ייִדיש׃ שפּראַך און קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. רעדאַקטאָרן לעאָניד קאַציס, מאַשע קאַספּינע, דוד־אליהו פֿישמאַן. מאָסקווע׃ 2009. |
אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש זײַנען הײַנטיקע טעג אַ זעלטנקייט, על־אחת־כּמה־וכּמה אין רוסלאַנד. דאָס נײַע זאַמלבוך איז כּולל נײַנצן קאַפּיטלען, פֿון זיי זײַנען דרײַ אויף ייִדיש. דאָס בוך באַזירט זיך אויף די רעפֿעראַטן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין רוסלענדישן מלוכה־אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין 2006. ווי אַ צוגאָב, באַקומט דער לייענער חיים ביידערס ביבליאָגראַפֿישע רשימה פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1961 ביז 1993. די רעדאַקטאָרן האָבן געווידמעט זייער ווערק דעם ליכטיקן אָנדענק פֿון דרײַ לעצטע סאָוועטישע ייִדישע קולטור־טוער: מוינע שולמאַן, חיים ביידער און שמעון סאַנדלער, וועלכע האָבן איבערגעגעבן זייערע קענטענישן און ליבע צו ייִדיש דעם נײַעם דור ייִדישיסטן אין פּאָסט־סאָוועטישן רוסלאַנד.
טעמאַטיש קאָן מען צעטיילן די רעפֿעראַטן אויף דרײַ גרופּעס׃ ליטעראַטור, טעאַטער און מוזיק, און קולטור־געשיכטע. דער באַנד עפֿנט זיך מיט אַן איבערזיכט פֿון די עיקרדיקע פּעריאָדן פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָנגעשריבן דורך דעם באַקאַנטן ישׂראלדיקן היסטאָריקער פֿון סאָוועטישן ייִדנטום פּראָפֿעסאָר מרדכי אַלטשולער.
עליסאַ בן־פּורת (ניו־יאָרק) אַנאַליזירט דעם "עקספּערימענט" פֿון אויפֿבויען די סאָוועטישע ייִדישע קולטור אין מינסק צווישן 1918 און 1930, ווען כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט זײַנען געווען ייִדן. ייִדיש איז דעמאָלט אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון פֿיר מלוכישע שפּראַכן פֿון דער ווײַסרוסישער סאָוועטישער רעפּובליק. די יונגע סאָוועטישע מאַכט האָט געשטיצט די קולטורעלע אַנטוויקלונג פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און האָט אויפֿגעבויט אַ נעץ פֿון קולטורעלע, געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן פֿונקציאָנירט אויף ייִדיש אונטער דער השגחה פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. צוליב דער ענדערונג פֿון דער אידעאָלאָגישער ליניע אין די 1930ער יאָרן איז די דאָזיקע טעטיקייט געגאַנגען באַרג־אַראָפּ.
דער הויפּט־קרבן פֿון דער נײַער אַסימילאַטאָרישער פּאָליטיק איז געוואָרן די ייִדישע שול. דער פּראָצעס פֿון דער ירידה פֿונעם ייִדישן שולוועזן אין ווײַסרוסלאַנד אין די 1930ער יאָרן ווערט באַשריבן און אַנאַליזירט אינעם אַרטיקל פֿון אַרקאַדי זעלצער (ירושלים). דער סאָוועטישער ייִדישער עקספּערימענט האָט אויפֿגעוועקט גרויסע האָפֿענונגען צווישן די לינקע ייִדישע אַקטיוויסטן אין דער גאַנצער וועלט; אַ צאָל פֿון זיי האָט באַזוכט סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווי עס באַווײַזט גאַלינע עליאַסבערג (מאָסקווע), דינען די רײַזע־באַשרײַבונגען פֿון יעקבֿ פּאַט און דוד פּינסקין ווי אַ ווערטפֿולער מקור פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אַן איבערזיכט פֿון אַרכיוואַלע מקורים וועגן די ייִדישע אינסטיטוציעס אין אוקראַיִנע געפֿינט מען אינעם אַרטיקל פֿון יעפֿים מלמד (קיִעוו).
וועגן איינצלנע ווערק פֿון סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור שרײַבן אַבֿרהם נאָווערשטערן ("חדשים און טעג" פֿון איציק קיפּניס), דזשעפֿרי ווײַדלינגער (דוד בערגעלסאָנס "פּרינץ ראובֿני"), באָריס קאָטלערמאַן (דראַמאַטורגיע פֿון פּרץ מאַרקיש), וועלוול טשערנין ("שלום און חווה", ראָמאַן אין פֿערזן פֿון עמנואל קאַזאַקעוויטש) און דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות ("כּלבֿ אַשכּנזי" פֿון מאיר ווינער). די רייד גייט דאָ, אַזוי אָדער אַנדערש, וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די פֿאָדערונגען פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע און דער פֿרײַהייט פֿונעם שעפֿערישן כּוח־הדמיון פֿונעם מחבר. עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז אַלע פֿאָרשער פֿון סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור וווינען אין אויסלאַנד. אין רוסלאַנד וועקט די דאָזיקע טעמע אַ קנאַפּן אינטערעס, להיפּוך צו דער סאָציאַלער און פּאָליטישער געשיכטע פֿון ייִדן.
