‫פֿון רעדאַקציע

זינט די מאַכט אין ירושלים און אין וואַשינגטאָן האָט זיך געביטן, איז אויך דער ווינט אין דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק געוואָרן אַ קאַלטער און האַסטיקער. מיט קאַלטקייט האָט אַ צי געטאָן אין די צווישן־באַציִונגען פֿון אַמעריקע און ישׂראל; און באַלד נאָך דעם האָט די דאָזיקע קאַלטקייט זיך פֿאַרשפּרייט אויף די באַציִונגען צווישן טערקײַ און ישׂראל און צווישן ישׂראל און עגיפּטן, צוויי מוסולמענישע לענדער, וואָס אין ישׂראל האָט מען זיי געהאַלטן ווי אַ מוסטער, אַז אויך מיט די מוסולמענער קען מען זײַן "גוטע ברידער".

צי האָבן די צוויי ענדערונגען אינעם פּאָליטישן קלימאַט אַ פֿאַרבינדונג? אויב יאָ, וואָס פּלוצעם איז געשען אַזאַ קער? פּאָליטיק, ווי באַוווּסט, איז אַ זאַך פֿון קאָניונקטור. די הײַנטיקע קאָניונקטור פֿון דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע בנוגע דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט באַשטייט פֿון צוויי פּריאָריטעטן: ישׂראל מוז אויפֿהערן צו בויען אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס; און צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער. אַמעריקע האָט געזאָגט — די וועלט האָט געהערט!

די פּראָבלעם שטעקט אָבער אין דעם, וואָס די וועלט בכלל, און די מוסולמענישע וועלט בפֿרט, האָט דערשמעקט, אַז אין אונדזער גלאָבאַלער וועלט קומען לעצטנס פֿאָר קאַרדינאַלע ענדערונגען. אַמעריקע זאָגט טאַקע, אָבער צו אַמעריקע האָט מען זיך אויפֿגעהערט צוצוהערן, ווײַל אין דעם קול פֿון דער איצטיקער אַדמיניסטראַציע פֿילט זיך נישט קיין פֿעסטקייט. ס'איז נישט דאָס קול פֿון אַ "ביג באָס", דעם גרויסן באַלעבאָס.

אַזאַ וואַקלעניש אין דער אַמעריקאַנער פּאָזיציע האָט זיך אויך געשאַפֿן אינעם מיטעלן מיזרח סײַ וואָס שייך דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קריזיס און סײַ דער נוקלעאַרער איראַנישער פּראָבלעם. טערקײַ האָט עס דערשמעקט צווישן די ערשטע, און באַלד אויסגעדרייט דעם דישעל. איר אייגענעם צווייפֿל, וווּהין זיך קערן — צו מערבֿ אָדער צו די ברידער־מוסולמענער — האָט זי געלייזט, אויסקערעווענדיק זיך מיט דער פּלייצע צו ישׂראל און מיטן פּנים צו איראַן. טערקײַס "פּלייצע" האָט שאָקירט נאָר ישׂראל, אָבער טערקײַס "פּנים" האָט אָנגעשראָקן דעם מערבֿ.

דער לעצטער אויפֿברויז פֿון אומצופֿרידנקייט אין קאַיִר, נאָך דעם ווי ס'איז געמאָלדן געוואָרן דער בוי־פּראָיעקט פֿון נײַע דירות אין גילה, איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער זעלבער קאָניונקטור. די געגנט גילה איז געוואָרן אַ טייל פֿון ירושלים נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, אין 1967. ווען עגיפּטן האָט אונטערגעשריבן דעם שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל האָבן שוין אין דער געגנט געוווינט צענדליקער טויזנטער ישׂראלים. אָבער קיין וואָרט וועגן דעם האָט די דעמאָלטיקע עגיפּטישע רעגירונג, אין שפּיץ מיט סאַדאַטן, נישט אַרויסגעבראַכט.

מע האָט אויך ביז אַהער נישט געהערט קיין טענות אין דעם זין פֿון דער מובאַראַק־רעגירונג. מובאַראַק האָט אָבער איצט דערשמעקט: ס'איז געקומען די עכטע צײַט — די קאָניונקטור האָט זיך געביטן! דער "ביג באָס" פֿירט זיך אויף אויף אַ "פּאַרעווע" אופֿן, פֿון איין זײַט, און פֿון דער צווייטער — עס קומט אויף אַ נײַער אַגרעסיווער כּוח, וואָס קאָן איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבערן מיטעלן מיזרח, און דאָס איז איראַן.

אַזאַ "פּאַרעווע" אויפֿפֿירונג פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער רעגירונג, דאָס נישט קענען אָננעמען פֿעסטע באַשלוסן און צו דער צײַט, וועט זיך נאָך אָפּרופֿן שפּעטער. דאָס וועט געוויס פֿאָרקומען סײַ אויסער אַמעריקע און סײַ אין לאַנד גופֿא.

דערווײַל קומט פֿאָר צווישן דער איצטיקער ישׂראל־רעגירונג און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אַ מין פּינגפֿאָנג־שפּיל. אָט האָבן די פּאַלעסטינער געפּרוּווט צו פּראָקלאַמירן איינזײַטיק זייער מלוכישקייט. דער פֿאַרס איז דורכגעפֿאַלן, דער מערבֿ האָט עס אָפּגעוואָרפֿן. אָט איז פֿון ירושלים אַרויס דער באַשלוס וועגן דער בויונג אין גילה. די ידיעה האָט באַלד אַרויסגערופֿן אין דער וועלט אַ פּראָטעסט. אָט האָט דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס, געמאָלדן, אַז ער זאָגט זיך אָפּ אַרויסצושטעלן זײַן קאַנדידאַטור צו די קומענדיקע וואַלן. קיינער גלייבט נישט אין דעם! און אָט גייט שוין נתניהו דערקלערן, אַז ער איז גרייט אָפּצושטעלן דאָס בויען אויף די שטחים אויף 10 חדשים...

די שפּיל גייט אָן ווײַטער. דאָס פּינגפּאָנג־באַלעמל איז איצט אויף דער זײַט פֿון די פּאַלעסטינער.