|
צי איז דער וואַנדערנדיקער בעטלער אליהו הנבֿיא? |
|
שווער צו געפֿינען נאָך אַן אַנדער פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער לעגענדע־טראַדיציע, וואָס זאָל זײַן אַזוי טיף אין איר פֿאַרוואָרצלט ווי אליהו הנבֿיא. אויף פּראָסט ייִדיש, רעדט מען אַרויס דעם נאָמען עליע נבֿיא, און אין מײַן קרובֿהס נוסח פֿון "גאָט פֿון אַבֿרהם", זאָגט זי אַפֿילו "עליע־נבֿיא הנבֿיא (!), אליהו התּשבי, משיח דערלייזער, משיח בן־דוד...". די לעגענדעס וועגן אליהו הנבֿיא דרייען זיך אַרום פֿאַרשיידענע געדאַנקען און טעמעס, און אַבֿרהם מענעס, דער צונויפֿשטעלער פֿון דער אַרומנעמיקער זאַמלונג, "אליהו הנבֿיא: אגדות און פֿאָלקס־מעשׂיות" (ניו־יאָרק, ציק״אָ, 1955) האָט געהאַלטן, אַז "איר העכסטן אויסדרוק האָט די אידעע פֿון בטחון געפֿונען אין דער אליהו־טראַדיציע". די מעשׂיות האָבן "פֿאַרבונדן הימל און ערד", שרײַבט ווײַטער מענעס, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ נבֿיא.
דאָס וואָס אליהו הנבֿיא איז אַ "לעבעדיקער" צווישן אונדז, איז טאַקע צו באַוווּנדערן. אַנדערע גרויסע פֿיגורן פֿון תּנ״ך און פֿון דער ייִדישער געשיכטע, ווי די אָבֿות, משה רבינו און שלמה המלך, האָבן אָפּגעלעבט זייערע לעבנס און געשטאָרבן, און מע הערט נישט ווײַטער קיין פּיפּס פֿון זיי. משה־רבינו האָט דאָך אויסגעלייזט דאָס פֿאָלק, פּונקט ווי אליהו הנבֿיא וועט העלפֿן אויסלייזן דאָס פֿאָלק אין משיחס צײַטן; אָבער לעגענדעס פֿון משה רבינו אינעם ייִדישן דאָרף צי שטעטל דערציילט מען בפֿירוש נישט. מענעס שרײַבט, אַז "אַזוי טיף איז געווען די ווירקונג פֿון אליהוס פּערזענלעכקייט, אַז דאָס פֿאָלק האָט בשום־אופֿן ניט געקאָנט שלום מאַכן מיטן געדאַנק, אַז דער וווּנדערלעכער נבֿיא איז מער ניטאָ צווישן די לעבעדיקע".
אין דער תּלמודישער טראַדיציע האָט אליהו הנבֿיא שוין אָנגעהויבן זײַן "קאַריערע" ווי אַ באַהאַלטענער צדיק, וואָס העלפֿט די מענטשן אין נויט און באַגליקט די גוטע ייִדן פֿון דער וועלט, וועלכע זענען אויף צרות. דעם מאָטיוו פֿון אויפֿנעמען דעם פֿרעמדן אורח, אליהו הנבֿיא, קען מען שוין לייענען אין תּלמוד. אויך וועגן די אומפֿאַרשטענדלעכע דרכים פֿון אליהו הנבֿיא, וואָס דער פּשוטער מענטש קען נישט תּופֿס זײַן, קען מען דאָרטן לייענען, שוין הונדערטער יאָרן צוריק. די לעגענדעס וואָס פֿאַרבינדן אליהו הנבֿיא מיט משיחן שטאַמען אויך פֿון די עלטסטע מדרשים.
