פּובליציסטיק, ליטעראַטור

מיט אַ חודש צוריק, שוין צום סוף פֿון דעם אַקאַדעמישן יאָר, איז מײַן שמועס מיט אַ קלאַס פֿון אַן ערך פֿערציק ביזגראַדויִר-סטודענטן אַוועק אין אַ ריכטונג, אין וועלכער מיר האָט אויסגעזען לאָגיש צו פֿרעגן זיי: "וועלכע ייִדישע שרײַבער האָט איר געהאַט געלייענט סתּם אַזוי, ניט ווי אַ היים-אַרבעט, וואָס איינער פֿון די פּראָפֿעסאָרן גיט אײַך?" צוויי סטודענטן (מיר דאַכט זיך, אַז ביידע האָבן געשטאַמט פֿון רוסיש-ייִדישע משפּחות) האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן געהאַט געלייענט שלום-עליכמען. קיינער — קיינער! — האָט ניט געלייענט באַשעוויסן. אין שײַכות מיט יצחק באַשעוויס-זינגערן באַקום איך ענלעכע ענטפֿערס פֿון אַמעריקאַנער סטודענטן שוין אין משך פֿון זעקס יאָר.

האָב איך די טעג געעפֿנט אויף דער אינטערנעץ דעם וועבזײַט פֿונעם גרעסטן ביכער-געשעפֿט, "אַמאַזאָן", וואָס צעשטעלט די ביכער לויטן סדר, וואָס שפּיגלט אָפּ די צאָל געקויפֿטע קאָפּיעס. נומער 1 — דאָס פּאָפּולערסטע בוך, און אַזוי ווײַטער. האָב איך קאָנטראָלירט דעם אינדעקס פֿון אַמאַזאָן-פּאָפּולערקייט פֿאַר עטלעכע ענגלישע אויסגאַבעס פֿון באַשעוויסעס ווערק. איר געדענקט, אפֿשר, ווי אין יאָר 2004, צו באַשעוויסעס 100־יאָריקן יובֿל, האָט מען זייער שיין אַרויסגעגעבן זײַנע דערציילונגען אין דרײַ בענד אין דער פּרעסטיזשפֿולער "ביבליאָטעק פֿון אַמעריקע". דער אינדעקס פֿאַר די דאָזיקע דרײַ בענט איז צווישן 375,333 און 694,412, בעת ווי דער קאָמפּלעקט פֿון אַלע דרײַ בענד געפֿינט זיך נאָך נידעריקער — 1,236,617. בעסער זעט אויס דער אינטערעס צו דער פֿרישער אויסגאַבע פֿון "די פֿאַמיליע מושקאַט" (געדרוקט צום ערשטן מאָל אין "פֿאָרווערטס", אין וועכנטלעכע —שבתדיקע — המשכים, אָנהייבנדיק אין סוף 1945): 79,755.

אָבער אָט האָב איך אַ קוק געטאָן אויף דעם אַמאַזאָן-אינדעקס פֿון שלום-עליכמס "בלאָנדזשענדיקע שטערן" (אַרויס אין 2009 אין אַליזאַ שעוורינס ענגלישער איבערזעצונג), און די דאָזיקע אויסגאַבע געפֿינט זיך שוין היפּש נעענטער צום געגאַרטן אָנהייב: 28,315. אָבער דאָס קען ניט, פֿאַרשטייט זיך, סײַ-ווי קאָנקורירן מיט מײַקל שאַבאָנס זייער פּאָפּולערן ענגלישן ראָמאַן "דער ייִדישער פּאָליציאַנטן-פֿאַראיין" — 2,668.

אַ שאָד, וואָס קיינער פֿאַרנעמט זיך ניט, דאַכט זיך, מיט אַנאַליזירן דעם מצבֿ פֿונעם מאַרק, וואָס עקזיסטירט פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור, סײַ אין אָריגינאַל און סײַ אין פֿאַרשיידן-שפּראַכיקע איבערזעצונגען. (אַ מאָל האָט מען עס געטאָן, בפֿרט אין די וואַרשעווער "ליטעראַרישע בלעטער"); אָבער ס׳איז קלאָר, אַז דער ענגליש-שפּראַכיקער מאַרק לעבט איבער אַ שינוי, וואָס שפּיגלט אָפּ די השפּעה פֿון דער נײַער לייענערשאַפֿט. איך געדענקט ווי נאָך מיט אַ צען-צוועלף יאָר צוריק פֿלעגן אויף די ייִדישע זומער-פּראָגראַמען קומען אַמעריקאַנער סטודענטן, וועמעס וועג צו ייִדיש האָט דורכגעלייגט זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט יצחק באַשעוויס-זינגערס פּראָזע. מיר דאַכט זיך, אַז הײַנט איז עס אָפּגעשוואַכט געוואָרן. אמת, איך האָב שוין לאַנג ניט געלערנט אויף אַזעלכע זומער-קורסן, און די איצטיקע לערער קענען עס זאָגן בעסער און ריכטיקער.

