|
צוויי פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק. פֿון לינקס איז זײַן צײַגעניש, אַרויסגעגעבן אין טראַווניקי (פּוילן), אין 1942 און דער זעלבער, נאָר אין פֿיר יאָר אַרום (1946) אין אוניפֿאָרעם פֿון אַ דײַטשישן פּאָליציסט. |
|
(סאָביבאָר, קליוולענד, ירושלים, קליוולענד, מינכן)
עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא אויב כ׳וועל זאָגן, אַז אין משך פֿון אַ וועלכע צוויי־דרײַ טעג האָבן מיר פֿון נאָענט און גאַנץ ווײַט געקלונגען ניט ווייניקער פֿון צען מענטשן און אין טעלעפֿאָן־טרײַבל איבערגעחזרט אַזאַ פֿראַגע:
— איר האָט שוין געהערט? און ווי מיינט איר, דאָס מאָל וועט דעמיאַניוק באַקומען וואָס אים קומט?
אין אַ וואָך אַרום נאָך דעם האָט באָריס סאַנדלער, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", אויך אין טעלעפֿאָן, געפֿרעגט:
— שוין זשע איז פֿאַר די ייִדן אַזוי וויכטיק, אַז דער 89־יאָריקער דעמיאַניוק זאָל זײַן פֿאַרמישפּט און פֿאַרענדיקן זײַן נישטיק לעבן אין תּפֿיסה?
געפֿרעגט און גלײַך דערמאָנט, וויפֿל באַרעמהאַרציקע לײַט אין פֿיל לענדער בעטן רחמים מען זאָל, חלילה, נישט דערלאָזן, אַז נאָך אַ פּראָצעס זאָל אָנטאָן שאָדן דעם אַלטן און קראַנקן רוצח.
ב. סאַנדלער האָט אין זײַנעם אַ לייט־אַרטיקל איבערגעגעבן אונדזער שמועס אַזוי:
"מיר האָבן געשטעלט די פֿראַגע דעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער מישע לעוו, וואָס האָט זײַן גאַנץ שעפֿעריש לעבן אָפּגעגעבן צו שילדערן די ייִדישע גבֿורה, בתוכם אינעם טויט-לאַגער סאָביבאָר. זײַן ענטפֿער איז געווען קורץ און פּינקטלעך, ווי אַ פּסק־דין: 'דאָ גייט אַ רייד נישט נאָר וועגן נקמה, כאָטש מען זאָגט, אַז פֿאַרגאָסן בלוט רוט נישט; דאָ גייט די רייד וועגן די הײַנטיקע רוצחים און ייִדן־פֿײַנט, וואָס קענען עס איבערחזרן. זאָל אויף זיי ציטערן די הויט!’"
וואָלט אונדזער געשפּרעך פֿאָרגעקומען הײַנט, וואָלט איך, מן־הסתּם, דערמאָנט ווי אין די טעג האָט מען שוין ניט בײַ אונדז און ניט אין אייראָפּע, נאָר אין אַמעריקע, בראַזיל, אַזערבײַדזשאַן פֿאַרכאַפּט ביז גאָר געפֿערלעכע, גוט־צוגעגרייטע טעראָר־גרופּעס, וואָס אָט־אָט, און ווידער וואָלט פֿאַרגאָסן געוואָרן ייִדיש בלוט. די שׂינאה דויערט און לאָזט זיך לײַכט צעבלאָזן.
ענדלעך, האָט די דינגעניש, צי אַרויסגעבן דעמיאַניוקן, צי ניט אַרויסגעבן, זיך פֿאַרענדיקט און דעם 11טן מײַ האָט מען אים פֿון אַמעריקע געבראַכט קיין דײַטשלאַנד. צו דער צײַט האָט אויף אים שוין אַרויסגעקוקט אַ גוט־צוגעגרייטע קאַמער אין דער מינכענער תּפֿיסה "שטאַדעלהיים".
לויט דעם ווי דער ערשט־אָנגעקומענער אַוויאָ־פּאַסאַזשיר איז געלעגן אויף דעם טראָג־ברעטל, האָט זיך געקענט אויסדאַכטן, אַז זײַן נשמה וועט שוין פֿון שרעק ניט אַנטלויפֿן אין די שפּיץ קנעכל, אַז טויט איז ער שוין פֿון קאָפּ ביז די פֿיס און פֿאַרנעמען זיך מיט אים דאַרפֿן קבֿורה־לײַט, וואָס זאָלן אים אָפּטראָגן אויפֿן צווינטער און דאָרט מיט אַ טרויעריקער מינע באַערדיקן.
