ישׂראל טרייסטמאַן |
שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט.
צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם. די פּיעסע וועט מען שפּילן אין יוני, און זי וועט זיך באַטייליקן אין "ישׂראל־פֿעסטיוואַל" אין ירושלים.
טרייסטמאַן דערמאָנט זיך: "ווען מען האָט צום ערשטן מאָל פֿאָרגעשטעלט די פּיעסע, בין איך געווען אין עפֿולה, אַ נײַן־יעריק קינד. איך האָב קיין אַנונג נישט געהאַט וואָס טעאַטער איז, און דערצו האָב איך קיין ייִדיש וואָרט נישט געקענט. איך בין געווען אַ שעמעוודיקער און דערפֿאַר האָב איך זיך נישט באַטייליקט אין די פֿאָרשטעלונגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין שול. איך האָב נישט געחלומט צו זײַן אַן אַקטיאָר"...
דאָס קינד וואָס האָט קיין ייִדיש נישט געקענט, טראָגט הײַנט מיט שטאָלץ די פֿאָן פֿון דער שפּראַך. "איך געדענק, ווען איך בין געווען אַ קינד, ווי אַזוי מען האָט געשטערט דער ייִדישער קולטור", זאָגט ער. "אויך איך האָב מיט גרינגשעצונג זיך באַצויגן צו דער שפּראַך. אָבער ווען איך האָב זיך אָנגעהויבן פֿאַרטיפֿן אין אירע ווערק און ווערטן, האָב איך פֿאַרשטאַנען וואָס מיר האָבן פֿאַרנאַכלעסיקט במשך אַלע יאָרן, ווען מיר האָבן זי געהאַלטן פֿאַר אַ גלות־שפּראַך. הײַנט, מיט דער דערפֿאַרונג וואָס איך האָב באַקומען אין 'ייִדישפּיל’, איז מיר קלאָר, אַז עס האַנדלט זיך אין אַ שפּראַך, וואָס איז פֿיל רײַכער פֿון עבֿרית, קאָלירפֿולער און טעאַטראַלישער. פֿון מײַן שטאַנדפּונקט ווי אַן אַקטיאָר, איז זי אויך פֿיל זאַפֿטיקער, און ס’איז אײַנגענעם, נשמהדיק צו שפּילן אויף ייִדיש".
ווי אַ שוישפּילער, וואָס איז אַריבער די גרענעץ פֿון עבֿרית צו ייִדיש, ווערט טרייסטמאַן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ דערשײַנונג נישט ווי באָדאָ (וועלכן ער האָט געזען, ווען ער איז אַלט געווען 7 יאָר אין דער פּיעסע "צוויי קוני־לעמל" און "שוין דעמאָלט האָב איך באַמערקט זײַנע פֿעיִקייטן", וואָס האָט אָנגעהויבן זײַן וועג אויף ייִדיש און מיט דער צײַט "געשלאָסן דעם קרײַז"). טרייסטמאַן האָט אָנגענומען אין 1989 עצמונס און יאַנקעלע אַלפּערינס אַ פֿאָרשלאָג זיך אָנשליסן אין "ייִדישפּיל" און איז דאָרט געבליבן. הײַנט צו טאָג, מיט זײַנע כּסדרדיקע אויפֿטריטן אין טעאַטער, ווערט ער פֿאַררעכנט צווישן די בעסטע אַקטיאָרן אין דער טרופּע. און וואָס איז מיט העברעיִש? "ווי אַ שוישפּילער, האָב איך זיך פֿון עבֿרית נישט אָפּגעריסן. איך באַטייליק זיך אין פּראָגראַמען און רעקלאַמעס אין דער טעלעוויזיע. אָבער אויף דער בינע איז מיר גוט וווּ איך בין".
