משה רבינו האָט געשיקט צוועלף אויסשפּירער (מרגלים) אין ארץ־כּנען, איין מרגל פֿון יעדן שבֿט. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד צוליב זייערע שׂונאים — די דאָרטיקע מעכטיקע אײַנוווינער.
יהושע-בן-נון, משה רבינוס עיקר-תּלמיד, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, האָבן זיך אָבער געשטעלט קעגן די טענות פֿון די אַנדערע מרגלים און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען באַהערשן דאָס לאַנד.
צוליב די טענות פֿון די אַנדערע צען מרגלים, האָבן די ייִדן נישט געוואָלט גיין אין ארץ־כּנען, וווּהין דער אייבערשטער האָט זיי צוגעזאָגט אַרײַנצופֿירן.
ווי אַ שטראָף פֿאַר זייערע ספֿקות, האָבן די ייִדן, אַרײַנגערעכנט משה רבינו אַליין, געמוזט וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, און צו שטאַרבן דאָרטן פֿאַר נישט גלייבן אינעם אייבערשטנס צוזאָג. שפּעטער, ווען אַ טייל ייִדן האָבן געפּרוּווט אַליין אַרײַנצוטרעטן קיין ארץ-ישׂראל, זענען זיי דערהרגעט געוואָרן אין אַ שלאַכט מיט עמלק, ווײַל זיי האָבן פֿאַרלוירן זייער שאַנס אָנצוקומען אינעם צוגעזאָגטן "לאַנד פֿון מילך און האָניק". בלויז דער ייִנגערער דור, בראָש מיט יהושע-בן-נון און כּלבֿ-בן-יפֿונה, האָט זוכה געווען צו דערגרייכן ארץ-ישׂראל.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מרגלים, ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, זענען נישט געווען, חלילה, קיין פּחדנים אָדער רשעים, וואָס האָבן נישט געגלייבט אין ג-טס צוזאָג אַרײַנצוברענגען זײַן פֿאָלק קיין ארץ־כּנען. אַדרבה, זיי זענען געווען די נשׂיאים פֿון די שבֿטים, וואָס וועגן זייערע מעשׂים איז באַשריבן געוואָרן מיט גרויס כּבֿוד אין דער פּרשה "נשׂא".
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט מיט צוויי וואָכן צוריק, דערציילט די תּורה באַזונדערס וועגן דעם קרבן פֿון יעדן נשׂיא, איבערחזרנדיק 12 מאָל כּמעט דאָס זעלבע שטיקל מיט זעקס פּסוקים; בלויז אין די נעמען פֿון די נשׂיאים און אין די טעג, ווען זיי האָבן געבראַכט זייערע קרבנות, זענען אַנדערש אין יעדן פֿראַגמענט. אַזאַ בכּבֿודיקע באַשרײַבונג ווײַזט שוין אַליין, אַז די נשׂיאים זענען נישט געווען קיין גראָבע רשעים, הגם צוליב זייערע טענות וועגן ארץ־כּנען האָט געליטן דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק.
די סיבה איז באַשטאַנען אין דעם, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, וואָס די מרגלים האָבן געהערט אַ נבֿואה, לויט וועלכער משה רבינו וועט שטאַרבן בײַ דער "שוועל" פֿון ארץ־כּנען. כּדי צו פֿאַרלענגערן דאָס לעבן פֿון זייער גרויסן פֿירער, האָבן זיי געוואָלט אָפּהאַלטן דאָס גאַנצע פֿאָלק אינעם מידבר.
אינעם מידבר, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך געפֿונען אויף אַ גאָר הויכער גײַסטיקער מדרגה. אַנשטאָט צו באַאַרבעטן די ערד און בויען הײַזער, ווי מע וואָלט געמוזט טאָן אין ארץ־כּנען, האָבן די ייִדן געגעסן דאָס הימלישע ברויט, דעם מן, און האָבן זיך קאָנצענטרירט די גאַנצע צײַט אויף דער תּורה און עבֿודת־השם.
