעם טאָג איז אין יאָר 1949 דערעפֿנט געוואָרן די ערשטע כּנסת פֿון מדינת־ישׂראל. געבורטסטעג און יאָרצײַטן פֿון מלוכישע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע אינסטאַנצן דינען געוויינטלעך פֿאַר דערמאָנונגען און ווי אַ געלעגנהייט פֿאַר זיי און פֿאַר ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַדורכצופֿירן סך־הכּלען פֿון זייער טעטיקייט, פֿון די בעסערע און ערגערע טעג, די דערגרייכונגען און דורכפֿאַלן — סײַ אין משך פֿונעם יאָר און סײַ אין משך פֿון זייער גאַנצער עקזיסטענץ.
דער ערשטער "יום־הולדת", דער ערשטער געבוירן־טאָג פֿון דער רעגירונג, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך דעם מנהיג פֿון "ליכּוד" בנימין נתניהו לויט די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן צו דער 17טער כּנסת, וועט אָפּגעצייכנט ווערן דעם 1טן אַפּריל, צום ערשטן יאָרטאָג נאָכן אײַנשווערן די רעגירונג אין דער כּנסת.
די וואַלן צו דער 17טער כּנסת האָבן געפֿירט, ווי באַוווּסט, צו אַ ראַדיקאַלן רוק אויף רעכטס און האָבן, נאָך 70 טעג פֿון פֿאַרהאַנדלונגען און דינגענישן, געברענגט צו דער מאַכט די סאַמע עקסטרעם רעכטע קאָאַליציע אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. זיי האָבן אויך פֿאַרשטאַרקט די הערשאַפֿט פֿון דער נײַער רעגירונג און אָפּגעשוואַכט למעשׂה דעם פּאַרלאַמענטאַרישן כּוח פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע. בנימין נתניהו, דער דורכגעפֿאַלענער פּרעמיער־מיניסטער אין זײַן פֿריִערדיקער קורץ־דויעריקער רעגירונג, וואָס איז געשטרויכלט געוואָרן מיט צען יאָר צוריק דורך זײַנע פּאַרטנערן אין דער רעכטער קאָאַליציע און דערנאָך מיט זײַן דורכגעפֿאַלענעם פּוטש קעגן אריאל שרונען — האָט מצליח געווען צוריקצוקערן זײַן פּאַרטיייִשן און פּאַרלאַמענטאַרישן כּוח און צו פֿאַרזיכערן אַ לענגערן לעבנסדויער ווי פֿריִער (און אפֿשר טאַקע אַ פֿולע פּאַרלאַמענטאַרישע קאַדענץ) דורך אויפֿזאַמלען אין איין בּשותפֿותדיקן בלאָק די רעשטלעך פֿון די זיך צעפֿאַלנדיקע "טראַדיציאָנעלע" פּאַרטייען. ער האָט אויך מצליח געווען אויסצונוצן די פּערזענלעכע מאַכטגײַציקייט פֿון אהוד ברקן, דעם מנהיג פֿון "עבודה", כּדי צו דערגרייכן אַן אינטערנאַציאָנאַלע לעגיטימאַציע פֿאַר דער גרעסטער אין צאָל רעגירונג אויף דער וועלט און אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.
דאָס איז געווען די ערשטע גרויסע "דערגרייכונג" פֿון נתניהו: אַ רעגירונג פֿון 38 מיטגלידער — 30 מיניסטאָרן און 8 וויצע־מיניסטאָרן, — ווי אַ שוץ־מויער, וואָס באַשיצט זײַן הערשאַפֿט אַ סך שטאַרקער, ווי די גרויסע צאָל פֿון זײַנע באַוואָפֿנטע זיכערהייט־וועכטער, וואָס באַשיצן אים פֿיזיש.
