- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זינט די מאַכט אין ירושלים און אין וואַשינגטאָן האָט זיך געביטן, איז אויך דער ווינט אין דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק געוואָרן אַ קאַלטער און האַסטיקער. מיט קאַלטקייט האָט אַ צי געטאָן אין די צווישן־באַציִונגען פֿון אַמעריקע און ישׂראל; און באַלד נאָך דעם האָט די דאָזיקע קאַלטקייט זיך פֿאַרשפּרייט אויף די באַציִונגען צווישן טערקײַ און ישׂראל און צווישן ישׂראל און עגיפּטן, צוויי מוסולמענישע לענדער, וואָס אין ישׂראל האָט מען זיי געהאַלטן ווי אַ מוסטער, אַז אויך מיט די מוסולמענער קען מען זײַן "גוטע ברידער". "די ראָלע פֿון אַ קאָנפֿעראַסיע וואָס איך שפּיל אין דער פֿאָרשטעלונג 'ווער איז ווער’, האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געשפּילט אין מײַן לעבן". אַזוי זאָגט אַנדריי קאַשקאַר, וואָס שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער נײַער פּיעסע, אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער. דער אַקטיאָר, פֿופֿציק יאָר אַלט, רעפּרעזענטירט מיט זײַן לעבנס־ראָלע, אַ ווירטואָז־שפּיל, געפֿלאָכטן מיט געזאַנג און טאַנץ. ער טוט עס מיט זײַן גאַנצן וועזן. "ווען דער פֿאָרהאַנג לאָזט זיך אַראָפּ, פֿיל איך זיך אויסגעשעפּט", איז זיך מודה קאַשקאַר. "איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ אָנגעשטרענגטע פֿיזישע פֿאָרשטעלונג מיט אַזאַ לאַנגן טעקסט צו זאָגן, און אַ מיליאָן קליידער זיך איבערצוטאָן, ווי אויך גרימירונג. אינעם אָנגעזעענעם "פּאַריזער ייִדיש צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק" — דער גרעסטער ייִדישער שפּראַך־אינסטיטוט אין אייראָפּע — לערנען זיך ייִדיש נישט בלויז דערוואַקסענע. יעדע צוויי וואָכן קומען צווישן 20 און 28 קינדער זיך אויך לערנען מאַמע־לשון. די "קינדערשול" טרעפֿט זיך צוויי זונטיקן אַ חודש, פֿון 2:30 ביז 5:30 נאָך מיטאָג. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט איינע פֿון די דרײַ לערער, אַניק פּרים־מאַרגוליס, דעם נאָמען פֿון יצחק (איסאַק) נוסינאָוו (1889—1950) דערמאָנט מען איצט זייער זעלטן, בפֿרט אין ייִדישע פּובליקאַציעס. איך האָב ניט געזען, מע זאָל ערגעץ אָפּמערקן זײַן 120סטן יוביליי, כאָטש אַ שפּור האָט נוסינאָוו איבערגעלאָזט אַ טיפֿן סײַ אין דער סאָוועטיש-ייִדישער מסורה, סײַ אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געשיכטע. למשל, מיט נוסינאָווס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער טרויעריק-באַוווּסטער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטן". קודם-כּל, האָט מען דאָך אַטאַקירט נוסינאָווס בוך "פּושקין און וועלט-ליטעראַטור" (1941), ווי באַקאַנט, האָבן בײַם אָנהייב די אַשכּנזישע ייִדן געלעבט מיט אָרטיקע דײַטשן אויף איין טעריטאָריע. דערנאָך האָבן די צוקונפֿטיקע ייִדיש־רעדערס זיך באַזעצט אויף מיזרח, אין די סלאַווישע לענדער. מחוץ די דײַטש־רעדנדיקע לענדער איז די פֿאַרבינדונג צווישן די דײַטשע און ייִדישע קולטורן אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ס׳איז שווער אָפּצושאַצן ווי גרויס האָט די דײַטשע קולטור משפּיע געווען אויף דער ייִדישער, און פֿאַרקערט. אינעם פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר קען מען זיכער יאָ אידענטיפֿיצירן ווערטלעך, פֿאָלקס־מעשׂיות און פֿאָלקסלידער, און אַפֿילו מינהגים אָדער גלייבענישן, מיט וועלכע ביידע פֿעלקער טיילן זיך. צוליב דעם קאָנפֿליקט מיט זײַן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן היים אין באר־שבֿע, און זיך געלאָזט קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, איז עשׂו געוואָרן אין כּעס צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט בײַ אים צוגענומען דעם טאַטנס ספּעציעלע ברכה. אויפֿן וועג קיין חרן, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אין