|
אַנאַבעלאַ |
|
אין גיכן וועט מען קענען זען אַנאַבעלאַן, די פֿירנדיקע אַקטריסע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, אין דער ראָלע פֿון מאַדאַם ראָזען אין "ווער איז ווער" — די נײַע פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער, לויט סאַמי גראָנימאַן, דער באַוווּסטער מחבר פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע "שלמה־המלך ושלומי הסנידלר". ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די זאַפֿטיקע קאָמישע ראָלע פֿון דער האָטעל־באַלעבאָסטע, איז וווּנדערלעך צוגעפּאַסט צו דעם פֿילפֿאַרביקן כאַראַקטער פֿון דער שוישפּילערין. ווי עס דריקט זיך אויס שמואל עצמון: "צוגעפּאַסט פּונקט צו דער מאָס".
זי ווייסט ווי אַזוי צו מאַכן דעם עולם פֿריילעך ביז טרערן; זי טוט עס אין יצחק באַשעוויס־זינגערס "לעצטע ליבע", וואָס האָט אַזוי פֿיל דערפֿאָלג געהאַט בעת דעם טור־אויפֿטריטן אין קאַנאַדע. מיט אַ פֿולן גלויבן זאָגט זי: "'ייִדישפּיל’ היט אָפּ מיט גרויס דרך־ארץ די קולטור פֿון ייִדישן פֿאָלק. אונדזער דירעקטאָר שמואל עצמון האָט געטאָן אַ גרויסע זאַך, ווען ער האָט גענומען די ייִדישע שפּראַך, אַ שפּראַך וואָס איז טיף אײַנגעגלידערט אין מײַן נשמה, און וואָס איז במשך פֿון לאַנגע יאָרן געווען אין לאַנד פֿאַרבאָרגן, פֿאַרשטופּט אין אַ ווינקל, און זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ קוואַל פֿון שטאָלץ. דאָס איז דער פֿעניקס־פֿויגל, וואָס האָט אויפֿגעלעבט פֿון אוישוויץ־אַש און אַנדערע טויט־לאַגערן בעתן חורבן. אין ישׂראל איז דאָ אַ פּובליקום — די לאָקאַטאָרן אין די בתּי־אָבֿות, פֿאַר וועלכע ס׳איז ניטאָ קיין צווייטער טעאַטער. און דאָס איז אַ הייליקע אַרבעט. ייִדיש איז אין מײַן נשמה און פֿאַר מיר איז די שפּראַך מאַמע־לשון", דערקלערט אַנאַבעלאַ. "איך פֿאַרגעס קיין מאָל נישט פֿון וואַנען איך קום. בעתן חורבן בין איך ווי אַ קליין קינד, צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן, געווען אין דעם טראַנסניסטריע־לאַגער, אין אוקראַיִנע. די אומשטענדן זענען דאָרט געווען געפֿערלעכע, אַזוי האָט מען מיר דערציילט. ס׳איז אַ וווּנדער וואָס איך רעד אַצינדער מיט אײַך. כ׳האָב קיין אַנונג נישט, ווי אַזוי איך בין געבליבן לעבן. אָבער איך ווייס גוט, וועלכע ראָלע איך שפּיל אין דער וועלט, ווי אַן אַקטריסע".
אַ געבוירענע אין רומעניע, איז אַנאַבעלאַס נאָמען אַ צונויפֿבינד פֿון אירע באָבעס נעמען; זיי זענען ביידע אומגעקומען בעתן חורבן. אין איר פּאַס איז זי פֿאַרשריבן ווי אַנאַבעלאַ קעלנער־יעקבֿ. די טאָכטער פֿון אַ פֿידלער, האָט זי געשפּילט טעאַטער פֿון קינדווײַז אָן. דערנאָך זיך געלערנט אין אַ קונסטשול אין בוקאַרעשט, און איז עולה געווען קיין ישׂראל אין יאָר 1963. רעדט אַ פּרעכטיקן עבֿרית, אָבער טרעט אויף אויף דער ייִדישער בינע. "דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ לעבנס־פֿאַקט", דערקלערט זי. אַנאַבעלאַ איז אָנגעקומען אין ישׂראל צוזאַמען מיט אירע עלטערן און די מעגלעכע פּרנסה איז געווען מחוץ דעם העברעיִשן טעאַטער.