די דאָזיקע פֿאַרשטאַרקונג פֿון דעם רעגירנדיקן כּוח שוואַכט אָבער אָפּ גאָר באַדײַטנדיק דעם פּאַרלאַמענטאַרישן כּוח פֿון דער כּנסת, מחמת זיי אַליין, די פֿונעם מיניסטעריאַלן ראַנג צוזאַמען מיט זייערע הויכראַנגיקע געהילפֿן (בלויז איינער פֿון זיי, דער יוסטיץ־מיניסטער יעקב נאמן, איז נישט קיין מיטגליד אין דער כּנסת) — זיי באַטרעפֿן מער ווי אַ דריטל פֿון דער צאָל דעפּוטאַטן אין דער כּנסת און זײַנען דאָרט נישט אַקטיוו, סײַדן נאָר כּדי צו שטימען פֿאַר זייער פּאַרטיי אָדער פֿאַר דער רעגירונג אין צוטרוי־ אָדער אומצוטרוי־אָפּשטימונגען. די צאָל מיטגלידער פֿון דער רעגירונג באַטרעפֿט כּמעט גענוי אַ העלפֿט פֿון די 77 כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון דער קאָאַליציע, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט באַשיצן און געווינען פּריווילעגיעס פֿאַר זייערע פּאַרטייען, אָנשטאָט צו באַשיצן זייערע וויילער און די באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד קעגן דעם ווילקיר פֿון דער מאַכט: זיי זײַנען דאָך די מאַכט.
אַזוי אַרום איז דער ישׂראלדיקער פּאַרלאַמענט געוואָרן דער עקזעקוטיווער אָרעם פֿון דער רעגירונג, אָנשטאָט די רעגירונג זאָל זײַן דער אויספֿיר־אָרעם פֿון דער געזעצגעבערישער אינסטאַנץ — דעם פּאַרלאַמענט. און דורך דעם פּאָרלאַמענט, וואָס איז למעשׂה לחלוטין אונטערגעוואָרפֿן דער רעגירונג, באַקומט אויך די רעגירונג איר אויבערהאַנט איבער דעם געריכטוועזן, וואָס איז באַרופֿן צו באַשיצן די מענטשנרעכט און די רעכט פֿון די בירגער. און אַזוי אויך די פּאָליציי, וועלכע איז באַרופֿן אויפֿצופֿאָלגן און באַשיצן די געזעצלעכקייט.
איז אָבער די פּאָליציי, וועלכע האָט איר פֿאָרשטייער, אַ מיניסטער — אין דער רעגירונג, געוואָרן דער אויספֿיר־אָרגאַן פֿון דער פּאַרטיי, וואָס איז פֿאַרטראָטן אין דער רעגירונג און וועלכע גראָבט אונטער מיט צוגאָבלעכער לאָיאַליטעט און מיט אירע האַנדלונגען דעם כּוח און דעם פּרעסטיזש פֿון דעם געריכטוועזן.
ווײַל אין אַ רעגירונג פֿון 30 ביז 38 מיניסטאָרן (אייניקע פֿון זיי אַפֿילו פֿיקטיווע, אָדער פּראַקטיש אין רעזערוו, אָבער מיט אַ קאַבינעט, אַ שאָפֿער און מיט אַ באצאָלטן אַפּאַראַט פֿון באַאַמטע) איז יעדער איינער אַ מלך פֿאַר זיך. און אויב די געריכטן פּסלען זייערע אומגעזעצלעכע פֿאַראָרדענונגען און טווּנגען — זוכן זיי אומצוגיין די אורטיילן פֿון די ריכטער דורך אײַנפֿירן געזעצן, וואָס זאָלן געבן דער כּנסת די פֿולמאַכט צו פּסלען די אורטיילן פֿונעם געריכט.
