- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך גיי באַלד חתונה האָבן. דאָס איז מײַן צווייטע חתונה, אָבער די ערשטע פֿאַר מײַן חתן. זאָל איך טראָגן אַ ווײַס חופּה־קלייד? מײַן מאַמע האַלט, אַז ניין, אַז ס‘איז נאַריש. ווידער אַ כּלה טײַערע "ווידער אַ כּלה", טראָגט דאָס קלייד וואָס מאַכט אײַך פֿילן זיך באַקוועם ווי אַ כּלה. טײַערע חזנטע, צוליב דער איצטיקער שלעכטער עקאָנאָמיע, האָב איך פֿאַרלוירן מײַן שטעלע ווי אַ סעקרעטאַרשע אין אַ יוריספּרודענץ־פֿירמע. דאָס איז געשען מיט אַ חודש צוריק, אָבער איך האָב מײַנע צוויי קינדער — איינס 14 יאָר אַלט, דאָס צווייטע 17 יאָר אַלט — נאָך אַלץ עס נישט געזאָגט, ווײַל איך וויל נישט זיי זאָלן זיך זאָרגן. אָבער, פֿון דעסטוועגן, געבן זיי ווײַטער אויס מײַן געלט, און איך הייב אָן צו זאָרגן. מײַן מאַן וויל, מיר זאָלן זיך אַוועקזעצן מיט די קינדער און אַרומרעדן דעם ענין און האַלטן אַן אויג אויף וואָס מיר קויפֿן. איך האַלט, אַז קינדער דאַרפֿן נישט וויסן פֿון אַזוינע דאגות. ווער איז גערעכט? באַזאָרגטע מאַמע טײַערע באַזאָרגטע מאַמע, ווער, אויב נישט איר, זאָל לערנען מיט אײַערע קינדער ווי צו שפּאָרן און אויסגעבן געלט? זיי זענען נישט צו יונג צו אַרבעטן דעם זומער און צוהעלפֿן צו דעקן די קאָסטן פֿון זייערע אייגענע הוצאות און באַדערפֿענישן. רעדט זיך דורך מיט אײַערע קינדער און דערמיט וועט איר זיי העלפֿן וואַקסן מיט אַחריות. טײַערע חזנטע, איך בין זיך צעגאַנגען מיט מײַן חבֿר מיט דרײַ יאָר צוריק. יוסף האָט מיך נישט גוט באַהאַנדלט, און איך בין הײַנט זיכער, אַז ער איז נישט געווען מײַן באַשערטער. אָבער ער איז געווען דער איינציקער אין וועמען איך האָב זיך פֿאַרליבט. נישט לאַנג צוריק, האָב איך געהערט, אַז יוסף האָט חתונה געהאַט, און איך האָב זיך פּלוצלינג צעוויינט. פֿון דעמאָלט אָן בין איך פֿאַרטרויערט. פֿאַר וואָס האָט די נײַעס אַזוי אויף מיר געווירקט? איך וויל נישט זײַן קיין פֿרוי פֿול מיט קינאה. ווי אַזוי קען איך פֿאַרטרײַבן אַזוינע געפֿילן און געדאַנקען? אַ פֿרוי וואָס איז מקנה טײַערע פֿרוי וואָס איז מקנה, די ערשטע ליבע איז אַ מעכטיקע, און אַפֿילו ווען איר ווייסט, אַז יוסף איז נישט אײַער באַשערטער געווען, וועלן די רעשטלעך פֿון אײַערע שטאַרקע געפֿילן מסתּמא שטענדיק בלײַבן בײַ אײַך אין האַרצן. אַוודאי, האָט איר זיך אַמאָל פֿאָרגעשטעלט ווי איר זענט יוספֿס פֿרוי, און עס איז נאַטירלעך, צו ווערן אומעטיק, וויסנדיק, אַז יוסף האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַנדערער. אויב מעגלעך, טוט וואָס איר קענט, נישט צו טראַכטן וועגן יוספֿן, און מיט דער צײַט, וועט איר זיך פֿילן בעסער.
* * *
|