- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פּרעזידענט־וואַלן אין איראַן זײַנען אַדורך, דער פּרעזידענט איז געבליבן דער זעלבער, דער פֿאַנאַטישער שׂונאה־ישׂראל אַכמאַדינעדזשאַד. מיר וועלן מוזן ווײַטער קוקן אויף זײַן פֿאַרוואַקסענער צורה מיט שרויפֿן־חוצפּהדיקע אייגעלעך און הערן זײַנע מיליטאַנטישע אויפֿרופֿן צו פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה. און די מערבֿ־וועלט וועט, ווי ביז אַהער פֿון אומבאַהאָלפֿנקייט צו באַשליסן עפּעס ממשותדיקס, ווײַזן אים מיטן פֿינגער — "נו־נו־נו!" — און די נײַע אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן וועט זוכן וועגן אים אַוועקצוזעצן בײַם פֿאַרהאַנדלונג־טיש. צוריק גערעדט, באַטאָנען נישט ווייניק פּאָליטיקער, אַז דאָס בלײַבן פֿון אַכמאַדינעדזשאַד ווײַטער בײַם רודער פֿון דער אַגרעסיווער איסלאַמישער פּאָליטיק, וועט מאַכן לײַכטער פֿאַר זײַנען קעגנער צו פֿירן דעם קאַמף אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע אַנטוויקלונג פֿון זײַן לאַנד. די מיינונג האָט אויך באַטאָנט דער הויפּט פֿון דער ישׂראלדיקער אויסשפּיר־אַגענטור "מוסד", מאיר דגן. אויפֿטרעטנדיק אויף דער זיצונג פֿון דער פּאַרלאַמענט־קאָמיסיע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די אויסערן־ און שוץ־ענינים, האָט ער געזאָגט, אַז ווען מוסאַווי, דער הויפּט־קאָנקורענט פֿון אַכמאַנדינעדזשאַד בעת די איצטיקע וואַלן — אַ מעסיקער פּאָליטיקער און רעפֿאָרמיסט — געווינט יאָ די וואַלן, וואָלט געווען נאָך שווערער פֿאַר ישׂראל צו דערווײַזן די מערבֿ־לענדער, אַז דעם קאַמף קעגן די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון איראַן טאָר מען נישט אָפּשוואַכן. אַגבֿ, האָט דווקא דער זעלבער מוסאַווי איניציִיִרט אין זײַן צײַט די אַנטוויקלונג פֿון איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם און וואָלט אויך ווײַטער מיט איר אָנגעגאַנגען, אָבער שוין מיט אַן אָנשטעל, אַז ער איז גרייט "אויסצוהערן אַלע צדדים". ווי זאָגט זיך אין יענעם ווערטל: רופֿט מיך נאַר, אַבי וואַרפֿט מיך צווישן אייגענע. די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם איז פֿאַר דער אַיאַטאָלישער דיקטאַטור נישט בלויז אַ זאַך פֿון מיליטערישער שטאַרקייט — קודם־קול, אין מיטעלן מיזרח; ס‘איז אַ באַווײַז פֿון אַ גײַסטלעכער און אינטעלעקטועלער העכערקייט. פּונקט ווי דער שטיין, באַוווּסטזיניק גענומען אין דער האַנט פֿון דעם אוראַלטן האַלב־מענטש, האַלב־חיה, האָט געמאַכט די באַשעפֿעניש העכער אויף אַ שטאַפּל פֿון דער מענטשלעכער אַנטוויקלונג; אַזוי מאַכט דאָס נוקלעאַרע געווער העכער די אַיאַטאָלאַס אין די אויגן פֿון דער ריזיקער וועלט פֿון איסלאַם. אין דעם מאָמענט ווערן זיי די רעכטע האַנט פֿון אַללאַ אויף דער ערד. קיין שום עקאָנאָמישע סאַנקציעס און פּאָליטישע באַגרענעצונגען וועלן נישט קאָנען ברעכן דעם פֿאַנאַטישן חוט־השדרה פֿון דער איראַנישער רעליגיעזער דיקטאַטור. די איצט־אָפּגעהאַלטענע וואַלן האָבן עס ווידער באַשטעטיקט נישט געקוקט אויף די מאַסן־פּראָטעסטן. די גלאָבאַלע אָנשיקעניש — "חזיר־גריפּע" די אַלוועלטלעכע אָרגאַניזאַציע פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג האָט לעצטנס דעפֿינירט די גריפּע־עפּידעמיע, באַקאַנט ווי "חזיר־גריפּע", ווי אַ פּאַנדעמיע־חלאַת און צוגעטיילט איר די העכסטע, זעקסטע מדרגה. לויט די אָנגאַבן פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָט זיך די קרענק פֿאַרשפּרייט אין 74 לענדער איבער דער וועלט, און מער ווי 29 טויזנט מענטשן האָבן זיך אָנגעשטעקט מיטן ווירוס H1N1; איבער 140 קראַנקע זײַנע געשטאָרבן. די מומחים האַלטן, אַז דאָס דערקלערן אַ פּאַנדעמיע וועט ווייניק וואָס ענדערן אין דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון דער קרענק־פֿאַרשפּרייטונג; וואָס יאָ, עס וועט אַוודאי סטימולירן דעם פֿאַרזוך צו געפֿינען און פּראָדוצירן דעם וואַקצין־פּרעפּאַראַט, ווי אויך צווינגען אייניקע רעגירונגען צו באַגרענעצן דעם אַרײַנפֿאָר אין לאַנד, בפֿרט טוריסטן. צוריק גערעדט, אויב אַ קוק טאָן מיט אַ ניכטערן בליק אויף די ציפֿערן פֿון דער סטאַטיסטיק — סײַ פֿון דער פֿאַרשפּרייטונג, און סײַ פֿון די טויט־פֿאַלן — קומט אויפֿן אָרט פֿון דער באַלדיקער שרעק אַ פֿאַרצווייפֿלטע פֿראַגע: פֿאַר וואָס זשע דווקא אין מעקסיקע, פֿון וואַנען די חלאַת איז געקומען, האָט מען שוין וועגן איר פֿאַרגעסן? צי איז נישט די גאַנצע פּאַנדעמיע־בהולה אַ צעבלאָזענע? צי בלאָזן נישט די פֿירער פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג אויפֿן קאַלטן, און צי באַקט נישט דערווײַל אויף די צעגליטע קוילן פֿון מענטשלעכער אָנגעשראָקנקייט אירע הייסע בלינצעס די פֿאַרמאַצעווטישע אינדוסטריע? ווי עס זאָל נישט זײַן, קאָסט איצט אין ניו־יאָרק איין פּיל, וואָס די דאָקטוירים פֿאַרשרײַבן צו די אָנגעשטעקטע מיט דער חזיר־גריפּע אַרום 200 דאָלאַר. צי העלפֿט זי דעם קראַנקן? יעדנפֿאַלס, העלפֿט זי זיכער די פּראָפֿיטן. גיט אַ קוק תיכףSubmitted by sandler on Fri, 2009-06-26 10:06.
גיט אַ קוק תיכף בײַם אַרײַנפֿיר: "דער פֿאַנאַטישער שׂונאה־ישׂראל" קען די רעדאַקציע פֿונעם פֿאָרווערטס אויך שוין נישט שרײַבן קײַן ייִדיש וואָרט? |