|
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "ווער איז ווער" |
|
ענת עצמון (אַנאַט אַצמאָן) איז תּמיד גרייט צו שפּילן.
— עס איז דווקא שווער, אָבער מען מוז זיך האַלטן בײַ די וואָרצלען כּדי צו פֿאַרמײַדן זיי זאָלן אין גאַנצן נעלם ווערן.
אַזוי האַלט זי, די אַקטריסע און טאָכטער פֿון שמואל עצמון, און שליסט זיך אָן צום געראַנגל, וואָס עס פֿירט איר פֿאָטער, דער לייטער פֿון "ייִדישפּיל" פֿאַרן טעאַטער וואָס ער האָט געגרינדעט און פֿאַר דער קולטור פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
— איך באַגריס אים פֿאַר אַלץ, וואָס ער טוט אויף. נאָר אַזאַ איבערגעגעבענער צו דעם אידעאַל איז מסוגל אַזוי פֿיל אויפֿצוטאָן פֿאַרן ציל וואָס ער האָט זיך געשטעלט. ווען ער רופֿט מיך, בין איך שטענדיק גרייט אָנטיילצונעמען אין "ייִדישפּיל".
ס'איז גאָר נישט פּשוט צו שפּילן אין איר פֿאָטערס טעאַטער, אָבער זי טוט עס שוין צוויי צענדליק יאָר, זינט דער אַנטשטייונג פֿון "ייִדישפּיל". דאָס איז געווען אין "שיין מיידעלע", אַ פּיעסע וואָס האָט דערציילט וועגן דעם צוזאַמענטרעף פֿון צוויי שוועסטער נאָכן חורבן.
|
אַ סצענע פֿון "ווער איז ווער", ישׂראל טרייסטמאַן און ענת עצמון |
|
— ס’איז געווען גאַנץ שווער. צווישן אונדז, סאַברעס, אין וועלכע עס קאָכט דער "יוגנבונט", האָט די קאָנאָטאַציע "ייִדיש" אַרויסגערופֿן גרינגשעצונג, חוזק און אַ ריח פֿון גלות. וואָס האָט ייִדיש, מײַן באָבעס שפּראַך, צו טאָן מיט מיר? גלייבט מיר, אַזוי האָב איך געטראַכט אין דער צײַט ווען איך האָב בכלל די שפּראַך נישט גערעדט. מײַן מאַמע, העניע, האָט מיר צוגעהאָלפֿן גובֿר צו זײַן די שוועריקייט.
— און הײַנט?
— הײַנט שפּיל איך אין 'ווער איז ווער’, אַ פּיעסע וואָס שטעלט פֿאָר דאָס לעבן אונטערן שאָטן פֿון נאַציזם פֿאַרן חורבן. איך מוז זיך מודה זײַן, אַז בײַם אָנהייב האָב איך מורא געהאַט פֿאַר דער רעאַקציע פֿון דעם פּובליקום. כּדי צו שפּילן אַזאַ פּיעסע מוז מען זײַן מוטיק. עס זענען דאָ מענטשן וואָס די פֿאָרשטעלונג געפֿעלט זיי שטאַרק, און ס’זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס ס’איז זיי שווער צו זען די נאַציס אויף דער בינע פֿון אַ ייִדישן טעאַטער, אַפֿילו ווען ס’איז גאַנץ קלאָר אַז דאָס איז אַן אַנטינאַצישע פּיעסע. ס’איז אַלעמען קלאָר, אַז נישט דאָ באַקומט דאָס פּובליקום די געוויינטלעכע פּאָרציע פֿון ייִדישקייט. דאָס איז נאָר איין פּראָבלעם. אַ ייִד קומט אין אַ ייִדישן טעאַטער צו געפֿינען דאָרט סײַ געלעכטער און סײַ טרערן, אין דער צײַט ווען דער טאַטע פּרובירט צו מאַכן אַ טעאַטער מיט אַ מיין פֿאַרן הײַנט און אַ קוק אויף מאָרגן.
גלײַכצײַטיק שפּילט ענת עצמון אין דעם רעוויו "צוואַנציק ביז הונדערט און צוואַנציק", וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט בײַם באַצייכענען 20־יאָריקן יוביליי פֿון "ייִדישפּיל".
|
אַ סצענע פֿון "זי איז דאָ נישט געווען" |
|
— דער טאַטע און איך שפּילן אַן עפּיזאָד פֿון דער פּיעסע "טבֿיה דער מילכיקער". מיט יעקבֿ באָדאָ שפּיל איך אַ קאָמישן פֿראַגמענט פֿון אַ צווייטער פּיעסע, און מיט מאָניקאַ וואַרדעמאָן זינג איך אַ דועט אין סטיל פֿון די שוועסטער בערי, ווי אויך אַ פֿראַגמענט פֿון דער פּיעסע, וואָס איך האָב שטאַרק ליב, "ווי אַזוי צו זײַן אַ ייִדישע מאַמע אין צען לעקציעס".