אויף דער ייִדישער שפּראַך האָט די בעל־פּה־טראַדיציע אַנטוויקלט און פֿאַרשפּרייט די לעגענדעס און מעשׂיות צו אַזאַ מדרגה, אַז אין יעדן שטעטל און דאָרף האָט מען דערציילט פֿון אליהו הנבֿיא און זײַן קומען אַהין. למשל, אין שמאול לעהמאַנס זאַמלונג "אליהו הנבֿיא אין דער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע", (אין "אַרכיוו פֿאַר ייִדישער שפּראַך־וויסנשאַפֿט, ליטעראַטור־פֿאָרשונג און עטנאָלאָגיע," וואַרשע, 1933) האָט דער פֿאָלקלאָריסט לעהמאַן פֿאַרשריבן אַזאַ פּשוטע לעגענדע וועגן יקיר־שוסטער, דער תּהילים־רופֿער פֿון סאָכאַטשעוו — "האָט דער יקיר־שוסטער דערציילט אַזאַ מעשׂה: איין מאָל איז ער פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אַרויסגעגאַנגען פֿון זײַן שטוב צו רופֿן תּהילים זאָגן. איז אים אַנטקעגנגעקומען אַ ייִד אין אַ ווײַס שטרײַמל, מיט אַ ווײַסער קאַפּאָטע, מיט אַ לאַנגער גרויסער באָרד און האָט צו אים אַזוי געזאָגט: ווייסט, יקיר, אַז דײַן תּהילים רופֿן מאַכט אַ רעש אין אַלע זיבן הימלען. און ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, און דאָס איז זיכער געווען אליהו הניבֿא". אין מיזרח־אייראָפּע, צוליב דער אָרעמקייט, איז זיכער פֿאַרשטאַרקט געוואָרן דער מאָטיוו פֿון די אליהו הנבֿיא־לעגענדעס, אין וועלכע ער העלפֿט דעם אָרעמאַן; דער קלאַס ייִדן האָט דאָך געוואָלט הערן אַ באַשטעטיקונג, אַז אַן אָרעמער, אָבער גוטער ייִד, וועט האָבן עולם־הבא.
די פֿאָלקלאָריסטקע, בינע ווײַנרײַך ע״ה, האָט זיך אַ סך אָפּגעגעבן מיט די לעגענדעס פֿון אליהו הנבֿיא. זי האָט געשריבן איר מאַגיסטער־אַרבעט אויף דער טעמע, און געדרוקט אַ וויכטיקע שטודיע אויף ענגליש וועגן די זשאַנערן און טיפּן פֿון די אליהו הנבֿיא־לעגענדעס און פֿאָלקס־מעשׂיות (געדרוקט אינעם צווייטן באַנד Field of Yiddish). ניצנדיק די לעגענדעס, געזאַמלט אין מיזרח־אייראָפּע אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, האָט זי באַוויזן ווי פֿאַרשיידן זיי זענען, סײַ וואָס שייך סטרוקטור, סײַ — דער טעמאַטיק. די אויבן־געבראַכטע לעגענדע וועגן יקיר דער תּהילים־רופֿער איז אַ פּשוטער מוסטער, אָבער די לעגענדעס וועגן אליהו הנבֿיא קענען ווערן לאַנגע קאָמפּליצירטע מעשׂיות, מיט עטלעכע עפּיזאָדן, כּדי אַרויסצוהייבן אַ מוסר־השׂכּל (מער קאָמפּליצירט, זעט אויס, ווי נישט־ייִדישע פּאַראַלעלע לעגענדעס פֿון וואַנדערנדיקע סאַנקטן).
צו מאָל איז דער מוסר־השׂכּל אַ בולטער "צוטשעפּעניש", און די מעשׂה דרייט זיך, בעצם, אַרום די ניסים, דעם וווּנדער. אין דעם זינען, וואָלט מען גיכער באַטראַכט אַזאַ טעקסט ווי אַ פֿאָלקס־מעשׂה, אַ וווּנדער־מעשׂה, און נישט ווי אַ לעגענדע. אַ קורצער מוסטער פֿון דעם מין ברענגט לעהמאַן:
"פּסח צום סדר האָט איינער געוואָלט חוזק־מאַכן פֿון אליהו הנבֿיא. ווי ס‘איז געקומען צו שפֿוך־חמתך, האָט מען געעפֿנט די טיר, האָט ער געגעבן אַ זאָג: "פּוטשטו!׳ [ווי ער וואָלט אַרײַנגעלאָזט אַ הונט — א. ג.] האָט ער באַלד אָנגעהויבן צו בילן ווי אַ הונט, און אַזוי האָט ער שוין געבילט זײַן גאַנץ לעבן".
לויט אונדזער דעפֿיניציע, איז דאָס אויך אַ לעגענדע, אַ נאַראַטיוו וואָס מע דערציילט ווי אַן אמתע מעשׂה אין "היסטאָרישער צײַט". די פּסח־לעגענדע דערמאָנט אונדז, אַז דאָס געשטאַלט פֿון אליהו הנבֿיא איז פֿאַרבונדן נישט בלויז מיט לעגענדעס בײַ ייִדן, נאָר אויך מיט אַנדערע זשאַנערן פֿון פֿאָלקלאָר — מינהג (דאָס עפֿענען די טיר בײַם סדר, אליהו הנבֿיאס כּוס, מינהגים בײַם ברית), פֿאָלקס־ליטעראַטור אָדער פֿאָלקס־תּפֿילה ("גאָט פֿון אַבֿרהם") און פֿאָלקסליד (בפֿרט הבֿדלה־לידער, ווי די וואַריאַנטן פֿון "שנירעלע־פּערעלע").
