פּובליציסטיק

ליבע פֿרײַנד, מיר האָבן אַ סך שלעכטע געוווינהייטן, ווי: רייכערן, עסן זאַכן וואָס מיר טאָרן נישט עסן, און וואָס טויגן נישט פֿאַר אונדזער געזונט; נישט גיין צו די דאָקטוירים ביז ס׳ווערט צו שפּעט, און אַ שלל מיט אַנדערע נייגונגען. אָבער איינע פֿון די ערגסטע געוווינהייטן, פֿון וועלכע די מענטשהייט לײַדט, איז שטאַרבן די ערגסטע צווישן זיי. אויב ס׳איז בכלל מעגלעך פֿאַר אײַך אויסצופּועלן בײַ זיך, אַז שטאַרבן איז אַ שלעכטע געוווינהייט, מײַדט אויס די שטערבלעכקייט; און אויב מעגלעך, לייגט עס אָפּ אויף שפּעטער. ס׳ברענט נישט. מיט דער צײַט וועט מען דאָך זיכער דערגיין דעם סוד דערפֿון און אַנטדעקן אַלערליי מעדיקאַמענטן וואָס וועלן פֿאַרלענגערן אונדזערע יאָרן. די הײַנטיקע מעדיצינען פֿאַרקירצן אונדז די יאָרן. כ׳דאַרף עס אײַך נישט זאָגן. איר ווייסט עס אַליין.

צווישן די זאַכן וואָס איר זאָלט למען־השם אויסמײַדן, איז צו זײַן אַ ייִדישער לערער, אָנגעשטעלט פֿון די קוים זשיפּענדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. נישט איינעם פֿון אונדז האָבן זיי פֿאַרקירצט די יאָרן. איר זאָלט אויך אויסמײַדן די אָלימפּיאַדע. ווערט נישט מיט אַ מאָל — נישט מיר, נישט דיר — אַ העלד; אַן אַלימפּישער שפּרינגער, שווימער אָדער לויפֿער, ווײַל איר וועט פֿאַרגעסן וווּ איר האַלט, און צאָלן דערפֿאַר רבי־געלט.

וויכטיק איז אויך אויסצומײַדן דאָס מיליטער, ווײַל איר ווייסט דאָך אַליין. מ׳דאַרף אײַך נישט אַרײַנלייגן אַ פֿינגער אין מויל אַרײַן, אַז די מלחמות מיט די שלאַכטן פֿאַרקירצן די יאָרן. די בעסטע זאַך וואָלט געווען, די מינוט וואָס ס׳ברעכט אויס אַ מלחמה, זאָלן די אַראַבער מאָביליזירן זייערע מאָטאָריזירטע זעלבסטמערדער, וואָס האָבן זיך ליב אויפֿצורײַסן. זאָלן זיי זיך ספּראַווען מיט צפֿון־קאָרעע, מיט סרי־לאַנקאַ, מיט ניגעריע, מיט דאַרפֿור, מיט רואַנדאַ, און אַראָפּ פֿון מאַרק. זאָלן די דעספּאָטן מיט די דיקטאַטאָרן, די טיראַנען מיטן קעניגלעכן הויף פֿון קעניג אַבדאַלאַ, און דער עיקר, דער קורצער פֿרײַטיק אַכמאַדינעדזשאַד, מיט אַלע זײַנע היומאַנוידן און הומייניס, וואָס אַגיטירן דאָס פֿאָלק צום אַלעם בייזן, זאָלן זיי אויסטאָן די קאַפֿעיעס מיט די קאַפֿטאַנען און נעמען זיך צום באַפֿרײַען זייער פֿאַרשקלאַפֿט פֿאָלק פֿון זייערע טירענײַען.

איך זע, אַז איר מאַכט אַ שווײַג און ווילט זיך נישט אַרײַנלאָזן אין דער וועלט־וואַקכאַנאַליע. דער עיקר, מוזן מיר אָפּהיטן אונדזער געזונט, אונדזערע כּוחות, און קעמפֿן קעגן דער שטאַרב־עפּידעמיע.

איך פֿאַרשטיי, אַז די בית־עלמינס, מיט דער באַגרעבער־יוניאָן, וועלן אויסציִען די קאָפּיטעס און וועלן אַפּעלירן צו דער רעגירונג צוליב זייער אַרבעטסלאָזיקייט, און אויב זיי קריגן נישט קיין שטיצע פֿון דער רעגירונג וועלן זיי אויסגיין ווי די פֿליגן. זאָלן זיי אויך פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון יענע, וואָס זיי באַגראָבן. ס׳איז שוין געקומען די העכסטע צײַט.

אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז טשייני, דער אַמאָליקער וויצע־פּרעזידענט, וואָס וויל בשום־אופֿן נישט אַראָפּ פֿון דער אַרענע, אַן אַרענע וואָס ס׳האָט אים אַזוי פּאָליובעט, ווען ער האָט געצויגן די שטריקלעך אין צײַט פֿון זײַן מאַריאָנעטל דזשאָרדזש W בוש. און כאָטש ער אַליין האָט שוין געהאַט אַ קײַמא־לן פֿון אַ פּאָר אויפֿרוף־גלעקלעך פֿון יענער וועלט און נישט איין מאָל באַקומען אַן עליה, להבֿדיל, צום עמוד פֿון גוייִשן גן־עדן, האָט ער אָבער אויסגעפּועלט בײַ זייער מלאך־המוות, אַז ער וועט קומען אַהין נאַקעט און באָרוועס און איבערלאָזן די באָטשקעלעך מיט די פֿעסעלעך נאַפֿט אין טעקסאַס; זאָלן זײַנע קינדער באָדן זיך אינעם שוואַרצן גאָלד. ער האַלט שטאַרק פֿון דער אומשטערבלעכקייט, זאָלן אַנדערע האָבן די זכיה. מיר ווייסן, אַז ער האָט ליב דעם יאַגד, שיסן הערשעלעך און פֿייגל און צום מיינסטן האָט ער ליב זײַנע גוטע חבֿרים. ער צילעוועט אויף "סקאַד," און וויל דווקא פֿאַרקירצן די יאָרן פֿון זײַנע מיטשיסער.

דערווײַל האָט זיך אונטערגערוקט אַ טעלעוויזיע־מאַנשאַפֿט פֿון דער "סי־ען־ען." זיי האָבן דערשנאַפּט, אַז עמעצער האָט זיך פֿאַרעקשנט און וויל בשום־אופֿן נישט שטאַרבן. אַ שטיקעלע נײַעס אין שטעטל. הער איך זיך צו צום באַריכט:

ענדערסאָן קופּער —

"איך שטיי דאָ לעבן אַ מענטשן אין שטעטעלע טשיוואַוואַ, הינטער האָובאָקען, אין ניו־דזשוירזי. לעבן מיר, אַ גרויסער עולם פֿון ענטוזיאַסטן. זיי מאַכן אַלערליי גרימאַסן פֿאַר דער קאָמעדיע און איך קען פֿון זיי בשום־אופֿן נישט פּטור ווערן. ווענד איך זיך צו אַ מענטשן וואָס האָט דאָס שטאַרבן אין דר׳ערד. זאָגט מיר ר׳ מענטש, ווי איז אײַך גאָר אײַנגעפֿאַלן דער געניאַלער געדאַנק פֿון אָפּזאָגן זיך פֿון דער טובֿה פֿון שטערבלעכקייט?"

ר׳ מענטש —

"דער געדאַנק איז פּלוצעם געקומען צו מיר זינט מײַן שכן איז געגאַנגען אַ גאַנג. ער האָט נאָך געקענט לעבן, אָבער די דאָקטוירים האָבן אים דערליידיקט."

ענדערסאָן קופּער —

"איך ווייס, אַז דער טויט לויערט פֿון אַלע ווינקעלעך. אָט פֿירט מען אַן אויטאָ און עמעצער קראַכט אין דיר אַרײַן און מאַכט אײַך מיט אַ קאָפּ נידעריקער. מיר האָבן נישט איין מאָל איבערגעגעבן נײַעסן וועגן קאַטאַסטראָפֿעס אויף די וועגן, שׂרפֿות, מלחמות, עפּידעמיעס, ערד־ציטערנישן, וווּ עס זײַנען אומגעקומען אַ היפּש ביסל מענטשן אומשולדיקערהייט."

ר׳ מענטש —

"איך האָב שוין לאַנג געטענהט, אַז מ׳דאַרף עפּעס טאָן קעגן די ערד־ציטערנישן. מ׳טאָר דאָס בשום־אופֿן נישט דערלאָזן. זיי שעדיקן קליינע אינדזלען אין אינדאָנעזיע און יאַפּאַן, און אין אַלע לענדער וווּ עס ברעכט אויס אַזאַ ערד־ציטערניש. עס שעדיקט קיין מאָל נישט טאָקיאָ, אָדער אינעם קרעמל, אין טעהעראַן אָדער איסטאַמבול. עס טרעפֿט קיין מאָל נישט דאָרט וווּ עס געפֿינען זיך די 'הוי־פּאַלוי,’ די פֿירערשאַפֿט, די מאַנשאַפֿט פֿון אַלע מדינות. עס פּאַסירט דער עיקר אין דער אָרעמסטער געגנט פֿון די לענדער."

ענדערסאָן קופּער —

"ס׳איז צו מיר דערגאַנגען די בשׂורה, אַז איר זאָגט זיך אָפּ פֿון שטאַרבן. ווי אַזוי טוט איר דאָס?"

ר׳ מענטש

"איר קענט מיך נישט. איך בין פֿון דער נאַטור אַן אײַנגעשפּאַרטער פּאַרשוין. איך קען זיך למשל אײַנשפּאַרן און נישט וועלן חתונה האָבן. איך קען זיך אײַנשפּאַרן און נישט פֿליִען מיט קיין עראָפּלאַן. איך וועל טאָן אַלץ, אָבער נישט שטאַרבן. איך האָב זיך אַמאָל געשטעלט די פֿראַגע: וואָס? איך פֿעל דאָרט, אויף יענער וועלט, עמעצן אויס? מ׳קען נישט אָנהייבן די שׂימחה אָן מיר? ס׳פֿעלן זיי פּאַסאַזשירן?"