גאָר וויכטיק און אָריגינעל זײַנען די רעפֿעראַטן, וואָס באַהאַנדלען די תּקופֿה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. די צענטראַלע פֿיגור פֿון יענער תּקופֿה איז געווען דער דיכטער און זשורנאַליסט אַהרן ווערגעליס, דער "מוסטער־ייִד" פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור. מאַרק קופּאָוועצקי (מאָסקווע) רעקאָנסטרויִרט אויפֿן סמך פֿון די נײַע מאַטעריאַלן דעם אָנהייב פֿון ווערגעליסעס ליטעראַרישער און פּאָליטישער קאַריערע אין די 1930ער און 40ער יאָרן. דער צוזאַמענשפּיל פֿון פֿאַרשידענע כּוחות אין דער צײַט פֿון דער "אָדליגע", סוף 1950ער — אָנהייב 1960ער יאָרן, וועלכע האָבן גורם געווען דעם אויפֿלעב פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, ווערט אַנאַליזירט אינעם רעפֿעראַט פֿון גענאַדי עסטרײַך.
פֿון איין זײַט, האָבן די הויך־געשטעלטע ייִדיש־רעדנדיקע קאָמוניסטן אין קאַנאַדע און פֿראַנקרײַך געטענהט פֿאַר דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט, אַז מען זאָל עפֿענען די פֿאַרמאַכטע ייִדישע אינסטיטוציעס. איינצײַטיק האָט אויפֿגעלעבט די אַקטיוויטעט "פֿון אונטן", בפֿרט אויף די שטחים, וואָס זײַנען אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1939—1940. אין ווילנע, דאַוגאַוופּילס (דווינסק), טשערנאָוויץ זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אַמאַטאָרישע קאָלעקטיוון, וועלכע האָבן זיך גענומען אויפֿצופֿירן ייִדישע פּיעסעס און זינגען ייִדישע לידער. די נעמען פֿון די ייִדישע זינגערינס סידי טאַל (די טעמע פֿונעם רעפֿעראַט פֿון אַסיע ווײַסמאַן פֿון האַרוואַרד) און נחמה ליפֿשיץ זײַנען דעמאָלט באַקאַנט געוואָרן צווישן ייִדן איבער דעם גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מילאַן כערסאָנסקי (ווילנע) דערציילט די געשיכטע פֿון טעאַטראַלער טעטיקייט אויף ייִדיש אין ליטע ביזן אָנהייב פֿון דער מאַסן־עמיגראַציע אין די 1970ער יאָרן.
ווי עס באַווײַזן די פֿאָרשער פֿון ייִדישער עטנאָגראַפֿיע מאַשע קאַספּינע (מאָסקווע) און וואַלערי דימשיץ (פּעטערבורג), לעבט ייִדיש עד־היום אין געוויסע געגנטן פֿון דרום־אוקראַיִנע. ייִדיש שפּילט אַ ספּעציעלע ראָלע, וואָס ברענגט דעם מענטשן אַרויס פֿון דעם תּחום פֿון טאָג־טעגלעכקייט און העלפֿט צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט "יענער וועלט". די ווייניק־געפֿאָרשטע טעמע פֿון די קאָנטאַקטן צווישן ייִדישע און רוסישע ליטעראַטן ווערט באַרירט אינעם רעפֿעראַט פֿון לעאָניד קאַציס (מאָסקווע), וועלכער לייגט פֿאָר זײַן רעקאָנסטרוקציע פֿון די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן דעם רוסישן דיכטער באָריס פּאַסטערנאַק און פּרץ מאַרקיש.
דאָס זאַמלבוך איז דער ערשטער פּרוּוו פֿון אַן אַקאַדעמישער פּובליקאַציע וועגן ייִדיש און טיילווײַז אויף ייִדיש אין רוסלאַנד. דאָס איז אַ וויכטיקער אויפֿטו וואָס דאַרף דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר ווײַטערדיקע רוסישע פּובליקאַציעס אויף דער דאָזיקער טעמע. מען קאָן האָפֿן, אַז דער המשך וועט קומען און וועט זײַן אַ ביסל מער אויסגעהאַלטן, וואָס שײַך אויסלייג און רעדאַקטור, בפֿרט ווען עס גייט וועגן נעמען און פֿאַקטן. אָבער ניט געקוקט אויף געוויסע טעכנישע חסרונות, אַנטפּלעקט דאָס נײַע בוך פֿאַרן ברייטערן רוסישן לייענער אַ וויכטיקן שיכט פֿון דער סאָוועטישער קולטור־געשיכטע, וואָס איז עד־היום פֿאַרבליבן אומבאַקאַנט.