פֿאַר וואָס קומט עס פֿאָר? אפֿשר מחמת דער איצטיקער יונגער דור געפֿינט ניט אין באַשעוויסן דאָס, וואָס עס האָט אין אים געפֿונען דער פֿריִערדיקער דור. מיר דאַכט זיך, אַז באַשעוויסעס דערציילונגען און ראָמאַנען וואָלטן געדאַרפֿט זײַן באַזונדערס פּאָפּולער אויף ענגליש צווישן די קינדער פֿון ייִדיש-רעדנדיקע עלטערן. זיי, די דאָזיקע קינדער, וואָס זײַנען הײַנט שוין בדרך-כּלל זיידעס און באָבעס, האָבן געקענט גאַנץ גוט פֿאַרשטיין דעם אינהאַלט פֿונעם מירזח-אייראָפּעיִשן אָדער אימיגראַנטישן ייִדישן לעבן, אָבער זיי האָבן ניט געקענט וועגן דעם לייענען אויף ייִדיש. דעם גאָר יונגן דור איז דער דאָזיקער אינהאַלט שרעקלעך פֿרעמד. זיי איז מער צום האַרצן אַן אין גאַנצן מאָדערנער ראָמאַן, אַ ביסל אונטערגעבוימלט מיט ייִדיש, ווי אין דעם "ייִדישן פּאָליציאַנטן-פֿאַראיין".

איך האָב ניט קיין קלאָרן ענטפֿער, פֿאַר וואָס שלום-עליכם קען זײַן מער אינטערסאַנט פֿאַר אַ יונגן סטודענט איידער באַשעוויס. עס קען זיך מאַכן, אַז דאָס איז — לכל-הפּחות טיילווײַז — פֿאַרבונדן מיט די טויזנטער ייִנגלעך און מיידלעך, וועלכע זײַנען אויסגעוואַקסן אין אַמעריקע אין די רוסיש-שפּראַכיקע משפּחות, אין וועלכע שלום-עליכמס ווערק, אויף רוסיש, האָבן געהאַט אַ בעסערע דאָליע איידער אין דער ענגליש-שפּראַכיקער סבֿיבֿה. אָבער רוסיש לייענט דער דור כּמעט ניט, זייער לשון איז ענגליש — אויך פֿאַר שלום-עליכמען.

מיט לייענען שיינע ליטעראַטור איז פֿאַראַן נאָך איין צרה, וואָס איז חל אויף אַלע שפּראַך-סבֿיבֿות, דהײַנו: מע לייענט, בכלל, ווייניק. דאָס האָט צו טאָן מיט דעם ווי עס האָט זיך געביטן די באַציִונג צו בילדונג און קולטור. בעת דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט איז אַדורך אין קאַמף פֿאַר עפֿענען אַ צוטריט צו ליטעראַטור פֿאַר ברייטע מאַסן, האָט מען זיך אין דער צווייטער העלפֿן פֿונעם יאָרהונדערט שוין אָנגעלייענט און מע איז אַוועק אויפֿן וועג צו ספּעציאַליזירונג: אַ דאָקטער האָט גענומען לייענען, דער עיקר, דאָקטערישע ליטעראַטור, אַן אַנדוואָקאַט — אויך אַן אייגענע, און אַזוי ווײַטער. שיינע ליטעראַטור האָט מען אויפֿגעהערט צו זען ווי אַ טייל פֿון דעם קולטור-באַגאַזש, וואָס אַ געבילדעטער מענטש מוז האָבן. ייִדיש איז אויך אַרײַנגעפֿאַלן אין אָט דעם גרוב. מיר שײַנט, אַז צוליב דעם איז אַזוי פּאָפּולער געוואָרן די גאַנצע קלעזמער-קולטור — זי פֿאַרבײַט אויך דאָס לייענען.