ווי באַקאַנט, האָבן בײַם אָנהייב די אַשכּנזישע ייִדן געלעבט מיט אָרטיקע דײַטשן אויף איין טעריטאָריע. דערנאָך האָבן די צוקונפֿטיקע ייִדיש־רעדערס זיך באַזעצט אויף מיזרח, אין די סלאַווישע לענדער. מחוץ די דײַטש־רעדנדיקע לענדער איז די פֿאַרבינדונג צווישן די דײַטשע און ייִדישע קולטורן אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ס׳איז שווער אָפּצושאַצן ווי גרויס האָט די דײַטשע קולטור משפּיע געווען אויף דער ייִדישער, און פֿאַרקערט. אינעם פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר קען מען זיכער יאָ אידענטיפֿיצירן ווערטלעך, פֿאָלקס־מעשׂיות און פֿאָלקסלידער, און אַפֿילו מינהגים אָדער גלייבענישן, מיט וועלכע ביידע פֿעלקער טיילן זיך. די מוזיק־פֿאָרשער רות רובין ע״ה און, איר אויף לאַנגע יאָר, חנה מלאָטעק, האָבן געפֿונען דײַטשע פּאַראַלעלן צו ייִדישע באַלאַדעס און אַנדערע פֿאָלקסלידער, און אָפֿט, זענען דווקא אָט די לידער צווישן די עלטסטע אינעם רעפּערטואַר פֿונעם ייִדישן זינגער.
אינעם בוך "די פֿאָלקסלידער פֿון אַשכּנז" (The Folk Songs of Ashkenaz), אַרויס אין 2001, שטרעבן די מחברים, פֿיליפּ באָלמאַן און אָטאָ האָלצאַפּפֿעל; דער ערשטער — אַ ייִדישער מוזיקאָלאָג, וואָס שטודירט סײַ עלטערע, סײַ נײַערע ייִדיש־דײַטשע לידער; דער צווייטער — אַ דײַטשער פֿאָלקלאָריסט, וואָס פֿאָרשט דײַטשע פֿאָלקסלידער — צו פֿאַרענטפֿערן די פֿראַגע, צי אַ בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע קולטור האָט בכלל עקזיסטירט. צו 27 לידער האָבן די פֿאָרשער געפֿונען וואַריאַנטן אין דײַטש און אין ייִדיש, און זיי אַנאַליזירן סײַ די טעקסטן, סײַ די מעלאָדיעס אין ס׳רובֿ פֿאַלן.
אין אַ טשיקאַווער באַמערקונג, שרײַבן די מחברים וועגן זייערע טענות צום ייִנגערן דור, וואָס האָט זיך אַזוי צוגעכאַפּט צו די אוצרות פֿון "מיזרח־אַשכּנז" (דאָס הייסט, די ייִדיש־רעדנדיקע טעריטאָריע), אָבער פֿאַרזען אין גאַנצן די פֿאָלקסליד־טראַדיציעס פֿון "מערבֿ־אַשכּנז" (דײַטש־רעדנדיקע טעריטאָריע). אַ ציל פֿונעם בוך, שרײַבן זיי, איז צו באַווײַזן, אַז די אַזוי־גערופֿענע "אויפֿלעבונג", איז נאָר אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער אַשכּנזישער טראַדיציע. לפֿי־דעתּי, שטערט די מיינונג צו דער פֿאָרשערישער אַרבעט, וואָס האָט געזאָלט דורכגעפֿירט ווערן אָן דער אויסגעדריקטער "עוולה", און שטעלט אין אַ ספֿק די אָביעקטיווקייט פֿון דער ווײַטערדיקער פֿאָרשונג.
די מקורים פֿון ס׳רובֿ דײַטשע לידער אין דער זאַמלונג געפֿינען זיך אינעם "דויטשעס פֿאָלקסלידאַרכיוו" אין פֿרײַבורג, דײַטשלאַנד, וועלכע האָט געזאַמלט דײַטשע פֿאָלקסלידער, נישט נאָר פֿון דײַטשלאַנד, נאָר פֿון אַלע טעריטאָריעס, וווּ מע האָט גערעדט דײַטש. דווקא פֿון יענע דײַטש־רעדנדיקע מקומות שטאַמען ס׳רובֿ לידער אין דער פֿאָרשונג. דער אַרכיוו, געשאַפֿן אין 1914, האָט אויך געזאַמלט ייִדישע פֿאָלקסלידער און האָט פֿאַרגרעסערט זײַן ייִדישע זאַמלונג נאָכן חורבן, סײַ מיט רעקאָרדירונגען, סײַ מיט כּתבֿ־ידן. נאָך דעם ווי דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער באָלמאַן איז עטלעכע מאָל געפֿאָרן צו גאַסט צום אַרכיוו, וווּ פּראָפֿ׳ האָלצאַפּפֿעל אַרבעט, האָט מען באַשלאָסן צונויפֿצושטעלן דאָס בוך.
מכּוח דער פֿראַגע, צי אַ בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע פֿאָלקס־קולטור צווישן דײַטשן און ייִדן האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון די דורות, ענטפֿערן די מחברים, אַז יאָ — "די לידער אין דעם באַנד, אַנטפּלעקן, אַז ס׳איז געווען אַ געמיינזאַמע קולטור, געבויט פֿון פֿראַגמענטן, געטיילטע רעפּערטואַרן און אויפֿטרעטן, און אַ מאָל אַפֿילו מאָמענטן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט, און אָפּגעשוואַכטע חילוקים" (ז׳ 1).
