‫פֿון רעדאַקציע

די פּרעזידענט־וואַלן אין איראַן זײַנען אַדורך, דער פּרעזידענט איז געבליבן דער זעלבער, דער פֿאַנאַטישער שׂונאה־ישׂראל אַכמאַדינעדזשאַד. מיר וועלן מוזן ווײַטער קוקן אויף זײַן פֿאַרוואַקסענער צורה מיט שרויפֿן־חוצפּהדיקע אייגעלעך און הערן זײַנע מיליטאַנטישע אויפֿרופֿן צו פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה. און די מערבֿ־וועלט וועט, ווי ביז אַהער פֿון אומבאַהאָלפֿנקייט צו באַשליסן עפּעס ממשותדיקס, ווײַזן אים מיטן פֿינגער — "נו־נו־נו!" — און די נײַע אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן וועט זוכן וועגן אים אַוועקצוזעצן בײַם פֿאַרהאַנדלונג־טיש.

רעליגיע, קולטור, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
צי איז דער וואַנדערנדיקער בעטלער אליהו הנבֿיא?

שווער צו געפֿינען נאָך אַן אַנדער פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער לעגענדע־טראַדיציע, וואָס זאָל זײַן אַזוי טיף אין איר פֿאַרוואָרצלט ווי אליהו הנבֿיא. אויף פּראָסט ייִדיש, רעדט מען אַרויס דעם נאָמען עליע נבֿיא, און אין מײַן קרובֿהס נוסח פֿון "גאָט פֿון אַבֿרהם", זאָגט זי אַפֿילו "עליע־נבֿיא הנבֿיא (!), אליהו התּשבי, משיח דערלייזער, משיח בן־דוד...". די לעגענדעס וועגן אליהו הנבֿיא דרייען זיך אַרום פֿאַרשיידענע געדאַנקען און טעמעס, און אַבֿרהם מענעס, דער צונויפֿשטעלער פֿון דער אַרומנעמיקער זאַמלונג, "אליהו הנבֿיא:

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון רעכטס שטייען דער סאָוועטישער פֿירער יאָסיף סטאַלין און דער דײַטשישער אויסערן־מיניסטער, יאָאַכים פֿאָן ריבענטראָפּ; דער סאָווaעטישער אויסערן־מיניסטער, וולאַדיסלאַוו מיכאַילאָוויטש מאָלאָטאָוו, זיצט בעתן אונטערשרײַבן דעם סאָוועטיש־דײַטשישן נישט־אַגרעסיע־אָפּמאַך, אין אויגוסט 1939

מע זאָגט, אַז די פּאָליאַקן און די רוסן האָבן ווייניק בשותּפֿות, אַ חוץ דער געאָגראַפֿישער בשכנותדיקייט. ס׳איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוזמא. ווי אַ ייִד מיט אַ רוסישן מאָגן, בין איך צופֿרידן, למשל, אַז ניט ווײַט פֿון מײַן הויז האָט זיך באַוויזן אַ פּויליש געשעפֿט, וווּ אַ מרה-שחורהדיקע פֿרוי (וואָס רעדט ניט קיין וואָרט ענגליש) פֿאַרקויפֿט אויך צוואָרעך מיט אַ רוסיש-אוקראיִניש-ווײַסרוסישן טעם. ס׳איז ריכטיק, אָבער, אַז קיין גרויסע ליבע איז צווישן די רוסן און די פּאָליאַקן קיין מאָל ניט געווען. און אַז מע רעדט שוין וועגן דעם — איז קיין הייסע ליבע בדרך-כּלל ניט געווען אויך צווישן די רוסישע (ליטווישע, אַ שטייגער) און פּוילישע ייִדן.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדיש׃ שפּראַך און קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. רעדאַקטאָרן לעאָניד קאַציס, מאַשע קאַספּינע, דוד־אליהו פֿישמאַן. מאָסקווע׃ 2009.

אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש זײַנען הײַנטיקע טעג אַ זעלטנקייט, על־אחת־כּמה־וכּמה אין רוסלאַנד. דאָס נײַע זאַמלבוך איז כּולל נײַנצן קאַפּיטלען, פֿון זיי זײַנען דרײַ אויף ייִדיש. דאָס בוך באַזירט זיך אויף די רעפֿעראַטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין רוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין 2006. ווי אַ צוגאָב, באַקומט דער לייענער חיים ביידערס ביבליאָגראַפֿישע רשימה פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1961 ביז 1993.