ווי געזאָגט, ער איז אויסגעוואַקסן אין עפֿולה, אין עמק־יזרעאל. אַ דאַנק דעם וואָס זײַן טאַטע איז געווען אַן אײַנאָרדענער אין אַ קינאָזאַל, האָט ער געזען פֿיל פֿילמען און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען. נאָר דאָס האָט אויף אים נישט געווירקט. אַפֿילו ווען עס האָט זיך אַנטפּלעקט זײַן פֿעיִקייט, ווען בעת דער מסיבה פֿון סוף שול־יאָר האָט מען פֿון אים געבעטן פֿאַרבײַטן אַ קינד, וואָס איז קראַנק געוואָרן, האָט ער אַפֿילו נישט געטראַכט, אַז ער וועט ווערן אַן אַקטיאָר. בעת זײַן יוגנט, ווען ער איז אַריבער צוזאַמען מיט זײַן משפּחה קיין ראשון לציון, איז ער געוואָרן אַ "פֿוטבאָל־שפּילער". מיט זײַן חוש צו מאָלן, האָט ער נאָך דער מיליטער־דינסט געלערנט גראַפֿיק און געאַרבעט אין אַ ביכער־פֿאַרלאַג. די חבֿרים בײַ דער אַרבעט האָבן הנאה געהאַט פֿון זײַנע נאָכמאַכונגען. דאָס האָט אַזוי געווירקט אויף איינער פֿון זײַנע מיטאַרבעטערינס, אַז זי האָט אים פּשוט פֿאַרשלעפּט אין דער סטודיע פֿון ניסן נתיבֿ. דאָרטן איז ער געוואָרן אַן אַקטיאָר. נאָר דער וועג צו דער הײַנטיקער פּאָזיציע אין "ייִדישפּיל" איז נישט געווען גרינג. ער האָט געשפּילט און געזונגען אין פֿאָרשטעלונגען פֿאַר קינדער און אין קאָמערציעלע טעאַטערס. אָבער קיין "סטאַר" איז ער נישט געוואָרן. "ווײַזט אויס, אַז ס’האָט מיר אויסגעפֿעלט מזל", טראַכט טרייסטמאַן. "אין דער סטודיע איז מען געווען זיכער, אַז ס’וועט פֿון מיר אויסוואַקסן אַ גרויסער סטאַר. ווי אַ משפּחה־מענטש איז מיר געווען וויכטיק די עקאָנאָמישע באַזע. און דאָס איז נישט שטענדיק מעגלעך געווען אין אַ רעפּערטואַר־טעאַטער".
אין מיטן די אַכציקער יאָרן האָט זיך באַוויזן אַ ריכטונג אין זײַן קאַריערע. דער רעזשיסאָר יוסף מילוא, איינער פֿון די אָבֿות פֿון ישׂראלדיקן טעאַטער, וועלכער איז אין יענע יאָרן געווען טעטיק אין אייראָפּע, האָט געזוכט אין לאַנד שוישפּילער וואָס רעדן דײַטש, פֿאַר יהושע סאָבאָלס פּיעסע "געטאָ", אין ווין. צווישן אַנדערע האָט ער אויסגעקליבן טרייסטמאַנען, וועלכער, ווי אַ זון פֿון טשערנאָוויצער ייִדן, באַהערשט די שפּראַך. דער דערפֿאָלג פֿון יענער אויפֿפֿירונג האָט אים אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן צוריקגעבראַכט קיין ווין, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן סאָלאָ, איבערהויפּט פֿאַר אַ נישט ייִדישן עולם. אין האַרבסט פֿאָרט ער ווידער אַהין מיט נאָך אַ סאָלאָ־אויפֿטריט. ווי אַן אַקטיאָר האָט ער געזוכט אַ היים, און ער האָט זי כּמעט געפֿונען אין אַ פּאָר אויפֿטריטן אין "קאַמרי"־טעאַטער.