"לעבעדיק — טויט"
די שפּיל האָט דעם אַרעסטאַנט אויך דאָס מאָל זיך ניט אײַנגעגעבן. אין אַמעריקע האָט מען אים שוין איין מאָל אָפּגעפּאָרטרעטלט, ווי ער, אַ שוואַך באַשעפֿענישל, ליגט מער טויט ווי לעבעדיק. אַזוי האָט ער געוואָלט, און אַזוי האָט ער אויסגעזען. מען וואָלט אים געגלייבט, נאָר גלײַך נאָך דעם האָט מען אין טעלעוויזיע באַוויזן ווי דער זעלבער קוים, קוים לעבעדיקער, אויף וועלכן ס׳רײַסט אויף דאָס האַרץ, גייט, אָן עמעצנס הילף, אַרויס פֿון זײַן מאַשין און לאָזט זיך אין אַ סופּערמאַרקעט אײַנקויפֿן געשמאַקע זאַכן.
ס׳הייסט, די צײַט ווען פֿאַר אים, דעם סאַדיסטישן רוצח, האָבן ייִדן געציטערט מיט אימת־מוות, איז שוין טאַקע פֿאַרבײַ, נאָר מיט שווינדל, מיט גענאַרערײַ, קען מען זיי צו מאָל פֿאַרפֿירן. ס׳איז ממש ניט צום גלייבן, נאָר אַזוי איז עס דאָך טאַקע אין אַן אמת געווען. און וווּ? אין ירושלים! נישט אַלע ווייסן עס; אפֿשר געוווּסט, און מיט דער צײַט איז עס אַרויס פֿון זינען. וועלן מיר פּרוּוון דאָס דערמאָנען:
איוואַן דעמיאַניוק איז געבוירן געוואָרן אין 1920, אין אַן אוקראַיִניש דאָרף אין דער וויניצער געגנט. ווי ער ווײַזט אָן, האָט מען אים אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה באַוויזן צו מאָביליזירן אין דער רויטער אַרמיי און אין מײַ 1942 איז ער אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן אין געפֿאַנגענשאַפֿט. מעגלעך, אַז דאָס איז אויף אַן אמת, ווי ער דערציילט; און מעגלעך, אַז ער האָט ניט געדינט, ניט געקעמפֿט און קיינער האָט אים ניט באַדאַרפֿט פֿאַרכאַפּן. נאָר ער אַליין האָט מיט אַ פֿאַרהויבענעם קאָפּ אַרויסגעשטעלט זײַן האַנט דעם דײַטש.
(אויב שטאַרק וועלן, קען מען אַזוינע ידיעות פֿעסטשטעלן. צוליב דעם איז גענוג זיך ווענדן אין צענטראַלן אַרכיוו פֿון דער רויטער אַרמיי, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט פּאָדאָלסק, מאָסקווער געגנט).
פֿאַר וועלכע "מעשׂים־טובֿים" מען האָט פֿון הונדערטער טויזנטער קריגס־געפֿאַנגענע, גראָד אים, דעמיאַניוקן, אָנגענומען אין אַן עס־עס־לערנלאַגער איז, דאַכט זיך, אויך ניט באַוווּסט, נאָר פֿאָרשטעלן זיך קען מען. דאָרט, אין טראַווניקי (פּוילן), האָט מען אויסגעשולט מײַסטערס פֿון פּײַניקונגען, זיי געלערנט ווי דורכצופֿירן מאָרד־אַקציעס. לאַנדסקנעכט האָבן באַקומען געהאַלט, גוטע שפּײַז און נאָך פֿלעגן זיי אָפֿט צואייגענען זיך אַ טייל פֿונעם צוגערויבטן ייִדישן פֿאַרמעגן.
|
אַלכּסנדר פּעטשערסקי בײַ זײַן מאַקעט פֿון סאָביבאָרער טויטלאַגער |
|
מיט ווילדער רציחה און פֿאַרהויבענע, שטאָלצע קעפּ האָבן זיי צו דער עקדה געטריבן זקנים מיט ווײַסע בערד און פּאות און מאַמעס מיט קינדער אויף די הענט.
קיין טרעבלינקע, סאָביבאָר, בעלזשעץ האָבן טאָג און נאַכט זיך געצויגן אויסראָטונגס־עשעלאָנען און אומברענגען האָט מען באַדאַרפֿט אַזוי, אַז קיינער זאָל ניט וויסן, וווּהין זייער געביין איז אַהינגעקומען. אַפֿילו נישט יעדער מערדער איז גרייט אויסצופֿילן אַזאַ אַרבעט. די, וועלכע האָבן זיך געלערנט אין טראַווניקי האָבן זיך פֿון אַזאַ מלאָכה ניט אָפּגעזאָגט.
עמעצער, און מעגלעך ניט איינער אַזאַ, קען אַ פֿרעג טאָן: "צי איז מעגלעך אין 65 יאָר אַרום אַזוינס דערווײַזן?"