אַ געוויסן מיסטישן פּלאַץ. דאָרט האָט ער געזען אין אַ חלום, ווי מלאָכים גייען אַרויף און אַראָפּ אויף אַ "לייטער צום הימל". מיט אַ צײַט צוריק בין איך געווען אין שוועדן און האָב גערעדט דאָרטן מיט אַ היגן זשורנאַליסט, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן גורל פֿון די ציגײַנער אין הײַנטיקער אייראָפּע. האָט ער מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָרט אַליין "ציגײַנער" האַלט מען הײַנט שיִער ניט ווי פֿאַר אַ באַליידיקונג. נוצן מוז מען "ראָמאַ" — אַזוי איז עס איצט אָנגענומען געוואָרן. גלייב איך ניט, אַז אין ייִדיש האָט זיך "ראָמאַ" שוין פֿעסט אײַנגעוואָרצלט, דערפֿאַר דערקלער איך עס דאָ. אין חודש אויגוסט איז צוגעטיילט געוואָרן אין "יד־ושם" אין ירושלים די אויסצייכענונג חסיד־אומות־העולם דעם פֿאַרשטאָרבֿענעם פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ פֿון רוסלאַנד, וועלכער האָט געראַטעוועט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו אין דער צײַט פֿון חורבֿן. אין דעם צערעמאָניאַל אין אוהל־יזכּור האָבן זיך באַטייליקט דער געראַטעוועטער הרבֿ לאַו, וועלכער איז דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ און פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט בײַ "יד־ושם", די טעכטער פֿון באַערטן חסיד־אומות־העולם יוליאַ סעלוטינאַ און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, וועלכע האָבן באַקומען דעם מעדאַל און דעם ערן־דאָקומענט אין נאָמען פֿון זייער פֿאָטער. די רוסישע עליה פֿון די 1990ער האָט געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע שמעלץ־קולטור, וואָס נעמט אין זיך אַרײַן עלעמענטן פֿון דער רוסיש־סאָוועטישער, ישׂראלדיקער און סתּם־אייראָפּעיִשער קולטור, דאָס רובֿ עולים זײַנען דעמאָלט געקומען פֿון אַסימילירטע רוסיש־רעדנדיקע משפּחות, און אין ישׂראל האָבן זיי אַזוי אָדער אַנדערש "אַנטדעקט" זייער פּינטעלע־ייִדישקייט. הײַנט, אַ יאָר פֿופֿצן אָדער צוואַנציק נאָך דעם אָנקומען פֿון יענער מענטשלעכער כוואַליע קיין מדינת־ישׂראל, האָבן די סאָוועטישע עולים זיך שוין מערסטנס גוט אַדאַפּטירט צו די נײַע באַדינגונגען. די טעג האָב איך, ווי יעדע וואָך, באַקומען אַן עלעקטראָנישע רעקלאַמע פֿון די פֿרישע אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס". צווישן זיי איז געווען אויך אַזאַ: "שמוציקע ווערטלעך ווערן קיין מאָל ניט פֿאַרעלטערט". עליסאַ סטראַוס, די מחברטע פֿון דער ענטוזיאַסטישער רעצענזיע, לעקט זיך ממש די פֿינגער פֿון דער נײַער אויפֿלאַגע פֿונעם ביכל Yiddish Sayings Mama Never Taught You ("ייִדישע ווערטלעך, וואָס די מאַמע האָט דיך ניט געלערנט"). דער נײַער זמן האָט זיך אָנגעהויבן ווי יעדער זמן אין מײַנע לעצטע, כּמעט צוואַנציק יאָר, אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. דאָס יאָר 2009—2010, און די רשימה ציילט בערך צוואַנציק פֿון זיי — יונגע, שמייכלענדיקע, ענטוזיאַסטישע סטודענטן — וואָס ס׳איז אַ מחיה צו לערנען מיט זיי. ס׳רובֿ פֿון זיי קומען טאַקע פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע היימען, אַ קליינע טייל פֿון זיי וואָס האָבן זיך אָפּגעשיידט פֿון דער אָרטאָדאָקסיע. צו זיין 65סטן יאָרצײַט דאָס פּאָפּולערסטע ליד וואָס איז אַרויסגעקומען פֿונעם חורבן איז אָן אַ ספֿק דאָס פּאַרטיזאַנער־ליד — "זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג". כּמעט יעדעס יאָר — ווען עס דערנענטערט זיך די דאַטע פֿון דער הזכּרה פֿון דער שואה און 19טן אַפּריל — קומט אַ בקשה וועגן דעם ליד. צווישן די לידער וואָס מע בעט זײַנען — "ס׳ברענט, ברידערלעך ס׳ברענט", "אַני־מאמין" און דער "פּאַרטיזאַנער־הימען". בײַ די הזכּרות וואָס איך האָב בײַגעוווינט זינגט מען דאָס ליד שטייענדיקערהייט אין כּבֿוד פֿון די געפֿאַלענע קעמפֿער. |