די היים האָט ער געפֿונען אין 1989. "אין אַ באַשטימטן טאָג דערציילט מיר יאַנקעלע אַלפּערין, אַז דער 'ייִדישפּיל’ גרייט זיך פֿאָרן קיין אייראָפּע מיט דער פּיעסע ׳די מגילה׳, און זוכט צו פֿאַרשטאַרקן דעם אַנסאַמבל", דערמאָנט ער זיך. "ס’איז פֿאָרגעקומען אַן אוידישן, איך בין געפֿאָרן, און געבליבן אַן אומטיילבאַרער חלק פֿונעם אַנשטאַלט. מיט דעם איז מיר קלאָר געווען, אַז איך קויף אַ בילעט אין איין ריכטונג, און עס קענען זיך פֿאַר מיר פֿאַרמאַכן די טירן פֿון העברעיִשן טעאַטער. כ’האָב אויף זיך גענומען אַ ריזיקע, אָבער די היימישקייט און די וואַרעמקייט פֿון ייִדיש האָט באַהערשט מײַן נשמה. אַפֿילו ווען אונדזער טעאַטער האָט אַדורכגעמאַכט אַ שווערע צײַט, האָט אונדז שמואליק עצמון געצויגן פֿאָרויס מיט ענערגיע און גלויבן אין זײַן ציל. הײַנט צו טאָג וווּנדער איך זיך, ווען איך זע די יונגע אַקטיאָרן וואָס האָבן אויסגעקליבן זיך אָנצושליסן אין אונדזער טעאַטער און רעדן אַ וווּנערלעכן ייִדיש, אָן דער אויסשפּראַך פֿון דער היים פֿון די אַלט־געזעסענע".
די יאָרן זענען אַדורך און מיט זיי אויך זײַנע האָר זענען גרוי געוואָרן. טרייסטמאַן פּראָגרעסירט אין "ייִדישפּיל". אויף דער בינע האָט ער פֿאָרגעשטעלט מיט פּראָפֿעסיאָנעלקייט אַ לאַנגע ריי ראָלעס. אָבער נאָך נישט גענוג טיף געשטעלט זײַן חותם. ער זאָגט, אַז במשך די אַלע יאָרן האָט ער געוווּסט, אַז נאָר דעמאָלט, ווען די פֿיגור פֿונעם "חתיך"־אַקטיאָר, וואָס מען האָט אים צוגעקלעפּט, וועט זיך ברעכן, נאָר דעמאָלט ווען ער וועט באַקומען אַ ראָלע, אין וועלכער ער וועט קענען אויסדריקן אַלע זײַנע פֿעיִקייטן, דאַן וועט ער זיך אַנטפּלעקן, דאַן וועט ער באַווײַזן זײַן יש. און ענדלעך איז עס געשען.
ווען דער רעזשיסאָר מאָטי אַווערבוך האָט אים געגעבן איבערצולייענען בן־ציון תּומרס "ילדי הצל" (קינדער פֿון שאָטן), האָט טרייסטמאַן געפֿילט, אַז ער ווערט אַרײַנגעשלעפּט אין דער דראַמע און צוגעצויגן צו דער ראָלע פֿון זיגמונט ראַבינאָוויטש. "לך על זה (גיי אויף דעם), דאָס איז פֿאַר דיר", האָט אים זײַן פֿרוי יפֿית געמונטערט. טרייסטמאַן האָט אָנגענומען דעם פֿאַרמעסט, די רייצונג, די שטרעבונג, דעם דראַנג. ער האָט עס געטאָן מיט ביידע הענט און איז גרייט געווען זיך צו פֿאַרמעסטן מיט אַ ראָלע וואָס אַהרון מעסקין האָט אין זײַן צײַט פֿאָרגעשטעלט אין "הבימה"־טעאַטער. די ראָלע וואָס האָט אים באַלוינט מיט לויבקריטיק, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין זײַן לעבנס־ראָלע. "איך שפּיל די ראָלע פֿונעם מענטשן פֿון יודענראַט, וואָס זײַן משפּחה איז אומגעקומען אינעם חורבן", דערציילט ער, "אַ טראַגישע פֿיגור. ער קומט אין ישׂראל אײַנגעזאַפּט מיט געפֿילן פֿון פֿאַרלוסט, פֿון טויט, אין וועלכע ער האָט אפֿשר אַ חלק, און ער דרייט זיך אַרום בײַם ברעג ים אין תּל־אָבֿיבֿ אַ פֿאַרלאָזטער וואָס רופֿט אַרויס שטוינונג. איך וווין נישט ווײַט פֿון ברעג ים. איך האָב זיך פֿיל אַרומגעדרייט אין דער אַרענע אַוווּ ס’קומט פֿאָר די דראַמע. די מוזע צו דער פֿאַרפֿאָלגטער פֿיגור וואָס איך שפּיל, האָב איך באַקומען פֿון אַ פֿרוי וואָס דרייט זיך דאָרטן אַרום און פֿירט זיך ווי זי וואָלט געהערט קולות".