מען קען, נאָך אַ מין קענען! אָנהייבן וועל איך פֿון אַ דײַטשישער צײַגעניש, אַ פּערזאָנען־שײַן, מיט אַ גוט־פֿאַרהיטער פֿאָטאָגראַפֿיע, אויף וועלכער ס׳זײַנען אַוועקגעשטעלט צוויי קײַלעכדיקע שטעמפּלען. עפּעס אויסערלעך אַנדערשדיק איז אויפֿן בילד ניט צום באַמערקן. לויט דעם אָנגעוויזענעם פֿאַמיליע־נאָמען איז עס ניט ווער־ווייסט־ווער, ניט אַ מענטש אָן אַ נאָמען, נאָר דעמיאַניוק איוואַן ניקאָלײַעוויטש.
איז ווער קען עס פֿאַרזיכערן, אַז דאָס איז ניט אַ טאָפּלינג, אָדער, ווי מען זאָגט נאָך, אַ צווייטלינג. זייער זעלטן, נאָר אויך אַזוינס קען געמאָלט זײַן. ווערן אָבער אין דעם אָפֿיציעלן דאָקומענט פּראָטאָקאָליש אָנגעוויזן אַזוינע ביז גאָר וויכטיקע אָנערקענונגען, דערבײַ אויך אַזוינע, וואָס וואַרפֿן זיך ניט אין די אויגן:
וווּקס — 175 צענטימעטער; פּנים — אָוואַל (אַז בײַ דעמיאַניוק איז טאַקע אַ קײַלעכדיק, אַ פֿול־געפּאַקט פּנים לאָזט זיך אײַנזען).
אויף אַ צווייט בילד, ווען ער איז שוין אויף פֿיר יאָר עלטער, איז ער אויסגעפּוצט אין אַן אָנצוג פֿון אַ דײַטשישן פּאָליציסט.
האָר — טונקל־בלאָנדע; אויגן — גרויע; באַזונדערע סימנים — אַ שראַם אויף דער פּלייצע.
די צײַגעניש איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 1942, אין לערנלאַגער טראַווניקי. וווּהין דעמיאַניוק איז געוואָרן אָפּגעשיקט אויף דינסט נאָך זײַן לערע, איז אין דער קען־קאַרטע ניט אָנגעוויזן. איז אין וועלכער געטאָ, אָדער טויט-לאַגער האָט דערנאָך געמאָרדעוועט דער נאַצי־וועכטער איוואַן דעמיאַניוק?
מיט דעם ענטפֿער וואָלט אפֿשר בעסער געווען צו וואַרטן און אים אַרויסברענגען ערגעץ צום סוף, נאָר זאָל זײַן אָט דאָ, גלײַך אויף אַן אָרט. איז הערט:
דעמיאַניוק איז אויסגעליפֿערט געוואָרן קיין ישׂראל אין יאָר 1986 און אין מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" נומ׳ 1 פֿאַרן יאָר 1985, האָט דער אָנפֿירער פֿון העראָיִשן אויפֿשטאַנד אין טויט־לאַגער סאָביבאָר, אַלכּסנדר פּעטשערסקי, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרעסערע נאָטיץ אונטער אַזאַ קעפּל: "באַשטראָפֿן די נאַציסטישע פֿאַרברעכער". איך ברענג אויסצוגן פֿון דעם אַרטיקל:
"... דעמיאַניוק, וועלכער האָט געביטן דעם נאָמען איוואַן אויף דזשאָן, איז אַ געבוירענער אין פֿסס״ר. אין די יאָרן פֿונעם צווייטן וועלט־קריג האָט ער מיטגעהאָלפֿן די פֿאַשיסטן אינעם מאַסנמאָרד פֿון ייִדן אויף די אָקופּירטע שטחים. די פּראָקוראַטור פֿון פֿסס"ר האָט איבערגעגעבן דעם יוסטיץ־מיניסעריום פֿון פֿש״אַ די אויספֿאָרשונג־מאַטעריאַלן, וועלכע באַשטעטיקן די מיטאַרבעטערשאַפֿט פֿון דעמיאַניוקן מיט די דײַטשישע פֿאַשיסטן. צווישן די דאָקומענטן איז פֿאַראַן אַן אָריגינעלע צײַגעניש וועגן זײַן דינסט אין עס־עס־מיליטער, ווי אויך גבֿית־עדות פֿון פֿאַררעטער, וואָס האָבן אין איינעם מיט אים געווילדעוועט אין סאָביבאָרער טויט־לאַגער.