* * *
די סיסטעמאַטישע העץ־קאַמפּאַניע קעגן דעם העכסטן געריכט פֿאַר צדק, וועלכער שטייט אויף דער וואַך פֿון די מענטשנרעכט, גייט אָן שוין לאַנגע יאָרן. עס האָבן זי אונטערגענומען בשעתו די פּאַרטייען פֿון די פֿרומע, וועלכע שטרעבן צו פֿאַרבײַטן די געזעצן פֿון דער כּנסת אויף די געבאָטן פֿון דער תּורה; דערנאָך די רעכטע פּאַרטייען און די מיניסטאָרן וואָס זײַנען אַליין געשטאַנען אונטער אַ פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג וועגן קאָרופּציע און אַנדערע אומגעזעצלעכקייטן. ביז וואַנען עס האָט זיך אײַנגעגעבן זיי אַלע צוזאַמען אַרײַנצופֿירן "פֿון דרויסן" דעם הייסן קריטיקער פֿון דעם איצטיקן געריכט־סיסטעם, פּראָפֿעסאָר דניאל פֿרידמאַן אויפֿן אַמט פֿון יוסטיץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. די עטלעכע יאָר פֿון זײַן רעגירן איז טאַקע אָנגעגאַנגען אַ שאַרפֿע קאָנפֿראָנטאַציע צווישן דער רעגירונג און דער יורידישע אינסטאַנץ, און פּראָפֿ’ פֿרידמאַן האָט טאַקע געגרייט און צוגעגרייט אַ געזעץ צו באַשרענקען די קאָמפּעטענצן פֿון דעם העכסטן געריכט און אַריבערצופֿירן אַ טייל פֿון זיי צו דער כּנסת. אָלמערטס דעמיסיע און די צוגעאײַלטע וואַלן האָבן איבערגעריסן דעם דאָזיקן פּראָצעס.
אין דער נײַער קאָאַליציע־רעגירונג פֿון ביבי נתניהו האָבן אָבער נישט קיין קלענערע דעה די מנהיגים פֿון "ישראל ביתּנו" און פֿון ש"ס, ליבערמאַן און עלי ישי, פֿון וועמען נתּניהו איז געוואָרן אָפּהענגיק, כּדי צו פֿאַרזיכערן, ווי געזאָגט, דעם לעבנסדויער פֿון זײַן רעגירונג. אין דעם זכות האָבן די דעפּוטאַטן פֿון די צוויי פּאַרטייען אָנגעהויבן פֿאַרשיטן די כּנסת מיט אָן אַ שיעור געזעץ־פּראָיעקטן אין דעם גײַסט, און בראש פֿון זיי דאָס אויסברייטערן די קאָמפּעטענצן פֿון די רבנישע געריכטן אויפֿן חשבון פֿון דעם ציווילן געריכטוועזן, דאָס פֿאַרשאַרפֿן די רדיפֿות קעגן די פּליטים פֿון אַפֿריקע, דאָס נישט אונטערוואַרפֿן זיך דעם אורטייל פֿון העכסטן געריכט צו עוואַקויִרן די דרײַסיק ייִדישע משפּחות פֿון דעם "בית יונתּן" (לייען: יאָנאַטאַן), וואָס איז אויסגעבויט געוואָרן אין סאַמען צענטער פֿון דער געדיכט באַוווינטער פֿאָרשטאָט סילואַן אין מיזרח־ירושלים, און צום סוף — דעם געזעץ־פּראָיעקט פֿון "ישראל ביתני" צוצוטיילן די ישׂראלדיקע יורדים מיט טאָפּלטער בירגערשאַפֿט וואַל־רעכט צו דער קומענדיקער כּנסת.
אַזוי זעען מיר, ווי דאָס פּנים פֿון דער כּנסת ענדערט זיך אָן אויפֿהער, און דער דאָזיקער פֿאַרענדערונגס־פּראָצעס האָט זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט — בעת אין אירע הענט ליגט דער גורל פֿון דעם לאַנד און פֿון זײַנע בירגער, די אַנטשיידונג צווישן מלחמה און שלום און צווישן לעבן און טויט. אַ נישט קליינעם חלק אין אָט דער אַנטשיידונג וועלן האָבן די בירגער, וואָס די מדינה איז זיי געוואָרן פֿרעמד, אָבער זיי זײַנען געבליבן אירע הייסע פּאַטריאָטן.
תּל־אָבֿיבֿ, 9טער פֿעברואַר 2010