אין דער באַפֿרידיקונג, וואָס זי האָט פֿון איר קאַריערע, ליגט פֿאַרבאָרגן אַן אַנטוישונג. "ווי אַ נײַ־געקומענע, האָב איך געזוכט אויפֿצוטרעטן אויף עבֿרית", דערמאָנט זי זיך. "איך האָב געשפּילט אין דער אָפּערעטע 'נסיכת־הצ׳רדש’ (די טשאַרדעש־פּרינצעסין), און די הויפּט־ראָלע אין דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג 'פֿישקה החיגר’ (פֿישקע דער קרומער), פֿאַר וועלכער ראָלע איך בין געווען אַ קאַנדידאַט צו באַקומען אַ וויכטיקע פּרעמיע. אָבער דאָך האָב איך אַמערסטנס געשפּילט אויף ייִדיש. איר ווייסט, אַמאָל, ווען איך האָב געהאַט אַן אַנדער סילועט, בין איך אויפֿגעטראָטן ווי לאה אין דער איינציקער ייִדישער ווערסיע פֿון דעם 'דיבוק’ אין לאַנד. ווען איך האָב נישט געפֿונען מײַן פּלאַץ אין דעם העברעיִשן טעאַטער, האָב איך געשפּילט מיט די ייִדישע ׳סטאַרן', ווי יוסף בולאָף, מאַקס פּערלמאַן און הענרי געראָ. אָבער שמעון דזשיגאַן, מיט וועלכן איך האָב געשפּילט דרײַצן יאָר, שטייט בײַ מיר אין דער ערשטער ריי. אויב הײַנט צו טאָג, קען איך אַרויפֿגיין אויף דער בינע, דערציילן אַ וויץ און דערגרייכן, אַז דער עולם זאָל לאַכן, איז עס אַ דאַנק דזשיגאַנען", גיט צו אַנאַבעלאַ. "אין דער צײַט וואָס איך בין נישט געווען מיט אים אויף דער בינע, פֿלעג איך שטיין הינטער די קוליסן מיט גרויסע אויגן און מיט נאָך גרעסערע אויערן און זיך באַמיט צו באַנעמען דעם כּישוף וואָס ער האָט אַרויסגעבראַכט אויף דער בינע. דזשיגאַן פֿלעגט נישט זאָגן 'טו אַזוי און טו אַזוי’. ער איז קיין מאָל נישט געווען פֿון די וואָס גיבן אויס זייערע סודות. אָבער איך האָב פֿון אים געשעפּט וואָס איך האָב געוואָלט, ווײַל איך בין געווען דאָרשטיק צו דעם. ווי אַ פּאַרטנער, איז דזשיגאַן, דער גרעסטער קאָמיקער, געווען זייער אַ פּינקטלעכער. ער האָט געקענט ווערן שטאַרק אויפֿגערעגט ווען עמעצער פֿון אונדז האָט נישט גוט געזאָגט דעם טעקסט, און נישט געווען פּינקטלעך מיט דער אינטאָנאַציע. ער איז געווען אַ באַקוועמער פּאַרטנער כּל־זמן מען האָט געטאָן דאָס וואָס ער האָט געפֿאָדערט..."
אַנאַבעלאַ האָט געשפּילט די מאַמע רחל אין דער פּיעסע "דזשיגאַן און שומאַכער", אויפֿגעפֿירט דורכן "ייִדישפּיל". "כ׳האָב געהאַט די מעגלעכקייט אַרײַנצופֿלעכטן דאָס וואָס איך האָב געדענקט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט מיט דזשיגאַנען", שטרײַכט זי אונטער, "עס זענען דאָך דאָ ווערטער און אויסדרוקן וואָס נאָר איך געדענק זיי. פֿאַר מיר איז געווען אינטערעסאַנט אויפֿצוטרעטן אין דער דאָזיקער פּיעסע, וווּ יעקבֿ באָדאָ האָט ממש דערמאָנט שומאַכערן, און גדי יגיל האָט פֿאָרגעשטעלט דזשיגאַנען און איז פּשוט געווען ענלעך צו אים".
מען זאָגט אויף איר, אַז זי איז אַ "טייפּ־קאַסטינג־שוישפּילערין". ווען זי האָט זיך אָנגעשלאָסן אין "ייִדישפּיל", האָט זי נאַטירלעך געשפּילט די שטיף־מאַמע אין דער "מכשפֿה" און זי גיט צו מיט הומאָר: "ווי אַ באַלערינע אין דער 'שוואַנען־אָזערע’ וועט מען מיך נישט דערלאָזן אויפֿצוטרעטן. וואָס זאָל מען טאָן?"
צווישן אַנדערע ראָלעס האָט זי געשפּילט גאָלדען אין "טבֿיה דער מילכיקער", צוזאַמען מיט שמואל עצמון; עטי־מעניע אין "דאָס גרויסע געווינס", און דערקעגן די דאָזיקע הויפּט־ראָלעס, האָט זי אויסגענומען בײַם פּובליקום ווי די גראַפֿיניע וולאַבסקי אין "דער ווילנער חזן". און נישט ווינציקער איז זי אַרײַנגעדרונגען אין די הערצער פֿונעם עולם ווי די קעלנערין אין דער פּיעסע "ילדי הצל" (קינדער פֿון שאָטן), סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף עבֿרית.