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ חודש צוריק, שוין צום סוף פֿון דעם אַקאַדעמישן יאָר, איז מײַן שמועס מיט אַ קלאַס פֿון אַן ערך פֿערציק ביזגראַדויִר-סטודענטן אַוועק אין אַ ריכטונג, אין וועלכער מיר האָט אויסגעזען לאָגיש צו פֿרעגן זיי: "וועלכע ייִדישע שרײַבער האָט איר געהאַט געלייענט סתּם אַזוי, ניט ווי אַ היים-אַרבעט, וואָס איינער פֿון די פּראָפֿעסאָרן גיט אײַך?" צוויי סטודענטן (מיר דאַכט זיך, אַז ביידע האָבן געשטאַמט פֿון רוסיש-ייִדישע משפּחות) האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן געהאַט געלייענט שלום-עליכמען. קיינער — קיינער! — האָט ניט געלייענט באַשעוויסן. אין שײַכות מיט יצחק באַשעוויס-זינגערן באַקום איך ענלעכע ענטפֿערס פֿון אַמעריקאַנער סטודענטן שוין אין משך פֿון זעקס יאָר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט געשיקט צוועלף אויסשפּירער (מרגלים) אין ארץ־כּנען, איין מרגל פֿון יעדן שבֿט. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד צוליב זייערע שׂונאים — די דאָרטיקע מעכטיקע אײַנוווינער.

יהושע-בן-נון, משה רבינוס עיקר-תּלמיד, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, האָבן זיך אָבער געשטעלט קעגן די טענות פֿון די אַנדערע מרגלים און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען באַהערשן דאָס לאַנד.

טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראל טרייסטמאַן

שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט.

צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם.

חורבן, פּובליציסטיק
צוויי פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק. פֿון לינקס איז זײַן צײַגעניש, אַרויסגעגעבן אין טראַווניקי (פּוילן), אין 1942 און דער זעלבער, נאָר אין פֿיר יאָר אַרום (1946) אין אוניפֿאָרעם פֿון אַ דײַטשישן פּאָליציסט.

(סאָביבאָר, קליוולענד, ירושלים, קליוולענד, מינכן)

עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא אויב כ׳וועל זאָגן, אַז אין משך פֿון אַ וועלכע צוויי־דרײַ טעג האָבן מיר פֿון נאָענט און גאַנץ ווײַט געקלונגען ניט ווייניקער פֿון צען מענטשן און אין טעלעפֿאָן־טרײַבל איבערגעחזרט אַזאַ פֿראַגע:

— איר האָט שוין געהערט? און ווי מיינט איר, דאָס מאָל וועט דעמיאַניוק באַקומען וואָס אים קומט?

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב יוני האָט דער פֿעדעראַלער מיניסטער, מאַריאַ ביאָכנער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿראַגע פֿון אינטעגרירן די אימיגראַנטן אין לאַנד, צוגעשטעלט איר באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿון די נײַע בירגער, געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער. דער דאָזיקער באַריכט איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אינטערעס; און ס‘איז נאַטירלעך, ווײַל אין אַ לאַנד, מיט אַן אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 82 מיליאָן מענטשן, זײַנען 15 מיליאָן אימיגראַנטן. נאָך מער: די צאָל אימיגראַנטן האַלט אין איין וואַקסן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליבע פֿרײַנד, מיר האָבן אַ סך שלעכטע געוווינהייטן, ווי: רייכערן, עסן זאַכן וואָס מיר טאָרן נישט עסן, און וואָס טויגן נישט פֿאַר אונדזער געזונט; נישט גיין צו די דאָקטוירים ביז ס׳ווערט צו שפּעט, און אַ שלל מיט אַנדערע נייגונגען. אָבער איינע פֿון די ערגסטע געוווינהייטן, פֿון וועלכע די מענטשהייט לײַדט, איז שטאַרבן די ערגסטע צווישן זיי. אויב ס׳איז בכלל מעגלעך פֿאַר אײַך אויסצופּועלן בײַ זיך, אַז שטאַרבן איז אַ שלעכטע געוווינהייט, מײַדט אויס די שטערבלעכקייט; און אויב מעגלעך, לייגט עס אָפּ אויף שפּעטער.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך גיי באַלד חתונה האָבן. דאָס איז מײַן צווייטע חתונה, אָבער די ערשטע פֿאַר מײַן חתן. זאָל איך טראָגן אַ ווײַס חופּה־קלייד? מײַן מאַמע האַלט, אַז ניין, אַז ס‘איז נאַריש.

רעצעפּטן

דאָס איז אַ סאַלאַט וואָס מע קען מיטברענגען אויף אַ פּיקניק, אָדער עסן מיט פֿריש ברויט אין אַ הייסער זומער־נאַכט.

אויב איר יאָגט זיך מיטן צוגרייטן עסן, קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע קוקורוזע (לאָזט עס זיך צעגיין אַ האַלבע שעה איידער איר מישט עס אַרײַן) אָדער די קוקורוזע פֿון דער פּושקע. אויב אָבער איר האָט יאָ צײַט, איז אַ סך געשמאַקער צו ניצן די זערנעס (kernels) פֿון פֿרישער קוקורוזע, וואָס איר האָט אַליין אָפּגעקאָכט (בערך 15 מינוט).