במשך פֿון דורות האָט מען געקענט געפֿינען אין די הונדערטער מעשׂה־ביכלעך, געדרוקט אין מיזרח־אייראָפּע אויף ייִדיש אָדער לשון־קודש, לעגענדעס וועגן אליהו הנבֿיא. מיר האָבן נאָר געקענט ברענגען אין אונדזער אַרטיקל קורצע פּשוטע מוסטערן, אָבער מע קען לייענען לענגערע מוסטערן, וואָס זענען פֿאַרכאַפּנדיקע נאַראַטיוון, און ממש פּערל פֿון דער ליטעראַטור. די לענגערע לעגענדעס שטאַמען פֿון אַ בעל־פּה־טראַדיציע ווען די וועלט אין וועלכער דער ייִד האָט געלעבט איז געווען מער רויִק; קיין טעלעוויזיע, ראַדיאָ און קאָמפּיוטערס זענען נישט געווען, האָט מען געקענט זיצן "הינטערן אויוון" און דערציילן אַ שעה לאַנג אַ לעגענדע וועגן אליהו הנבֿיא. ווער קען זיך הײַנט פֿאַרגינען אַ שעה צײַט צו הערן אַ מעשׂה?
וועלן מיר פֿאַרענדיקן מיט אַ לעגענדע וועגן אליהו הנבֿיא פֿון שמואל לעהמאַנס זאַמלונג. "אליהו הנבֿיא קומט צו אַ דאָרפֿסמאַן נאָך חנוכּה־געלט", וואָס באַטאָנט די וויכטיקסטע מאָטיוון פֿון דער אליהו הנבֿיא־טראַדיציע. מע קען אַוודאי שטעלן אַ פּאָר פֿראַגעס וועגן דער "לאָגיק" פֿון דער לעגענדע, אָבער געדענקט דאָס ווערטל: אויף אַ מעשׂה פֿרעגט מען נישט קיין קשיות.
"ס‘איז געווען אַ דאָרפֿסמאַן, האָט ער געהאַט אַ פּישקעלע און ער האָט זיך אין דעם פּישקעלע געזאַמלט געלט. פֿאַר דעם געלט האָט ער אַלע וואָך געקויפֿט אַ פֿעסעלע בראָנפֿן און האָט עס פֿאַרקויפֿט צו פּויערים. פֿון דעם האָט ער געהאַט פּרנסה. ס‘איז געווען חנוכּה, איז געקומען אליהו הנבֿיא פֿאַרשטעלט און האָט געזאָגט, ער זאָל אים געבן חנוכּה־געלט. האָט דער דאָרפֿסמאַן געזאָגט, אַז ער האָט נישט קיין אַנדער געלט, נאָר דאָס וואָס אין פּישקעלע. האָט אליהו הנבֿיא געזאָגט, ׳זאָל זײַן דאָס׳. איז ער געגאַנגען און האָט אים די פּאָר גילדן אַוועקגעגעבן.
"ווי דאָס ווײַב איז געקומען, און זי האָט זיך דערוווּסט דערפֿון, האָט זי זיך געבייזערט אויף אים, פֿאַר וואָס ער האָט אַוועקגעגעבן די לעצטע פּאָר גראָשנס. האָט ער געענטפֿערט: ס‘שאַדט נישט‘.
"ס‘איז געקומען אין דער פֿרי, האָט אַ פּויער אָנגעקלאַפּט, מ׳זאָל אים געבן בראָנפֿן, האָט דער ייִד דאָך קיין בראָנפֿן נישט געהאַט, האָט ס‘ווײַב געזאָגט: ווייסטו וואָס, שווענק אויס ס‘פֿעסל פֿון בראָנפֿן, וועסטו אים קענען געבן".
"דער ייִד איז געגאַנגען און האָט אַזוי געטון, און האָט אים געגעבן אַ גלעזל בראָנפֿן, האָט דער פּויער געזאָגט: "ס‘איז זייער שטאַרקער בראָנפֿן‘ און ער האָט אַרויסגענומען אַ גאָלדשטיקל, האָט אים געגעבן, און ער האָט געזאָגט, אַז ר‘האָט געפֿונען אַזאַ זעקל קנעפּלעך אין פֿעלד. צי ער וועט אים דערפֿאַר עפּעס געבן? האָט דער דאָרפֿסמאַן געהייסן, ער זאָל עס אים ברענגען. דער פּויער האָט עס אים געברענגט, און דער ייִד איז דערפֿון רײַך געוואָרן און האָט געהאַט אויף דור־דורות".