"איך האָב הנאה פֿון די ראָלעס", זאָגט זי. "איך זאָג שטענדיק מײַנע טעאַטער־חבֿרים, וועלכע לאָזן נישט איין מאָל אַרויס אַ קרעכץ, ווען די ראָלע איז נישט גענוג גרויס: חבֿרה, דאָס איז אַ פֿאַך ווי אַ שוסטער וואָס פֿאַרריכט שיך. אַמאָל קומט אים אויס פֿאַרריכטן באַלעט־שיך, און אַמאָל — אַרבעט־שיך פֿול מיט בלאָטע.
"אין דער טראַגי־קאָמישער ראָלע עטל ברוקהאָלץ אין דער פֿאָרשטעלונג 'לעצטע ליבע’, פֿיל איך אָפֿט מאָל ווי איך וואָלט געשוועבט אין דער לופֿטן מיט באַלעט־שיך, און איך פֿיל זיך גליקלעך און דאָס גליק ענדיקט זיך נישט אַפֿילו ווען די פֿאָרשטעלונג גייט אָן שוין דאָס פֿערטע יאָר. איך געדענק נישט דעם פֿאַל, איך זאָל זײַן אַזוי גײַסטיק אידענטיפֿיצירט מיט פֿאַרשיידענע געשטאַלטן וואָס איך האָב געשפּילט, ווי מיט אָט אַזאַ געשטאַלט. כ׳האָב געמוזט אַדורכמאַכן אַ שטיקל וועג אין לעבן, וועלכער זאָגט נישט צו קיין גאָלדענע גליקן, כּדי צו קענען שפּילן די ראָלע".
פֿון צײַט צו צײַט פֿרישט זי זיך אָפּ מחוץ דעם "ייִדישפּיל". לעצטנס, נעמט זי אָנטייל אין אַ נײַעם פֿילם "גיא אוני" (דער טאָל פֿון קראַפֿט), אויף דער טעמע פֿון דער קאָלאָניזאַציע אין לאַנד. דער פֿילם ווערט רעזשיסירט דורך דני וואָלמאַן, לויט שולמית לפּידס בוך. עס קומט אויס, אַזוי זאָגט זי, אַז זי אינטערפּרעטירט מאַמאַ בעקער — די זעלבע ראָלע, וואָס זי האָט אַמאָל געשפּילט אין "תּיאַטרון לילדים ולנוער" (טעאַטער פֿאַר קינדער און יוגנט), ווי די באַלעבאָסטע פֿון אַן אַכסניא אין יפֿו, וועלכע נעמט אויף די העלדן פֿונעם פֿילם, ווען זיי קומען אין לאַנד. אין דעם פֿילם רעדט מאַמאַ בעקער אויף ייִדיש. "אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדיש, ווענדט מען זיך צו מיר".
אַנאַבעלאַ לאָזט נישט אַדורך קיין געלעגנהייט אויפֿצוטרעטן אויף עבֿרית. אַזוי זעט מען זי הײַנט צו טאָג אין דער טעלעוויזיע אין דער רעקלאַמע פֿון אַ געזונטן נאַש. "רעקלאַמעס אין דער טעלעוויזיע איז אַ וווּנדערלעכע זאַך", איז זי באַגײַסטערט. "איין מאָל בין איך אין אַזאַ רעקלאַמע אויפֿגעטראָטן ווי אַ לערערין, און כ׳האָב נישט געקענט אַדורכגיין די גאַס. 'אָט איז די מורה, די לערערין!’ — האָבן אַלע אָנגעוויזן אויף מיר. דאָס איז דער כּוח פֿון מעדיאַ. אין טעאַטער איז די בינע הויך און דערווײַטערט פֿונעם פּובליקום, און מיט דער טעלעוויזיע גייסטו אַרײַן אין יעדער שטוב, און אַ וועלט מיט מענטשן זעען דיך".
"וועלכע ראָלע שטרעבט איר צו שפּילן?"
"כ׳וואָלט שטאַרק געוואָלט פֿאָרשטעלן מירעלע אפֿרת".
"אָנקלינגען צו שמואל עצמון?"
"ער ווייסט עס שוין. איך וואָלט אויך געוואָלט פֿאָרשטעלן מאַמע קוראַזש. אָבער איך גלייב נישט, אַז דאָס וועט מיר געלינגען אין דעם גילגול".
"פֿאַרוואָס?"
"ווײַל כּדי אָפּצוהיטן די שפּראַך און די קולטור, טרעטן מיר אויף מיט ווערק פֿון ייִדישע פֿאַרפֿאַסער. און אַז עס האַנדלט זיך אין ברעכט איז שוין נישטאָ וואָס צו רעדן. פֿאַרפֿאַלן".
"אפֿשר קען מען אים מאַכן פּראָטעקציע, אַ דאַנק זײַן שותּפֿות מיטן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר קורט ווײַל?"
"איר ווייסט וואָס? דאָס איז אַ געדאַנק..."
פֿון עברית: לייבל בלינדער