דער געוועזענער וואַכמאַן פֿון סאָביבאָר איגנאַט דאַנילטשענקאָ האָט געדינט מיט דעמיאַניוקן אין סאָביבאָר, אָנהייבנדיק פֿון מאַרץ 1943. ער האָט דערציילט: 'באַגלײַך מיט אַלע וואַכמענער פֿונעם לאַגער האָט דעמיאַניוק אָנטייל גענומען אין דער מאַסן־אויסראָטונג פֿון די ייִדן. איך האָב פֿיל מאָל געזען, ווי ער, אַ באַוואָפֿנטער מיט אַ ביקס, פֿלעגט באַגלייטן אין אַלע סעקטאָרן און זאָנעס פֿונעם לאַגער די דעפּאָרטירטע — געפֿירט זיי ביז צו די טויערן פֿון דער דושעהובקע... ווי אַנדערע וואַכמענער, פֿלעגט דעמיאַניוק שלאָגן די ייִדן מיטן פּריקלאַד פֿון דער ביקס. ער האָט געהאַט אַ שם פֿון אַ דערפֿאַרענעם דיסציפּלינירטן וואַכמאַן. די דײַטשן פֿלעגן אים סיסטעמאַטיש שיקן אין די שכנותדיקע געטאָס נאָך ייִדן, כּדי פֿאַרניכטן זיי אינעם לאַגער’".
און נאָך עטלעכע שורות פֿון דעם אַרטיקל, וואָס פֿאַרדינען מען זאָל הײַנט וועגן דעם דערמאָנען:
"...פֿאַראַיאָרן, בײַזײַענדיק ווי אַן עדות אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין אויסערן־מיניסטעריום פֿון פֿסס"ר וועגן דער פּראָבלעם פֿון פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר באַגאַנגענע מיליטערישע פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט, האָב איך נאָך אַ מאָל איבערגעלעבט אַלע מײַנע סאָביבאָרער נסיונות. יאָרן־לאַנג האָב איך געהאָפֿט, אַז דער ווייטיק וועט מיט דער צײַט פֿאַרטעמפּט ווערן. נאָר ניין!"
אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן מאַרץ 1983 (אין דעם פֿאַל איז וויכטיק צו באַטאָנען, ווען דאָס איז פֿאָרגעקומען) איז אַ. פּעטשערסקי אײַנגעלאַדן געוואָרן ווי איינער פֿון די הויפּט־גבֿית־עדות. לויט זײַן ביטע האָבן אים באַגלייט זײַן פֿרוי, איך און נאָך אַ מחבר פֿון אַ בוך וועגן סאָביבאָר.
אין פֿאָיע, בײַם אַרײַנגיין אין זאַל, האָט יעדער איינער געקענט זיך באַקענען מיט אַ מאַטעריאַל אויף דער טעמע, צוגעגרייט פֿון מאָסקווער אַפּ״נ (פּרעסע־אַגענטור פֿון נײַעס). דער מחבר פֿון די קנאַפּע פֿיר זײַטלעך, געדרוקט אויף אַ שרײַבמאַשינקע אין עטלעכע שפּראַכן, איז געווען אַרקאַדי קודריאַ. דערציילט האָט ער כּמעט אויסשליסלעך וועגן דעמיאַניוקן און זײַן דינסט אין סאָביבאָרער פֿאַרניכטונגס־לאַגער. קודריאַ ברענגט נאָך אַן עדות־זאָגן פֿון איינעם, אַן איוואַן ראַזגולײַעוו, וואָס האָט אויך געדינט אין דעם זעלבן לאַגער. דער איוואַן האָט געמאָלדן: "יעדער וואַכמאַן, וואָס האָט געדינט אין סאָביבאָר, האָט אָנטייל גענומען אין דערשיסן די אַסירים, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין 'לאַזאַרעט’" — און גלײַך דערקלערט ער: "אין 'לאַזאַרעט’ פֿלעגט מען אומברענגען די, וועלכע האָבן שוין ניט געהאַט קיין כּוח אַליין זיך דערקלײַבן צו די גאַזקאַמערן".
"אָנטייל גענומען אין צעשיסן, איז פֿאַר וואָס, פֿרעגט זיך, זאָל מען דעמיאַניוקן מישפּטן פֿאַר מיטהעלפֿן דערמאָרדן און ניט פֿאַר דערמאָרדן. פֿאַר וואָס? אַז דאָס אַלץ איז טאַקע אויף אַן אמת געווען, אין דעם צווייפֿל איך ניט, נאָר דאַן און אין דער מינוט ווען איך לייען ווידער דעם מאַטעריאַל (בײַ מיר האָט ער זיך פֿאַרהיט אין רוסיש) האָב איך באַמערקט אַזאַ ניט־פּינקטלעכקייט: דאָ ווערט אָנגעוויזן, אַז איגנאַט דאַנילענקאָ און איוואַן דעמיאַניוק האָבן געדינט אין סאָביבאָר פֿון מאַרץ 1943 ביז אַפּריל 1944, ווען דער סאָביבאָרער טויט־לאַגער איז געשלאָסן געוואָרן דעם 14טן אָקטאָבער 1943. גיכער פֿאַר אַלץ איז עס ניט מער ווי אַ פּובליקירטער טעות און דאָך..."
