די טעג האָב איך, ווי יעדע וואָך, באַקומען אַן עלעקטראָנישע רעקלאַמע פֿון די פֿרישע אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס". צווישן זיי איז געווען אויך אַזאַ: "שמוציקע ווערטלעך ווערן קיין מאָל ניט פֿאַרעלטערט". עליסאַ סטראַוס, די מחברטע פֿון דער ענטוזיאַסטישער רעצענזיע, לעקט זיך ממש די פֿינגער פֿון דער נײַער אויפֿלאַגע פֿונעם ביכל Yiddish Sayings Mama Never Taught You ("ייִדישע ווערטלעך, וואָס די מאַמע האָט דיך ניט געלערנט").
און אַז מיר זאָלן גלײַך אַרומגעכאַפּט ווערן מיט דרך-ארץ צו דער גוואַלדיק וויכטיקער זאַמלונג פֿון ייִדישער חכמה, ברענגט זי פֿיר מוסטערן, פֿון וועלכע איך קלײַב אויס בלויז צוויי:
"אַז מען שלאָפֿט מיטן ווײַב, שטעלט מען דער וועלט דעם תּחת אַרויס."
"אַן אייגענער פֿאָרץ שטינקט ניט אַזוי ווי אַ פֿרעמדער."
גלייבט מיר, אַז די צוויי דוגמאָות, וואָס איך ברענג דאָ ניט, זײַנען נאָך "שענער" און, פֿאַרשטייט זיך, "טיפֿער" — איך מיין טיפֿער אַרײַנגעטונקען אין טינוף. בכלל, איך האָב עס איבערגעלייענט און אַ טראַכט געטאָן, אַז אָן אָט דער זאַמלונג און אָן עליסאַ סטראַוסעס לויבגעזאַנג, וואָלט איך פֿאַרבליבן אַזוי שרעקלעך אָרעם. ווי אַ נאַר וואָלט איך ווײַטער געלייענט ייִדישע ליטעראַרישע ווערק און וואָלט אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז דער גאַנצער שאַפֿערישער כּוח פֿון ייִדיש געפֿינט זיך דווקא אין אָט דעם "אוצר", וועלכער האָט, לאָזט זיך אויס, אַ מאָל באַקומען אַ ברכה פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער.
(איך האָב ניט לאַנג צוריק שוין געשריבן, אַז יאָר-אײַן יאָר-אויס קומען אין מײַן קלאַס פֿון ייִדישער ליטעראַטור יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן, בדרך-כּלל, קיין מאָל ניט געלייענט באַשעוויס-זינגערן. איך האָב זיי נאָך ניט געפֿרעגט — אפֿשר האָבן זיי יאָ געלייענט די "זאַפֿטיקע" חכמות.)
אַ סבֿרא, אַז אַליסאַ סטראַוס האָט, בכלל, ליב אַזאַ רעגיסטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט זי זיך געטיילט מיט דער גאָרער וועלט מכּוח אירע אַנטפּלעקונגען — די "זאַפֿטיקע" ייִדישע ווערטער, וואָס באַשרײַבן די וואַגינע. איך האָף, אַז די וואַגינאַלע טירחה האָט זי ניט זייער פֿאַרמאַטערט און זי פֿירט ווײַטער איר וויכטיקע לינגוויסטישע פֿאָרש-אַרבעט; ווײַל ווי וועלן מיר לעבן אָן איר?! סײַדן, מיר וועלן באַשליסן זיך מאַטערן מיט די פֿלאַכע, ווייניק-אינטערעסאַנטע ווערטער. (אַן אַפּיקורסישער געדאַנק: אפֿשר זײַנען דאָ ווערטער און פֿראַזעס, וועלכע פֿאַרדינען מע זאָל זיי פֿאַרגעסן?)
איך בין ניט קיין שעמעוודיק מיידל און הערן האָב איך געהערט כּלערליי ווערטער, בפֿרט אויף רוסיש. אויף ייִדיש — ניט צו פֿאַרגלײַכן ווייניקער. מע האָט עס דאָך געהאַלטן פֿאַר "גוייִש". "פֿאַרברענט זאָלן זיי ווערן!" — דאָס איז געווען, דאַכט זיך, דאָס שרעקלעכסטע, וואָס איך האָב געהערט פֿון מײַן זיידן — אַ דאָרפֿישער שוחט און, בטבֿע, אַ בייזער ייִד. דאָס הייסט ניט, אַז איך בין קעגן זאַמלונגען פֿון אַלע רעגיסטערס פֿון דער שפּראַך. די פֿראַגע איז — וואָס אַ מענטש טוט מיט אַזאַ זאַמלונג. ווערטער זײַנען דאָך ווי חיות: אייניקע האַלט מען צווישן מענטשן, אַנדערע בלײַבן פֿאַרשפּאַרט אין אַ זאָאָלאָגישן גאָרטן — טאָמער ווילסטו זיי אָנקוקן, גיי אַהין און קלײַב דאָרטן נחת פֿון זיי.