נישט ווייניק גרויסע צדיקים פֿלעגן וואַנדערן אין אַ וואַלד אָדער אַ מידבר, כּדי זיך אָפּהיטן פֿון דער אַרומיקער רוישיקער וועלט, און משׂיג צו זײַן די טיפֿע סודות־התּורה. די מרגלים האָבן געהאַלטן, אַז כּדי אָפּצוהיטן זייער מדרגה פֿון רוחניותדיקער השׂגה, איז בעסער צו וווינען אין אַזאַ אָרט, איידער באַזעצן אַ לאַנד.
פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די גוטע כּוונות, האָבן די מרגלים נישט געטאָרט באַשליסן די צוקונפֿט פֿון זייער פֿאָלק לויט זייערע אייגענע חשבונות. הגם זיי האָבן געמיינט לשם־שמים, האָט זייער לשון־הרע קעגן דעם לאַנד גורם געווען אַ גרויסע מהומה צווישן די ייִדן, און האָט געבראַכט צו דער שווערער שטראָף.
אַ צאָל מפֿרשים דערקלערן, אַז די ייִדן האָבן סײַ ווי סײַ געמוזט בלײַבן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, ווי אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר זייער גײַסטיקער אַנטוויקלונג. אָבער, צוליב די טענות פֿון די מרגלים, האָט זייער וואַנדערונג, וואָס האָט געזאָלט זײַן אַ פֿרײַוויליקע "גײַסטיקע נסיעה", זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן עונש.
אויף אַן ענלעכן אופֿן באַטראַכטן אַ צאָל חסידישע צדיקים דעם ענין פֿונעם גלות. ווען דער בית־המקדש וואָלט אַפֿילו נישט צעשטערט געוואָרן, וואָלטן די ייִדן זיך סײַ־ווי פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, כּדי צו ברענגען דאָס ליכט פֿון דער תּורה צו די אַנדערע פֿעלקער, און צו געפֿינען "די פֿונקען פֿון קדושה" אין אַלע לענדער פֿון דער וועלט. צוליב זייערע עבֿירות, אָבער, איז די דאָזיקע גײַסטיקע עבֿודה פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטראָף.
רבי מנחם מאירי, איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און רבנים, האָט געשריבן, אַז יעדעס אָרט, וווּ עס הערשט אמונה, שׂכל און מאָראַלישקייט, ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ טייל פֿון ארץ־ישׂראל — אינעם גײַסטיקן זין, פֿאַרשטייט זיך. נאָך מער: די אַנדערע פֿעלקער — אַפֿילו די, וואָס זייער גלויבן איז גאַנץ ווײַט פֿון ייִדישקייט — ווערן פֿאַררעכנט ווי "ייִדן", אינעם גײַסטיקן זין, אויב זיי פֿירן זיך אין די ראַמען פֿון אַ מאָראַלישער רעליגיע.
די חז״ל באַטאָנען, אַז ווען אַ ייִד איז מקיים די תּורה, ווערט ער באַפֿרײַט פֿון די אַסטראָלאָגישע השפּעות פֿון די שטערן — "אין מזל לישׂראל". אַ ייִד, וואָס האָט אמונה, קאָן בײַטן זײַן מזל. דער מאירי דערקלערט דעם דאָזיקן מאמר אויף אַן אוניווערסאַליסטישן אופֿן; ער האַלט, אַז אַלע מענטשן, לאוו־דווקא ייִדן אינעם בוכשטעבלעכן זין, וואָס פֿירן אַ מאָראַליש, עכט־רוחניותדיק לעבן, זענען אַ טייל פֿון "גײַסטיקן ישׂראל", דערפֿאַר זענען צו זיי שייך די ברכות, וואָס די תּורה האָט צוגעזאָגט די ייִדן.