און נאָך אַן עפּיזאָד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ: ס׳האָט שוין געהאַלטן בײַם סוף. אין פּעטשערסקין, וואָס איז געזעסן אין פּרעזידיום, האָט מען ווי פֿאַרגעסן, און קיין וואָרט נישט געגעבן. און דאָ שטייט אויף אַן אויסלענדישער זשורנאַליסט און ניט ער פֿרעגט, נאָר גיפֿטיק דערקלערט ער, אַז פֿאַר די יאָרן, וואָס ער רעפּרעזענטירט זײַן צײַטונג אין מאָסקווע, האָט ער כּמעט ניט אָנגעטראָפֿן אויף מאַטעריאַלן, וואָס זאָלן באַרירן דעם אומקום פֿון זעקס מיליאָן ייִדן.
אָט אין די מינוטן האָט מען זיך דערמאָנט אין פּעטשערסקין און ער איז פֿאַרבעטן געוואָרן אַרויסצוטרעטן. צוערשט האָט ער פֿון דער בוזעם־קעשענע אַרויסגענומען עטלעכע זײַטלעך פּאַפּיר מיט זײַן וואָרט, וואָס ער האָט באַדאַרפֿט אַרויסברענגען, זיך אויף אַ רגע פֿאַרקלערט און זיי אַרײַנגעלייגט צוריק אין דער קעשענע. ער האָט אויך אין דעמיאַניוקן ניט פֿאַרגעסן. איך וואַג ניט נעמען זײַנע ווערטער אין גענדזן־פֿיסלעך, כאָטש איך האָב זיי גוט פֿאַרגעדענקט. איז הערט, וואָס ער האָט דאַן געזאָגט:
מע האָט שוין געפֿרעגט בײַ מיר, ווי האָט מען עס געקענט דערלאָזן, אַז פֿערצן דײַטשן זאָלן אומברענגען צוויי הונדערט פֿופֿציק טויזנט ייִדן? מען ווייסט ניט, אַז אויסער די פֿערצן עסעסאָווצעס האָבן אין סאָביבאָר נאָך באַלעבאַטעוועט 250 אַזוינע ווי איוואַן דעמיאַניוק.
און נאָך אַ "קלייניקייט", וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער קאָנפֿערענץ. שוין בײַם אַוועקגיין זײַנען צו פּעטשערסקין צוגעגאַנגען צוויי פּוילישע זשורנאַליסטן און שטאַרק געבעטן ער זאָל זיי ענטפֿערן אויף עטלעכע פֿראַגעס. קיין מאָסקווע איז פּעטשערסקי געקומען אַ קראַנקער, דערצו נאָך אַ מידער, אַן אויסגעשעפּטער. נאָר ניט אין זײַן טבֿע איז געווען אָפּצוזאָגן.
צוערשט, האָבן זיי אים גערופֿן בײַ זײַן פֿאַמיליע, מיט אַ צוגאָב "פּאַן". דערנאָך אַלכּסנדר אַראָנאָוויטש, נאָר אין זייער פֿאַרעפֿנטלעכטן באַריכט האָבן זיי אַ ביסעלע געענדערט זײַן נאָמען — פֿון אַלכּסנדר איז געוואָרן איוואַן.
ווילט איר, קען מען זאָגן: עס טרעפֿט, נאָר דאָס איז ניט מער ווי אַ פֿאַרדריסלעכער פֿעלער.
ווען דאָס זאָל זײַן אַזוי! איז נאָך אַזאַ בײַשפּיל. די פּוילישע זשורנאַליסטקע און היסטאָריקערין סטאַניסלאַוואַ גאָגאָלעסקאַ האָט נאָך אין 1963 פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל "צום צוואַנציקסטן יאָרטאָג פֿון אַ פֿאַרגעסענעם אויפֿשטאַנד" און מיט זייער גרויס רעספּעקט דערציילט וועגן אומגעהערטן העראָיִזם פֿון די אויפֿשטענדלער און באַזונדערס וועגן זייער אָנפֿירער. ס׳איז נאָר ניט געווען אָנגעוויזן, אַז די אויפֿשטענדלער זײַנען געווען ייִדן און אויך זי האָט באַנוצט דעם נאָמען איוואַן.
וואָס יאָ? מיט דער צײַט האָט זי זיך אָנגעהויבן איבערשרײַבן מיט פּעטשערסקין און ס׳איז געוואָרן אויס איוואַן.