"אַ ראָלע ווי זיגמונט האָב איך נאָך נישט געהאַט", זאָגט טרייסטמאַן. "די טיפֿע אידענטיפֿיצירונג מיט דער פֿיגור האָט מיך דערפֿירט צו דעם, אַז איך האָב זיך אָנגעהויבן פֿירן מאָדנע, אויף אַזוי פֿיל, אַז איידער איך גיי אַרויף אויף דער בינע, מוז איך זיך גײַסטיק צעוויינען".
נישט קוקנדיק אויפֿן אונטערשייד צווישן זיי, האָט ער זיך געטיילט מיט עצמונען אין דער ראָלע פֿונעם רבֿ אין דער פֿאָרשטעלונג "דער קונצנמאַכער פֿון לובלין". איצטער שפּילט ער צוזאַמען מיט אים אין "די קליינע מענטשעלעך". עצמון דערציילט: "אין דער פּיעסע פֿאַרטרעט מיך ישׂראל, און איך גיי אַריבער צו ראָדענסקיס ראָלע. טרייסטמאַן פֿלעכט זיך וווּנדערלעך אַרײַן אין דער פֿאָרשטעלונג אויף דער בינע, שאַפֿנדיק אַן אויסגעצייכנטע כעמיע צווישן דרײַ אַקטיאָרן, אויסערלעך אַנדערש איינער פֿונעם צווייטן. מיר זײַנען ווי אַ טריִאָ אין מוזיק".
"שפּילן צוזאַמען מיט שמואליק עצמון און יעקבֿ באָדאָ איז פֿאַר מיר אַ זכות", זאָגט טרייסטמאַן, "שמוליק אינסצעניזירט אונדז, און מיט זײַן דערפֿאַרונג פֿון הונדערטער אויפֿטריטן מיט דער פּיעסע, איז זי פֿאַר אים ווי אַ פּאַרטיטור וואָס ער קען זי אויף אויסנווייניק. נישט איין מאָל זאָגט ער מיר: 'שפּיל ווי דו פֿאַרשטייסט, אָבער גיב אַכטונג עס זאָל קלינגען לויט שלום־עליכמס מוזיק’. איך גיב אַכטונג, און ווען איך קוק פֿאָרויס, איז מיר קלאָר, אַז נישט יעדן טאָג זײַנען דאָ אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען אָדער אַזאַ ראָלע ווי זיגמונט. און וואָס ווײַטער? — קיין גרויסע אילוזיעס האָב איך נישט. אָבער ס’וואָלט מיך שטאַרק באַפֿרידיקט זיך אַ מאָל אומקערן צו דער 'געטאָ’־פֿאָרשטעלונג, און דאָס מאָל אין דער ראָלע פֿון יעקבֿ גאַנס".
פֿון עבֿרית: לייבל בלינדער