אין "ייִדישפּיל" ווערט אויפֿגעפֿירט "זי איז דאָ נישט געווען" — בלאַנקאַ מעצנערס סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג, רעזשיסירט דורך דני וואָלמאַן. אין דער פּיעסע זעט מען איר ווירטואָזע שפּיל.
— הײַנט צו טאָג, ווען איך לייען נישט ווייניק וועגן דעם חורבן, איז מיר זייער וויכטיק פֿאָרצושטעלן אַ פּיעסע, וואָס איז באַזירט אויף יענער תּקופֿה. אָבער נישט נאָר די טעמע. די פֿאָרשטעלונג איז אַ דערציילונג פֿון אַ דורכגעלאָזטער געלעגנהייט, די פּריוואַטע געשיכטע פֿון בלאַנקאַ, מײַן מאַמעס אַ נאָענטע חבֿרטע. די פּיעסע איז אַן אויסדרוק פֿון פֿרעמדקייט אין דײַן לאַנד. נישט גרינג צו שפּילן סאָלאָ. דאָס פֿאָדערט פֿון מיר שטאַרקע גײַסטיקע כּוחות, — און ענת גיט צו:
— צוויי טעג פֿאַרן שפּילן די פּיעסע בין איך שוין נישט דער זעלבער מענטש. איך פֿיל כּסדר אַ שווערע לאַסט אויף זיך, און נישט נאָר צוליב דעם גרויסן טעקסט. עס איז עפּעס זייער פּערזענלעכס. ווען מײַן גוטע חבֿרטע, די אַקטריסע מיכל ורד (ווערעד), איז שווער קראַנק געוואָרן, האָב איך איר געזאָגט: "אין דעם מאָמענט וואָס דו וועסט געזונט ווערן, שטעלן מיר פֿאָר די פּיעסע!" פֿאַר מיר איז געווען אַ פֿרייד, ווען זי איז געזונט געוואָרן און האָט זיך אונטערגענומען די פֿאָרשטעלונג צו רעזשיסירן. אין דעם מאָמענט וואָס איך בין אויפֿגעטראָטן מיט דער פּיעסע (אַוודאי אויף עבֿרית און ערשט שפּעטער אַריבער צו דער ייִדישער ווערסיע), איז מיר וויכטיק געווען צוציִען אַ יונגן פּובליקום, אַרײַנגערעכנט מיטלשול־תּלמידים. צו דעם פּובליקום שטרעב איך. איך בין אויפֿגעטראָטן מיט דער פּיעסע אין "יד־ושם", פֿאַר לערער וואָס לערנען וועגן דעם חורבן אין די מיטלשולן. שפּילן דאָרט האָט אַרויסגערופֿן בײַ מיר אַ גרויסע איבערלעבונג. איך האָב געפֿילט, אַז מיליאָנען נשמות שוועבן איבער מיר. דאָס איז געווען פֿאַר מיר אַ רירנדיקע גײַסטיקע איבערלעבונג וואָס איך קען נישט דערקלערן.
ענת עצמונס קרובֿים פֿון פּוילן האָבן זיך געראַטעוועט בעת דער מלחמה אין רוסלאַנד, און פֿון דאָרטן עולה געווען קיין ישׂראל. איר פֿאָטער איז געבוירן געוואָרן אין בילגאָרײַ. די מערהייט פֿון איר גרויסער משפּחה איז אומגעקומען.
— נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מײַנע עלטערן האָבן ממש נישט געליטן אין די לאַגערן, האָט זיך דאָך עפּעס אין מיר אײַנגעקריצט פֿון זייערע איבערלעבענישן. ביז הײַנט צו טאָג טוט מיר וויי אַרויסצוּוואַרפֿן שפּײַז, און איך בעט בײַ מײַנע קינדער, ליאַם און אלעד, דאָס נישט טאָן. אַ מענטש דאַרף אָפּשאַצן דאָס וואָס ער האָט.
|
אַ סצענע פֿון "ווער איז ווער", געראַ סאַנדלער און ענת עצמון |
|
זי וועט נישט פֿאַרגעסן איר ערשטע רײַזע קיין דײַטשלאַנד, און מיט די אומאָנגענעמע געפֿילן איז זי ווידער אַהינגעפֿאָרן, אויך מיטן "ייִדישפּיל". פּונקט ווי אַ סך פֿון אונדז, האָט ענת ליב צו פֿאָרן קיין אויסלאַנד, נאָר נישט אויף לאַנג.
אַפֿילו ווען איר באַטייליקונג אין קינאָ האָט געבליט, האָט זי נישט געטראַכט איבערצופֿלאַנצן איר טעטיקייט אויף פֿרעמדע פֿעלדער.
