פּאָליטיק

אָנהייב יוני האָט דער פֿעדעראַלער מיניסטער, מאַריאַ ביאָכנער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿראַגע פֿון אינטעגרירן די אימיגראַנטן אין לאַנד, צוגעשטעלט איר באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿון די נײַע בירגער, געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער. דער דאָזיקער באַריכט איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אינטערעס; און ס‘איז נאַטירלעך, ווײַל אין אַ לאַנד, מיט אַן אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 82 מיליאָן מענטשן, זײַנען 15 מיליאָן אימיגראַנטן. נאָך מער: די צאָל אימיגראַנטן האַלט אין איין וואַקסן.

לאָמיר אָבער, איידער וואָס־ווען, אַ קוק טאָן ווי אַזוי דער באַריכט איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן און אויף וועלכע פֿאַקטן האָט ער זיך אָנגעשפּאַרט. איז אָט — דעם באַריכט פֿאַר דער מיניסטאָרין האָבן צוגעגרייט די מיטאַרבעטער פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלע אויספֿאָרשונגען און דעם וויסנשאַפֿטלעכן צענטער אין בערלין. אויפֿן סמך פֿון 100 פֿאַרשידענע אָנגאַבן אין 14 געביטן, ווי למשל, דער מצבֿ אויפֿן אַרבעטס־מאַרק, בילדונג, געזונט־צושטאַנד און קרימינעלער ניוואָ, — ווערן פֿאַרגלײַכט די רעזולטאַטן צווישן די דײַטשן און די אימיגראַנטן.

אין תּוך זײַנען גענומען געוואָרן די רעזולטאַטן פֿון ערטערווײַזע אויספֿרעגן, גענומען אין דער אַגענץ פֿון מי און פֿאַרנומענקייט; סטאַטיסטישע ידיעות פֿון די פֿעדעראַלע לענדער און פֿון דער קרימינעלער פּאָליציי. אַזוי אַרום האָבן דעם באַריכט צונויפֿגעשטעלט פּראָפֿעסיאָנעלע לײַט, וואָס פֿאַררופֿן זיך נאָר אויף קאָנקרעטע פֿאַקטן, פֿרײַ פֿון פּאָליטישע אינטריגעס. וואָס זשע זײַנען די אויספֿירן? צי האָט זיך פֿאַרבעסערט די אינטעגראַציע פֿון די אימיגראַנטן אין דײַטשלאַנד, וועגן וועלכער עס רעדן שוין צענדליקער יאָר די פּאָליטיקער און די פּרעסע?

די אויספֿירן אַנטוישן, אָדער בעסער געזאָגט, זיי שרעקן אָן. די אַרבעטלאָזיקייט צווישן די אימיגראַנטן איז צוויי מאָל גרעסער, ווי אינעם לאַנד בכלל. צוויי מאָל מער איז די צאָל אימיגראַנטן, וואָס לעבט, אַ דאַנק דער סאָציאַלער שטיצע. דער עיקר אָבער איז, אַז די צאָל קרימינעלע פֿאַרברעכנס צווישן די אימיגראַנטן איז אויך צוויי מאָל העכער, ווי בײַ דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג פֿון די זעלבע עלטער־קאַטעגאָריעס. די אויספֿירן פֿון די אויספֿרעגן — ס‘רובֿ אימיגראַנטן זײַנען געקומען פֿון די מוסולמענישע לענדער — איבערצײַגט אין דעם, אַז די אימיגראַנטן האָבן פֿײַנט די דײַטשישע געזעלשאַפֿט; און אויף דער פֿראַגע — "פֿאַר וואָס?" — וועט איר דערהערן — פֿאַר ליבעראַליזם! סטײַטש, אָבער גראָד אַ דאַנק דעם דאָזיקן ליבעראַליזם און דער הומאַנישער באַציִונג מצד דער הײַנטיקער דײַטשישער געזעלשאַפֿט, האָבן די איצטיקע אימיגראַנטן באַקומען די מעגלעכקייט אַרײַנצוקומען אין לאַנד פֿון זייערע עקאָנאָמיש־ און סאָציאַל־אָפּגעשטאַנענע לענדער; באַקומען דאָ בירגער־רעכט און דאָס רעכט צו עקזיסטירן און דערבײַ נישט אַרבעטן.

וואָס שייך דער גרויסער אַרבעטלאָזיקייט, איז עס דאָך קלאָר, אַז אַ מענטש, וואָס קען קוים די לאַנדשפּראַך, אָדער ער קען זי אין גאַנצן נישט, קאָן נישט קאָנקורירן מיט אַן אָרטיקן בירגער. די צײַטונגען באַטאָנען אָבער, אַז נישט נאָר אין דעם שטעקט דער גאַנצער אמת. אויב אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, אויסטראַליע קומען ס‘רובֿ עמיגראַנטן אין דער עלטער, וואָס דערמעגלעכט זיי צו געפֿינען אַן אַרבעט, דערצו נאָך מיט אַ גוטן פֿאַך אין די הענט; האָט דײַטשלאַנד, צוליב אירע אימיגראַנטישע פּרינציפּן, באַקומען בדרך־כּלל איבערוואַנדערער פֿון לענדער מיט אַ סאָציאַלן און קולטורעלן נידעריקן ניוואָ. אָבער אויך דאָס איז נאָך נישט אַלץ: די סאָציאַלע סיסטעם פֿון דײַטשלאַנד אָריענטירט נישט די אימיגראַנטן צו זײַן פֿאַראינטערעסירט אין עפּעס אַן אַרבעטס־טעטיקייט.

