- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישט יעדער שוישפּילער איז זוכה צו אַזאַ באַערונג. אין זאַל פֿון "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען געפֿײַערט 65 יאָר פֿון יעקבֿ אַלפּערינס קאַריערע, איינעם פֿון די גרינדער פֿון דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, וואָס אין עלטער פֿון אַכט און אַכציק יאָר איז ער דער עלטסטער צווישן די אַקטיאָרן וועלכע זענען טעטיק אויף דער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. "טאַקע 65 יאָר, יאַנקעלע?" — פֿרעג איך אים. "פּונקט אַזוי און אַפֿילו איינס נישט ווינציקער" — ענטפֿערט ער, און טראָגט זיך אַריבער ווײַט, צום סאַמע אָנהייב, בעת אין טרויעריקע אומשטענדן איז ער געוואָרן אַן אַקטיאָר. "אין דער פּיעסע 'די מגילה’, אויף דער 'ייִדישפּיל’־בינע, גיי איך אַרום נישט נאָר אין גרויסע שיך, נאָר אין שיך פֿון אַ ריז". אַזוי דריקט זיך אויס דער שוישפּילער און זינגער יהונתן ראָזען, וועלכער טרעט אויף אין דער ראָלע פֿון פֿאַסטריגתא (פֿאַסטריגאָסאָ) אין איציק מאַנגערס "די מגילה", מוזיק פֿון דובי זעלצער. אין די 1960ער יאָרן האָט די מיטאָלאָגישע ראָלע געשפּילט מײַק בורשטיין. "ווען מ׳האָט מיר פֿאַרטרויט די ראָלע, האָב איך עס אָנגענומען ווי אַ קאָמפּלימענט. גלײַך נאָך דעם ווי איך בין מסכּים געווען, האָב איך זיך גוט צוגעהערט צו דער פּלאַטע פֿון דער דעמאָלטיקער 'די מגילה’. איך בין געווען באַגײַסטערט, ווי אַזוי מײַק אינטערפּרעטירט דאָרט די לידער — אַזוי שיין, מיט אַ צוגעפּאַסטער האַרמאָניע, און מיט אַזוי פֿיל געפֿיל. ייִדיש גיסט זיך פֿון אים מיט אַ וווּנדערלעכער נאַטירלעכקייט". ענת עצמון (אַנאַט אַצמאָן) איז תּמיד גרייט צו שפּילן. — עס איז דווקא שווער, אָבער מען מוז זיך האַלטן בײַ די וואָרצלען כּדי צו פֿאַרמײַדן זיי זאָלן אין גאַנצן נעלם ווערן. אַזוי האַלט זי, די אַקטריסע און טאָכטער פֿון שמואל עצמון, און שליסט זיך אָן צום געראַנגל, וואָס עס פֿירט איר פֿאָטער, דער לייטער פֿון "ייִדישפּיל" פֿאַרן טעאַטער וואָס ער האָט געגרינדעט און פֿאַר דער קולטור פֿון דער ייִדישער שפּראַך. "די ראָלע פֿון אַ קאָנפֿעראַסיע וואָס איך שפּיל אין דער פֿאָרשטעלונג 'ווער איז ווער’, האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געשפּילט אין מײַן לעבן". אַזוי זאָגט אַנדריי קאַשקאַר, וואָס שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער נײַער פּיעסע, אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער. דער אַקטיאָר, פֿופֿציק יאָר אַלט, רעפּרעזענטירט מיט זײַן לעבנס־ראָלע, אַ ווירטואָז־שפּיל, געפֿלאָכטן מיט געזאַנג און טאַנץ. ער טוט עס מיט זײַן גאַנצן וועזן. "ווען דער פֿאָרהאַנג לאָזט זיך אַראָפּ, פֿיל איך זיך אויסגעשעפּט", איז זיך מודה קאַשקאַר. "איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ אָנגעשטרענגטע פֿיזישע פֿאָרשטעלונג מיט אַזאַ לאַנגן טעקסט צו זאָגן, און אַ מיליאָן קליידער זיך איבערצוטאָן, ווי אויך גרימירונג. אין גיכן וועט מען קענען זען אַנאַבעלאַן, די פֿירנדיקע אַקטריסע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, אין דער ראָלע פֿון מאַדאַם ראָזען אין "ווער איז ווער" — די נײַע פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער, לויט סאַמי גראָנימאַן, דער באַוווּסטער מחבר פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע "שלמה־המלך ושלומי הסנידלר". ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די זאַפֿטיקע קאָמישע ראָלע פֿון דער האָטעל־באַלעבאָסטע, איז וווּנדערלעך צוגעפּאַסט צו דעם פֿילפֿאַרביקן כאַראַקטער פֿון דער שוישפּילערין. ווי עס דריקט זיך אויס שמואל עצמון: "צוגעפּאַסט פּונקט צו דער מאָס". שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט. צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם. |