די פֿאַרגלײַכיקע שטודיע הייבט זיך אָן מיטן ליד "הינטער פּוילן וווינט אַ ייִד", געדרוקט אין גינזבורג און מאַרעקס זאַמלונג פֿון 1901, און געזאַמלט פֿון דער קאָוונער געגנט; אַ ליד וואָס איז האַלב־ייִדיש, האַלב דײַטש, וועגן אַ מיידל וואָס שמדט זיך. לידער אויף דער טראַגישער טעמע פֿעלן נישט אינעם ייִדישן פֿאָלקס־אוצר. כּדי צו פֿאַרגלײַכן מיטן ייִדישן טעקסט ברענגט מען פֿאַרשיידענע דײַטשע וואַריאַנטן פֿונעם ליד "די יודין" פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, ווי אויך פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן און ס׳איז בולט, אַז דאָס ייִדישע ליד האָט געשטאַמט פֿון אַ דײַטשן מקור. עס ענדיקט זיך, אויף ייִדיש, מיט די שורות:
"ווען דו וועסט זיך איבערטויפֿן,
מאַרי מאַגדעלענע וועסטו הייסן
און מײַן פֿרוי וועסטו זײַן!"
צום מער באַקאַנטן ליד "יאָמע, יאָמע" דרוקט מען עטלעכע דײַטשע וואַריאַנטן, און מע קומט צום אויספֿיר, מער אויפֿן סמך פֿון די ווערטער ווי דער מעלאָדיע, אַז דאָס ייִדישע ליד שטאַמט פֿון אַ דײַטשיש. אַ שאָד וואָס צו זייער באַגרענעצטער ייִדישער ביבליאָגראַפֿיע, האָבן זיי נישט צוגעגעבן אַ דיסקאָגראַפֿיע, דער לייענער זאָל אויך קענען הערן די ענלעכקייטן צווישן דײַטשע און ייִדישע וואַריאַנטן און אַליין באַשליסן וועגן דעם אָפּשטאַם. אַגבֿ, נעמט אַרײַן זייער ביבליאָגראַפֿיע פֿון די ייִדישע לידער נאָר זאַמלונגען וווּ די טעקסטן ווערן געדרוקט מיט לאַטײַנישע אותיות, און דאָס מינימאַליזירט די פֿאָרשונג.
למשל, צו דער פֿאַרשפּרייטער אַלטער ייִדישער באַלאַדע, וואָס הייסט בײַ גינזבורג און מאַרעק "גיי איך מיר צו ברונעם, וואַסער אַרויסציִען" און איז מער באַקאַנט, ווי "רוף מיר אויס אַ בער פֿון וואַלד", האָט מען דאָך געקענט אַ קוק טאָן אין פּרילוצקיס צווייטן באַנד פֿאָלקסלידער, וווּ ער האָט אַ האַלבן טוץ אינטערעסאַנטע וואַריאַנטן צום ליד. דאָס ווערק ווערט נישט דערמאָנט.
דאָס באַניצן זיך מיט אַנדערע לידער־זאַמלונגען וואָלט די מחברים זייער צו הילף געקומען, אויך אין זייער אַנאַליז פֿון דער אַלטער קאָמישער באַלאַדע "קום איך צו מײַן שטאַל אַרײַן"; אָדער ווי מײַן באָבע האָט עס געזונגען "קום איך זיך אַרײַן אין שטאַלעכל". די ייִדישע ווערטער צו איין נוסח האָבן די מחברים געפֿונען אין דער גינזבורג און מאַרעק־זאַמלונג, וועלכע האָט נישט קיין מוזיק. דעריבער פֿעלט בײַ זיי אַן אַנאַליז פֿון דער מעלאָדיע, וואָס מע קען יאָ געפֿינען אין אַנדערע זאַמלונגען.
צו מאָל, מיר דאַכט, שטרענגען זיך אָן די מחברים צו געפֿינען ענלעכקייטן צווישן דײַטשע און ייִדישע לידער, ווען אַזוינע שײַכותן זענען נישט בנימצא. למשל, צוזאַמען מיטן ייִדישן ליד "גיי איך מיר שפּאַצירן", פּאָרט מען דאָס פֿאַרשפּרייטע דײַטשע ליד "איך גינג אײַנמאַל שפּאַצירן", און כאָטש די טעקסטן האָבן פּאַראַלעלן, זענען די מעלאָדיעס אין גאַנצן אַנדערש.
דאָס ווערק שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן אָנהייב פֿון אַ פֿאַרגלײַכיקער מוזיקאַלישער שטודיע צווישן ייִדיש און דײַטש. משה בערעגאָווסקי און אַנדערע האָבן זיך שוין פֿאַרטיפֿט אין פֿאַרגלײַכן די ייִדישע און סלאַווישע מוזיק, אַ פֿאָרשונג וואָס גייט ווײַטער אָן; אָבער דעם פֿאַרגלײַך צווישן דײַטשע און ייִדישע לידער האָבן באָלמאַן און האָלצאַפּפֿעל ערשט אָנגעהויבן מיט אָט דעם וויכטיקן ווערק.