* * *
אין צוזאַמענהאַנג מיטן פֿאָרשטייענדיקן דעמיאַניוק־פּראָצעס לאָזט זיך סאָביבאָר קיין מאָל נישט הערן. אין צענדליקער לענדער, טאָג־אײַן, טאָג־אויס, קענט איר וועגן דעם לייענען אין צײַטונגען, הערן אין ראַדיאָ, זען און הערן אין טעלעוויזיע, און מיינט ניט — מענטשן ווילן וויסן. בײַ מיר האָט אַ געקומענער פֿון אַרגענטינע אַ פֿרעג געטאָן:
— פֿאַר וואָס גראָד סאָביבאָר? וואָס איז דאָרט אַ מאָל, ביז דער מלחמה, געווען — אַ פֿעסטונג, מיליטערישע קאַזאַרמעס, אַרומגערינגלטע מיט שטיינערנע ווענט?
איז וואָס געווען, און וואָס איז דערנאָך געוואָרן?
סאָביבאָר איז אַ קליינינקע סטאַנציע, וואָס האָט זיך פֿאַרלוירן אין די וועלדער צווישן וולאָדאַווע און כעלעם. אַפֿילו ווען פּוילן איז שוין געווען אָקופּירט, איז דאָ, ווײַט פֿון צענטראַלע וועגן און גרויסע שטעט, ווי אויף אַן איינזאַמען אינדזל, נאָך אַלץ געווען שאַ־שטיל. די ווײַטע אויפֿרײַסן האָבן זיך אַהער ניט דערטראָגן. די דורותדיקע סאָסנעס און יאָדלעס האָבן זיי אײַנגעשלונגען. ס׳איז אַפֿילו געוואָרן שטילער ווי געווען. ווײַל די צוגן האָבן גענומען קורסירן זעלטענער.
מיט דער צײַט האָבן די פֿאַשיסטן אָפּגעשאַצט אָט דאָס פֿאַרוואָרפֿענע ווינקעלע. אין 1941 האָט זיך פֿאַרענדיקט די קאָנצענטרירונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־פּוילן אין געטאָס. לויט הימלערס פּלאַן, איז דער פּעריאָד פֿון סעפּטעמבער 1939 ביז פֿרילינג 1941 געווען די צוגרייטונג־צײַט, און די דײַטשן זײַנען מיט כּוח און מוח צוגעטראָטן צו דער "לייזונג" פֿון דער "ייִדן־פֿראַגע". טרעבלינקע און בעלזשעץ האָבן שוין פֿונקציאָנירט, און דעם 8טן מײַ 1942 איז אַוועק אין גאַנג דער סאָביבאָרער טויט־קאָנווייער. דער ערשטער טראַנספּאָרט פֿון ייִדן איז געווען פֿון דעמבלין.
דער לאַגער איז געווען אַרומגערינגלט מיט אַ שטיק פֿעלד (פֿופֿצן מעטער די ברייט), אַ טיפֿער ריוו, פֿול מיט וואַסער און פֿיר רייען שטעכלדראָטן.
* * *
ווייסן מיר, אַז איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק איז שוין פֿאַר זײַנע מלחמה־פֿאַרברעכנס געווען פֿאַרמישפּט צום טויט און דערנאָך, לויטן באַשלוס פֿון ישׂראלס העכסטן געריכט אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף דער פֿרײַ.
וועגן דעם, ווי האָט געקענט אַזוינס געשען און נאָך עפּעס — וועגן מערדער פֿאַר דעם און נאָכן העכסט דראַמאַטישן פּראָצעס — וועלן מיר פּרוּוון צו דערמאָנען.
דער נאַטוראַליזירטער אַמעריקאַנער בירגער איוואַן (דזשאָן) דעמיאַניוק, וואָס האָט געוווינט אין קליוולענד און לאַנגע יאָרן געאַרבעט אין אַן אויטאָמאָביל־פֿאַבריק, איז אין 1986 אויסגעליפֿערט געוואָרן קיין ישׂראל. אויסגעליפֿערט געוואָרן דערפֿאַר, ווײַל ווען ער האָט דערלאַנגט זײַנע דאָקומענטן מיט אַ ביטע מען זאָל אים אַרויסגעבן אַן אַמעריקאַנער וויזע (געווען איז עס אין דער דײַטשישער שטאָט שטוטגאַרט, אין 1948) האָט ער פֿאַרשוויגן וועגן זײַן דינסט ווי אַ וואַכמאַן אין נאַציסטישע טויט־לאַגערן. נאָך אַ לאַנג־דויערנדיקן פּראָצעס איז בײַ אים אין יאָר 1981 אָפּגענומען געוואָרן די אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט.
פֿרעגט זיך: אין וועלכן טויט־לאַגער איז ער געווען — אין טרעבלינקע, בעלזשעץ, צי אין סאָביבאָר?