איין זאַך, ווען מע האָט דרך-ארץ צו דער שפּראַך און דער ציל איז אַן אַקאַדעמישער, בפֿרט נאָך, אַז לכל-הפּחות, איינער פֿון די צונויפֿשטעלער איז, דאַכט זיך, אַ געלערנטער. אַן אַנדער זאַך איז, ווען מע וויל חוזק מאַכן פֿון דער שפּראַך. דעמאָלט פֿאַרוואַנדלט מען דעם שמוץ אין אַ מאַסן-ליטעראַטור. און מע גרויסט זיך נאָך (ווי עס שטייט געשריבן אין דער רעצענזיע), אַז אַזאַ בוך צעגייט זיך זייער גוט, כאָטש ייִדישע ביכער לייענט מען שוין ניט.
זאָגט מיר וואָס איר ווילט, אָבער איך זע אין דעם אַ סימן פֿון באַוווּסטזיניקער צי אומבאַוווּסטזיניקער שׂינאה צו ייִדיש, אַ פּרוּוו צו געבן דער שפּראַך אַ מיאוסן שם, צו פֿאַרבײַטן די קולטור מיט קיטש. ס׳איז אַ לאָגיק, וואָס לייגט זיך שווער אויפֿן שׂכל, דהײַנו: טאָמער "נאָרמאַלע" שפּראַכן גרויסן זיך מיט דער הויכער קולטור זייערער, קען מען די ליבע, מישטיינס געזאָגט, צו ייִדיש אַנטפּלעקן דורך אַ "זאַפֿטיק" ווערטל. איך פֿאַרשטיי עס זייער פּשוט: ווער דאַרף לערנען ייִדיש? ס׳איז דאָך אַ מאַטערניש מיט גראַמאַטיק וכ׳. דערנאָך וועט מען נאָך מוזן, חס-וחלילה, לייענען ייִדישע ביכער צי דעם "פֿאָרווערטס". ס׳איז ניט צו פֿאַרגלײַכן גרינגער פֿאַרגעדענקען עטלעכע וויצן, מיט עטלעכע לידער — און שוין! איך וואָלט עס אָנגערופֿן "שפּראַך-פּאַטאָלאָגיע".
איינער פֿון די צונויפֿשטעלער פֿונעם ביכל "ייִדיש ווערטלעך, וואָס די מאַמע האָט דיך ניט געלערנט" האָט אָט וואָס אַ זאָג געטאָן:
I believe people are much more tolerant, in part because — sadly — virtually all of the old-guard haute Yiddish group is now gone. The academics and their students should be interested because this is original source material...
(איך גלייב, אַז מענטשן זײַנען אַ סך מער גענייגט צו טאָלערירן [אַזעלכע זאַכן], טיילווײַז איז עס — ליידער — פֿאַרבונדן מיט דעם וואָס כּמעט די גאַנצע אַלטע גוואַרדיע איז שוין אַוועק. די אַקאַדעמיקער און זייערע סטודענטן דאַרפֿן זיך פֿאַראינטערעסירן [מיט די ווערטלעך], מחמת דאָס איז אַ מאַטעריאַל פֿון אָריגינעלע קוואַלן...)
שיין! און זייער איידל. אַזוי האָט אַ קליין מיידל אַ מאָל געזאָגט איר באָבען (דאָס האָט פֿאַרשריבן דער רוסישער שרײַבער קאָרניי טשוקאָווסקי): "ווען דו וועסט שטאַרבן, וועל איך קענען זיך שפּילן מיט דײַן ניימאַשין".
פֿאַר וואָס ווער איך אַזוי בייז פֿון אָט דער — אפֿשר גוטמוטיקער — נאַרישקייט? ווײַל איך ווייס שוין, אַז די דאָזיקע נאַרישקייט איז גאָר ניט קיין אומגעפֿערלעכע. ווײַל דאָס איז איינער פֿון די פֿאַקטאָרן, פֿאַר וואָס ייִדיש נעמט מען ניט אויף ערנסט. אַגבֿ, ווען האָט איר געלייענט אין אַן אינטעליגענטער ענגלישער צײַטונג אַן ענלעכע רעצענזיע וועגן אַן ענלעך ענגליש ביכל? אפֿשר האָב איך עפּעס דורכגעלאָזט, אָבער מיר האָט זיך אַזאַ זאַך ניט געוואָרפֿן אין די אויגן.
נאָר וועגן ייִדיש מעג מען, אַפֿילו אין דעם ענגלישן FORWARD. די אַלטע גוואַרדיע איז דאָך אַוועק — הייסט עס, אַז מע קען זיך אויסלאַכן פֿון זייערע סטאַנדאַרטן פֿון מאָראַל און אַרײַנלאָזן ניבֿול-פּה אין אַ לײַטישער שטוב? צי קיין לײַטישע שטיבער, וווּ מע לייענט אַ ייִדיש בוך אַנשטאָט פּאָסמאַקעווען זיך פֿון גראָבע נאַרישע וויצן, זײַנען פֿאַר ייִדיש שוין אויך ניט פֿאַרבליבן?
און נאָך: איך מײַן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט, ווען מע מוז זיך צונויפֿנעמען, טאַקע אויף אַן אַקאַדעמישער אַסיפֿה, כּדי צו פֿאַרטיידיקן אונדזער שפּראַך און קולטור פֿון עם־הארצישע און שמוציקע, דווקא ייִדישע הענט.