— איך בין נישט מסוגל צו זען זיך אין אַ צווייטן פּלאַץ. פֿון מײַנע עלטערן האָב איך זיך אויסגעלערנט, אַז ס’איז נישטאָ קיין צווייט אָרט, אַחוץ מדינת־ישׂראל. עס צאַפּלט שטענדיק בײַ מיר אין קאָפּ אַ געדאַנק: ווער ווייסט, צי ס’קען נאָך ווידער אַ מאָל, חלילה, נישט טרעפֿן אַ קאַטאַסטראָפֿע. מיט אַלע חסרונות וואָס זענען דאָ אין אונדזער מדינה, איז דאָך דאָ מײַן היים.
שווער צו באַגרײַפֿן, אַז דעם דור, וואָס פֿאַר אים זענען די העלדן פֿונעם פֿילם "עסקימאָ־לימאָן" געווען אַ סימבאָל פֿון צײַט, זענען שוין הײַנט אַריבער די פֿופֿציקער.
— וואָס זאָל מען טאָן? — דערקלערט זי מיר מיט איר באַקאַנטן שמייכל. — קיינער בלײַבט נישט אייביק יונג. אַלע ווערן מיר עלטער און מע שטייט נישט אויפֿן אָרט. הײַנט טראָג איך די יאָרן גאַנץ גוט. לכל־הפּחות זאָגט מען נישט אויף מיר 'שיין און נאַריש’...
איר דעביוט אין קינאָ האָט איר געעפֿנט אַ וועג צו נאָך פֿילמען.
— דאָס שפּילן אין קינאָ האָט מיר געעפֿנט טויערן, אָבער גלײַכצײַטיק מיך געשעדיקט צוליבן געוויסן אימאַזש, וואָס האָט מיך באַגלייט. דאָך, אַרבעט איך די גאַנצע צײַט, און אָן אויפֿהער. די פֿאַרדינסטן זענען בכּבֿודיקע און איך לעב גוט.
אָבער זי לייקנט נישט, אַז נישט אַלץ איז פֿויגלדיק. פֿון אירע ווערטער קען מען פֿאַרשטיין, אַז איר קאַריערע האָט זיך צונויפֿגעלייגט נישט אַזוי ווי זי וואָלט געוואָלט. די הײַנטיקע קינאָ־רעזשיסאָרן זוכן אין אַלגעמיין אַנדערע אַקטריסעס, חוץ דעם "קאַמרי"־טעאַטער, וועלכער רופֿט זי שפּילן פֿון צײַט צו צײַט; די אַנדערע טעאַטערס באַמערקן זי נישט. ווי אַ זינגערין, איז איר דריטער אַלבאָם געבליבן שטעקן אין דער לופֿטן. "צוליב וואָס אים אַרויסצוגעבן? — דערקלערט זי, — זיכער, מען וועט די לידער נישט טראַנסמיטירן.
— אפֿשר געשעט דאָס אַלץ, ווײַל איר ווייסט נישט ווי אַזוי זיך אַדורכשלאָגן? — באַמערק איך איר.
— עס קען זײַן. אָבער איך גלייב נישט, אַז דאָס איז די סיבה. איך קען קיינעם נישט באַשולדיקן, און בכלל, אויב ס’איז דאָ וועמען צו באַשולדיקן פּערזענלעך בין איך נישט דערציטערט אויפֿצוטרעטן אין יעדער זאַך. איך קען נישט זאָגן, אַז איך בין משוגע נאָך דער מאָדע פֿון די טעלע־נאָוועלעס".
ווען מ’פֿרעגט ענת עצמון, וואָס איז דאָס וויכטיקסטע בײַ איר אין לעבן, ענטפֿערט זי אָן אַ צווייפֿל:
— איך באַמי זיך צו זײַן די בעסטע מאַמע וואָס קען נאָר זײַן. יאָ, איך בין אַ געוויינטלעכע ייִדישע מאַמע, וואָס זאָרגט און איז באַקאַנט מיט יעדער פּיטשעווקע. גלײַכצײַטיק, גיב איך צו צו דעם חינוך פֿון מײַנע צוויי זין פֿיל הומאָר און שפּאַס, און מיר מאַכן אַלץ מיט הנאה.
— די קומענדיקע סאָלאָ־פּיעסע איז שוין אין וועג? — פֿרעג איך ענת.
— איך זע דאָס נישט. דערווײַל, איז מיר גענוג די ראָלע פֿון דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג, וועלכע פֿאָדערט פֿון מיר אַ סך כּוחות. אָבער מ’קען נישט זאָגן, אַז זי וועט מיך נישט מונטערן אין דער צוקונפֿט זיך צו פֿאַרמעסטן מיט נײַע און נישט־געוויינטלעכע דערשײַנונגען.
פֿון עבֿרית: לייבל בלינדער