נאָר אין אַמעריקאַנער יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט האָט מען שוין געוווּסט מיט וועמען זיי האָבן צו טאָן. איז צוליב וואָס דאָס וואַרטן פֿינף יאָר און פֿאַר וואָס זאָלן זיי אַליין ניט געווען אים מישפּטן פֿאַר זײַנע מערדערישע טאַטן?
דער ענטפֿער, געדענקט זיך, איז געווען אַזאַ: ווי אַ נאַציסט האָט ער געווילדעוועט ניט אין אַמעריקע, און קוים איז עס אַזוי, האָט מען ניט די רעכט אים דאָ צו מישפּטן.
ניט נאָר אין ישׂראל האָט מען נאָכגעפֿאָלגט נאָך דעם פֿאַרלויף פֿונעם פּראָצעס. נאָך אין אָנהייב פֿון 1988 האָט די ישׂראל־פּראָקוראַטור רעזומירט די באַשולדיקונגען קעגן דעמיאַניוקן. אין די ערשטע שורות איז עס ליידער אַרויסגעזאָגט געוואָרן אַזוי:
אַז דאָס איז ער, איוואַן "דער גרויזאַמער" פֿון טרעבלינקע און אַז אַלע פּרוּוון צו פֿאַרלייקענען דאָס האָבן ניט קיין גרונט. ("ליידער", ווײַל ניט אין טרעבלינקע, נאָר אין סאָביבאָר). אַז דער אָנגעקלאָגטער איז שולדיק "אין אָנטייל נעמען אין איינער פֿון די גרעסטע און שרעקלעכסטע מאָרד־מעשׂים קעגן ייִדישן פֿאָלק. אַז די פּרוּוון פֿאָרצושטעלן דעם "טראַווניקי־דאָקומענט" ווי אַ געפֿעלשטן דורך די סאָוועטן, זײַנען פֿולשטענדיק צו נישט געוואָרן. ("טראַווניקי־דאָקומענט" מיינט די אַרויסגעגעבענע צײַגעניש וועגן וועלכער מיר האָבן שוין דערמאָנט).
איז ווער און מיט וואָס פֿאַר אַ ציל האָט אַנשטאָט סאָביבאָר אָנגעוויזן טרעבלינקע? ווען און וווּ האָט עס געקענט אַזוינס געשען? וועגן דעם איז מיר ניט אויסגעקומען צו לייענען, נאָר פֿינף עדות (פֿון וויפֿל ווייס איך ניט), וואָס אויב זיי האָבן געקענט זען דעמיאַניוקן, איז עס פֿאָרגעקומען מיט העכער פֿערציק יאָר צוריק, ווען זיי זײַנען שוין געווען בײַם ראַנד פֿון טויט און פֿון שרעק, האָבן זיך די אויגן געקענט פֿאַרזשמורען.
זיי, אָט אַזוינע פֿינף געוועזענע קאַצעטלער, האָבן צוגעשטימט, אַז דער וואָס זיצט אויף דער באַשולדיקונגס־באַנק, איז דער זעלבער "איוואַן גראָזני", וואָס האָט געדינט ווי אַ וועכטער אין טרעבלינקע, וווּ די נאַציס האָבן אומגעבראַכט 870 טויזנט ייִדן.
אַזאַ סאַדיסטישער מערדער איז אין טרעבלינקע געווען, נאָר זײַן נאָמען איז געווען איוואַן מאַרטשענקאָ.
אַזוי אַרום האָט דער פּראָצעס זיך דערנענטערט צום סוף און דעם 18טן אַפּריל 1988 האָט דאָס געריכט פֿון דרײַ ריכטער געמאָלדן, אַז איוואַן דעמיאַניוק איז דער רוצח, וואָס האָט געווילדעוועט אין טרעבלינקער אומקום־לאַגער און אין עטלעכע טעג אַרום איז אים אַרויסגעטראָגן געוואָרן טויט־אורטייל.
* * *
באַלד וועל איך דערמאָנען מײַנעם אַ פֿרײַנד און דאָס וועט ניט זײַן קיין אָפּווענדונג פֿון דער טעמע: דבֿ (בער) פֿרײַבערג (רמלה, ישׂראל), איז געווען פֿון די סאַמע ערשטע, אַ דאַנק וועמען די עפֿנטלעכקייט האָט זיך דערוווּסט וועגן סאָביבאָר און דעם העראָיִשן זיגרײַכן אויפֿשטאַנד, וואָס איז דאָרט פֿאָרגעקומען. אין איליאַ ערענבורגס באַוווּסטן בוך "מערדער פֿון פֿעלקער" (מאָסקווע, 1945) לייענען מיר פֿרײַבערגס עדות־זאָגן גלײַך נאָך דעם מחברס פֿאָרוואָרט. וועגן אים ווערט אויך ניט איין מאָל דערמאָנט אין "שוואַרצן בוך". קיין סאָביביבאָר איז ער געבראַכט געוואָרן, ווען ער איז נאָך קיין 15 יאָר ניט אַלט געווען און דאָרט אָפּגעווען 17 חדשים.
