רעצעפּטן

דאָס איז אַ סאַלאַט וואָס מע קען מיטברענגען אויף אַ פּיקניק, אָדער עסן מיט פֿריש ברויט אין אַ הייסער זומער־נאַכט.

אויב איר יאָגט זיך מיטן צוגרייטן עסן, קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע קוקורוזע (לאָזט עס זיך צעגיין אַ האַלבע שעה איידער איר מישט עס אַרײַן) אָדער די קוקורוזע פֿון דער פּושקע. אויב אָבער איר האָט יאָ צײַט, איז אַ סך געשמאַקער צו ניצן די זערנעס (kernels) פֿון פֿרישער קוקורוזע, וואָס איר האָט אַליין אָפּגעקאָכט (בערך 15 מינוט).

3 טעפּלעך קוקורוזע־זערנעס
3 טעפּלעך קאַרשן־פּאָמידאָרן, צעשניטן אויף דער העלפֿט
1 פֿונט (454 גראַם) מאָצאַרעלאַ־קעז, צעשניטן אויף קוביקלעך
2 אַוואָקאַדאָס, צעשניטן אויף קוביקלעך
1/21 טעפּלעך פֿעלד־גליאַנדער (cilantro) אָדער פּעטרישקע
1/2 טעפּל איילבערט־בוימל
2 לעפֿל גרינער לימענע־זאַפֿט
1 לעפֿעלע צעריבענע גרינע לימענע־שאָלעכץ
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

מישט צונויף אין אַ שיסל די ערשטע 4 באַשטאַנדטיילן.

גיט אַלע אַנדערע באַשטאַנדטיילן אַרײַן אין אַ "בלענדער", און מישט עס ביז עס ווערט דערפֿון אַ סאָוס. באַגיסט דעם סאַלאַט אין דער שיסל מיטן סאָוס און לאָזט עס שטיין, צום ווייניקסטן, 15 מינוט, אָדער דעקט עס צו און שטעלט עס אַרײַן אין פֿרידזשידער — אָבער נישט מער ווי 4 שעה.