נעמט, למשל, די אַזוי גערופֿענע "ייִדישע עמיגראַציע" קיין דײַטשלאַנד. זי האָט געבראַכט אין לאַנד אַרום 200 טויזנט געוועזענע בירגער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. לויט אייניקע ידיעות איז די צאָל אַרבעטנדיקע אין דער קאַטעגאָריע אימיגראַנטן באַטרעפֿט בײַ די 15%! ס‘רובֿ פֿון די מענטשן אַרבעטן נישט "פּרינציפּיעל", ווײַל די סאָציאַלע הילף דערמעגלעכט זיי אונטערצוהאַלטן זייער לעבנס־ניוואָ אויף דער זעלבער הייך, וואָס זיי וואָלטן געקאָנט האָבן, אַרבעטנדיק בײַ אַ ווייניק־באַצאָלטער אַרבעט. אַלע ווייסן עס, אָבער פּרוּווט נאָר צו זאָגן אויף אַ קול, אַז אויסצוהאַלטן מענטשן, וואָס האָבן קיין טאָג אינעם לאַנד נישט געאַרבעט, איז אַמאָראַליש און נישט נוצלעך, אײַנגעשלאָסן די אימיגראַנטן, וועט מען אײַך באַלד באַשולדיקן אין אַלע אַנטי־געזעלשאַפֿטלעכע חטאים!

וואָס שייך דערציִונג, איז דאָך גוט באַקאַנט, אַז עם־הארצישקייט ברענגט נײַע עם־הארצישקייט. נישט־גראַמאָטנע, אָפּגעשטאַנענע מענטשן, געקומען פֿון די פֿאַרוואָרפֿענע שטעטלעך און דערפֿער פֿון טערקײַ, קורדיסטאַן, אַפֿגאַניסטאַן, מאַראָקאָ האָבן אַוודאי קיין אַנונג נישט וועגן דעם, וואָס דערציִונג איז און וואָס זײַנען די מעגלעכקייטן פֿון אַ געבילדעטן מענטש אין דער הײַנטיקער וועלט. דעריבער האָבן מיר אַזוי: יעדער דריטער שילער אין דײַטשלאַנד פֿונעם ערשטן קלאַס שטאַמט פֿון אַן אימיגראַנטישער פֿאַמיליע, און דעם אַטעסטאַט פֿון פֿאַרענדיקן די מיטלשול באַקומען נישט מער ווי צען־פֿופֿצן פּראָצענט. שוין אָפּגערעדט וועגן אַן אוניווערסיטעט! אגבֿ, אויפֿן הײַנטיקן אַרבעטס־מאַרק ווערט אַלץ שווערער און שווערער צו געפֿינען אַ נישט־קוואַליפֿיצירטע אַרבעט. אַפֿילו אין די רעמאָנט־וואַרשטאַטן פֿון אויטאָמאָבילן — דער פֿאַרשפּרייטסטער "ביזנעס" בײַ די טערקישע אימיגראַנטן אין דײַטשלאַנד — איז שווער זיך צו באַגיין הײַנט אָן אַ קאָמפּיוטער.

וואָס מיינט עס, דאָס אַלץ? נאָר איין זאַך: אַז די אַרבעטלאָזיקייט צווישן די אימיגראַנטן וועט נאָר וואַקסן.

איצט וועגן די קרימינעלע פֿאַרברעכנס. מע ווייסט שוין, אַז וווּ עס וואַקסט די אַרבעטלאָזיקייט ווערט גרעסער די פֿאַרברעכערישקייט. בפֿרט צווישן די אימיגראַנטן, וואָס זייער וועג צו מערדערישע טאַטן הייבט זיך אָן אין שול און אויף דער גאַס פֿון קליינע כוליגאַנישע מעשׂים. אַ וויכטיקע ראָלע שפּילט אין דעם דער קלימאַט אין דער משפּחה. די עלטערן־אימיגראַנטן אינטערעסירן זיך ווייניק מיטן לערנען פֿון זייערע קינדער; אויף די פֿאַרזאַמלונגען פֿון די עלטערן גייען זיי נישט, און ווי אַזוי עס פֿירן זיך אויף זייערע קינדער האָבן זיי קיין אַנונג נישט. די עלטערן זײַנען פֿאַרטאָן אינעם זוכן פּרנסה און פֿאַרדינען אויפֿן לעבן.

אָבער שוין זשע נישט דער פֿאָטער אין אַ מוסולמענישער היים דאַרף זאָגן זײַן זון, אַז גנבֿנען איז נישט גוט; אַז שלאָגן זיך אויף די גאַסן מיט אַנדערע ייִנגלעך איז שלעכט!.. מיט איין וואָרט, אַז מע לאָזט די קינדער אויף הפֿקר, ברענגט עס צו הפֿקרות.

וואָס זשע איז דער אויספֿיר? דער אויספֿיר איז, אַז די אימיגראַנטישע פּאָליטיק אין דײַטשלאַנד איז דורכגעפֿאַלן. אַרײַנלאָזנדיק אין לאַנד גרויסע מאַסן עמיגראַנטן, האָט די רעגירונג געהאָפֿט צו לייזן, מיט זייער הילף, די דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעם; אויסגעלאָזט אָבער האָט זיך, אַז די דײַטשישע פּאָליטיקער האָבן געשאַפֿן אין לאַנד נאָך איין גרויסע פּראָבלעם, וואָס לייזן זי איז גאָר נישט אַזוי פּשוט.