ענדערסאָן קופּער —

"אָבער די גאַנצע וועלט שטאַרבט. דער מענטש ווערט געבוירן אויף צו שטאַרבן."

ר׳ מענטש —

"זאָלן זיי, די נאַראָנים. ווער הייסט זיי? איך לייען דעם 'פֿאָרווערטס’ און דעם 'ניו־יאָרק טײַמס’ און דאָס סאַמע ערשטע וואָס איך זוך אויס, איז די נעקראָלאָגן. און וואָס זע איך? מײַן באַקאַנטער, אַ ייִדישער שרײַבער, איז אַוועק. קלינג איך אָן. קיינער ענטפֿערט נישט דעם טעלעפֿאָן. קוים מיט צרות האָב איך זיך דערקלונגען צו דער פֿרוי. אַ וווילע פֿרוי דווקא, אַ טײַערע פֿרויקע און זי קלאָגט און העשעט. עלעהיי ער האָט נאָך געהאַט יאָרן. אָבער ער האָט זיך נישט געוואָלט שיידן מיטן רייכערן. נו, האָט ער טײַער באַצאָלט פֿאַר דער אוטשעכע. פֿרעג איך זי, צי זי האָט אים מיטגעגעבן אַ פּעקל סיגאַרעטן אין קבֿר אַרײַן, ער זאָל כאָטש הנאה האָבן פֿון זײַן טויט. נאָך מיטיק, בין איך אַוועק צו דער פֿרוי פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם, זיך געוואָלט דערוויסן ווי ס׳איז צוגעגאַנגען דאָס שטאַרבן. האָט זי מיר דערציילט:

פֿרוי —

"אין אָוונט האָט ער זיך דערפֿילט שלעכט. קלינג איך אָן דעם דאָקטער. ענטפֿערט אַ מאַשינקע. די מאַשינקע זאָגט מיר אָן, אַז אויב איך וועל אַ קוועטש טאָן נומער זיבן, וועט מען אויסהערן מײַן סיבה פֿאַרן קלינגען. האָב איך אַ קוועטש געטאָן נומער זיבן. האָט מיר די מאַשינקע אָנגעזאָגט אַ קוועטש צו טאָן נומער דרײַ, וועט מיר ענטפֿערן נומער איינס. שטיי איך און קוועטש די קנעפּלעך. קוים מיט צרות ענטפֿערט די סעקרעטאַרקע. זי וויל וויסן אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. דערצייל איך איר די מעשׂה. וויל זי וויסן צי מיר פֿאַרמאָגן מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג, ווײַל אָן דעם קען מען הײַנט נישט שטאַרבן. זאָג איך איר, אַז מיר האָבן 'מעדיקייר.’ זאָגט זי מיר, אַז קיין מעדיקייר־פּאַציענטן נעמט מען מער נישט אָן. דערווײַל זאָגט זי מיר אָן, אַז דער דאָקטער איז סײַ ווי אַוועק אויף וואַקאַציע, און וועט ערשט צוריקקומען אין צוויי וואָכן אַרום.

דערווײַל פֿילט זיך מײַן מאַן ערגער און ערגער. קלינג איך ווידער אָן דעם דאָקטער. ענטפֿערט די סעקרעטאַרקע. פֿרעג איך זי צי דער דאָקטער קען אונדז קלינגען. זאָגט זי מיר, מיר זאָלן האָבן געדולד, זײַן שותּף וועט אונדז קלינגען. קלינגט אונדז דער שותּף. יענער הערט אויס מײַן מאַנס סימפּטאָמען און וויל וויסן דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿון אונדזער אַפּטייק, ער וועט קלינגען און באַשטעלן אַ כאָפּטע טאַבלעטן אויף דרײַ באַשטעלונגען. די זעלבע וואָך איז מײַן מאַן אַוועק, און אַלץ וואָס איך קען אײַך מודיעה זײַן איז, אַז מען האָט נישט קיין מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג, טאָר מען נישט שטאַרבן."

ר׳ מענטש —

"פֿון דעם וויזיט בין איך קליגער געוואָרן. איך האָב באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון אַלע מײַנע פֿאַרזיכערונגען, ווײַל אָן דעם קען מען נישט שטאַרבן. שטאַרב איך נישט."

איר פֿאַרשטייט, ליבע מענטשן, דאָס שטאַרבן איז אַן אָנשיקעניש, ווער דאַרף עס? זאָלן מײַנע שׂונאים אויסגיין ווי אין הינערפּלעט. איך גלייב נישט אין דעם, און כּל־זמן איך האַלט פֿון דעם אײַנפֿאַל, שטאַרב איך נישט. איך האַלט זיך. און ווען מענטשן וואָלטן זיך אָפּגעלערנט פֿון מיר, וואָלטן זיי ערשט אויפֿגעלעבט.