אויף דעם אײַכמאַן־פּראָצעס אין ירושלים און שפּעטער אויף די אַזוי־גערופֿענע סאָביבאָר־פּראָצעסן, וואָס האָבן זיך יאָרן־לאַנג געצויגן אין דער דײַטשישער פֿעדעראַטיווער רעפּובליק, פֿלעגט פֿרײַבערג מיט דער גרעסטער פּינקטלעכקייט מיטטיילן וועגן די שוידערלעכע פֿאַקטן, וואָס זײַנען אין זײַן אָנוועזנקייט דאָרט פֿאָרגעקומען. ס׳איז אָנצונעמען, אַז טאַקע דערפֿאַר האָבן צענדליקער טעלעגראַף־אַגענטורן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן אײַנגעשלאָסן אין זייערע באַריכטן גראָד זײַנע באַווײַזן, כאָטש מצד דער באַשולדיקונג זײַנען דאַן אַרויסגעטראָטן 34 עדות.
אויף דער פֿראַגע, צי דערקענט ער דעמיאַניוקן האָט דבֿ פֿרײַבערג געענטפֿערט:
— ניין.
מיר האָט ער דערקלערט, אַז אַזאַ, ווי אויף דער באַשולדיקונג־באַנק, אויף זיכער ניט. אָבער קוקנדיק אויף דעם פֿאָטאָ פֿון דעמיאַניוקס קען־קאַרטע האָט זיך אים עפּעס יאָ אויסגעדאַכט, אַז ס׳איז דאָ אַן ענלעכקייט, אָבער ער איז נישט געווען אין גאַנצן זיכער. און דערפֿאַר איז דער ענטפֿער געווען: ניין.
דער מערדער פֿון מיליאָנען ייִדן, אַדאָלף אײַכמאַן, האָט זיך געפּרוּווט פֿאַרענטפֿערן, אַז ער האָט נאָר אויסגעפֿירט די באַפֿעלן פֿון זײַנע הויכגעשטעלטע שעפֿן. דעמיאַניוק, און זײַן אַדוואָקאַט, יורם שעפֿטעל, האָבן ניט נאָר געפּרוּווט, נאָר דערוויזן, אַז דער באַשולדיקטער איז ניט איוואַן "דער גרויזאַמער", וועלכער האָט געדינט אין טרעבלינקע.
אַזאַ אַפּעלאַציע איז דערלאַנגט געוואָרן אין העכסטן געריכט פֿון ישׂראל און דאָ האָט די רעכטלעכע וואָגשול אָנגעהויבן פֿון סאַמע אָנהייב אָפּוועגן, איבערוועגן און דאָס צינגל פֿון דער יורידישער וואָגשול האָט זיך האַסטיק אַ וואָרף געטאָן אין אַן אַנדער זײַט.
ס׳הייסט יאָ, טאַקע שטאַרק שולדיק, נאָר ניט אין טרעבלינקע איז דער מערדער באַגאַנגען זײַנע פֿאַרברעכנס. און ווײַל דער אורטייל האָט זיך באַזירט אויף אַ ניט־ריכטיקער אינפֿאָרמאַציע, איז דער פּסק־דין מער ניט גילטיק און ער דאַרף באַפֿרײַט ווערן. נאָך מער: דעמיאַניוק האָט באַקומען דאָס רעכט זיך אומצוקערן קיין אַמעריקע און דאָרט האָבן זיך אויסגעזוכט ניט ווייניק אַזוינע, וואָס האָבן אים בכּבֿודיק באַגעגנט ווי אַן אומשולדיק אָנגעליטענעם, אויף וועלכן מען האָט, נעבעך, אויסגעטראַכט אַ בילבול. אַז זײַן דינסט אין סאָביבאָרער טויט־לאַגער ווי אַ נאַצי־וועכטער איז שוין דאַן אויף זיכער פֿעסטגעשטעלט געוואָרן, דאָס האָט זיי ניט אָנגערירט.
די, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די שרעקלעכע גרוילן פֿון די נאַציס לגבי אונדזער פֿאָלק, די האָבן עס ניט געקענט באַנעמען. דער קעגן־אַרגומענט, אַז דער פּראָצעס איז פֿאָרגעקומען אין אַ העכסט דעמאָקראַטיש לאַנד און די גילטיקע געזעצגעבונג האָט אַנדערש נישט דערלאָזט — דאָס האָט ניט געקענט באַרויִקן.
אַזוי האָט זיך אין ירושלים געשלאָסן דער דעמיאַניוק־פּראָצעס. געשלאָסן, נאָר נישט פֿאַרענדיקט. אמת, וואַרטן איז אונדז אויסגעקומען גאַנצע זעכצן יאָר!