ווי אַ בײַשפּיל פון אַזאַ "גײַסטיקער ארץ-ישׂראל" ברענגט דער מאירי זײַן געבוירן־אָרט — פּראָוואַנס, פֿראַנקרײַך. אויב אַזוי, קאָן מען, מסתּמא, אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל פֿון דער רוחניותדיקער פּרשה נישט בלויז וועגן ארץ־ישׂראל, נאָר וועגן דער וועלט בכלל. הגם אין פּראָוואַנס האָבן טאַקע געלעבט נישט ווייניק גוט־האַרציקע קריסטן, וואָס האָבן זיך באַצויגן פֿרײַנדלעך צו די ייִדן, האָבן דאָרטן געהערשט אַנטיסעמיטישע פֿירער, וואָס האָבן כּסדר געמאַכט צרות דער ייִדישער קהילה. פֿון איין זײַט, קאָן מען פֿאַרגלײַכן דעם מאיריס היימלאַנד "ארץ־כּנען" — אַן אומפֿרײַנדלעך לאַנד, וווּ עס הערשן פֿײַנטלעכע מעכטיקע אַנטי־ייִדישע כּוחות. פֿון דער צווייטער זײַט, אויב מע קוקט אויף די וואַרעמע באַציִונגען מיט די גוטע ניט־ייִדישע שכנים, קאָן מען עס באַטראַכטן ווי "ארץ־ישׂראל".
כּדי נישט פֿאַרבלאָנדזשעט ווערן אינעם "מידבר", דאַרף מען קאָנען פֿאַנאַנדערטיילן די סתּירותדיקע עלעמענטן פֿון דער אַרומיקער וועלט ווי געהעריק. אויב מע לײַדט פֿון די צרות מצד די אומפֿרײַנדלעכע כּוחות פֿון דער געזעלשאַפֿט, טאָר מען נישט פֿאַרגעסן וועגן די פֿרײַנדלעכע מענטשן, וואָס טרעפֿן זיך איבעראַל און קאָנען פֿאַרוואַנדלען די סבֿיבֿה אין אַ היים, אַ שטיקל "ארץ־ישׂראל". מע דאַרף זײַן גרייט צום קאַמף אינעם "ארץ־כּנען", אָבער מע טאָר נישט רעדן לשון־הרע קעגן "ארץ־ישׂראל".
אינעם לעבן פֿון יעדן מענטש איז אויך דאָ אַ פּערזענלעכער "מידבר" און אַ פּערזענלעך "ארץ־ישׂראל". ווען מע איז פֿאַרטאָן אין רוחניותדיקע זאַכן, אָפּגעטיילט פֿון די הבֿלי־הבֿלים פֿון עולם־הזה, געפֿינט מען זיך אין "מידבר". מע מוז אָבער אויך אַרײַנטרעטן אינעם "לאַנד" — אַרבעטן און בויען די אייגענע משפּחה. עס זענען פֿאַראַן מענטשן, וואָס באַטראַכטן ווי "אַ צווייטן קלאַס" די מענטשן, וואָס בויען "דאָס אייגענע לאַנד", און באַציִען זיך מיט דרץ־ארץ בלויז צו די, וואָס האָבן די מעגלעכקייט זיך אָפּצוגעבן בלויז מיט רוחניותדיקע זאַכן. אין דער אמתן, שטעקט אין אַזאַ צוגאַנג אַ שטיקל "חטא־המרגלים". דער צוועק פֿונעם מענטש באַשטייט אין דעם "אַנטלויפֿן פֿון גשמיות", און נישט אינעם אידעאַליזירן דעם "מידבר". די ראָלע פֿונעם מענטש, און דעם ייִד בפֿרט, איז צו פֿאַרוואַנדלען די אַרומיקע וועלט, אַרײַנגערעכנט די סאַמע פּשוטע זאַכן, אין אַ "הייליק לאַנד" — אַן אָרט פֿון ליבשאַפֿט און קדושה.