חורבן, ישׂראל
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוליאַ סעלוטינאַ (רעכטס) און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, די טעכטער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם רוסישן חסיד־אומות העולם, פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ, מיטן געוועזענעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבֿ, מאיר לאַו, וועמען מיכײַליטשענקאָ האָט געראַטעוועט פֿון די נאַציס; בעת דער צערעמאָניע דעם 4טן אויגוסט, אין "יד־ושם", ירושלים
יוליאַ סעלוטינאַ (רעכטס) און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, די טעכטער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם רוסישן חסיד־אומות העולם, פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ, מיטן געוועזענעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבֿ, מאיר לאַו, וועמען מיכײַליטשענקאָ האָט געראַטעוועט פֿון די נאַציס; בעת דער צערעמאָניע דעם 4טן אויגוסט, אין "יד־ושם", ירושלים
Getty

אין חודש אויגוסט איז צוגעטיילט געוואָרן אין "יד־ושם" אין ירושלים די אויסצייכענונג חסיד־אומות־העולם דעם פֿאַרשטאָרבֿענעם פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ פֿון רוסלאַנד, וועלכער האָט געראַטעוועט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו אין דער צײַט פֿון חורבֿן. אין דעם צערעמאָניאַל אין אוהל־יזכּור האָבן זיך באַטייליקט דער געראַטעוועטער הרבֿ לאַו, וועלכער איז דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ און פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט בײַ "יד־ושם", די טעכטער פֿון באַערטן חסיד־אומות־העולם יוליאַ סעלוטינאַ און יעלענאַ בעלאַיעוואַ, וועלכע האָבן באַקומען דעם מעדאַל און דעם ערן־דאָקומענט אין נאָמען פֿון זייער פֿאָטער. עס האָבן זיך אויך באַטייליקט פּערזענלעכקייטן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, דער אַמבאַסאַדאָר פֿון רוסלאַנד אין ישׂראל, ווי אויך אַ גרופּע לערער פֿון אייראָפּע, וועלכע מאַכן איצט דורך קורסן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער שול פֿאַר חורבֿן־לימודים אין "יד־ושם".

פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ איז געבוירן געוואָרן אין ראָסטאָוו־אויפֿן־דאָן, רוסלאַנד, אין 1927. אין 1942, ווען די דײַטשן האָבן אָקופּירט ראָסטאָוו, זענען די תּלמידים פֿון דער שול וווּ פֿיאָדאָר האָט זיך געלערנט, עוואַקויִרט געוואָרן אין הינטערלאַנד, אָבער אַזוי ווי פֿיאָדאָר איז געווען קראַנק, איז ער פֿאַרבליבן מיט זײַנע עלטערן אין דער שטאָט. שכנים האָבן אים געמסרט און פֿיאָדאָר איז פֿאַרשיקט געוואָרן אויף צוואַנג־אַרבעט קיין דײַטשלאַנד. אין 1942, אין עלטער פֿון 16 יאָר, איז ער אַרעסטירט געוואָרן דורך דער "געסטאַפּאָ" אין דאָרטמונד און דעפּאָרטירט געוואָרן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענוואַלד.

ישׂראל־מאיר לאַו איז געבוירן געוואָרן אין 1937 אין פּיאָטריקאָוו, פּוילן. אין אָקטאָבער 1942 איז זײַן פֿאָטער, משה־חיים לאַו, דער רבֿ פֿון דער שטאָט, צוזאַמען מיט זײַן 13־יאָריקן ברודער שמואל און דעם גרעסטן טייל ייִדן פֿון דער שטאָט דעפּאָרטירט געוואָרן אין פֿאַרניכטונגס־לאַגער טרעבלינקע, וווּ זיי זענען דערמאָרדעט געוואָרן. דער 5־יאָריקער ישׂראל־מאיר ("לאָלעק"), זײַן מאַמע חיה און זײַן ברודער נפֿתּלי איז געלונגען אויסצומײַדן די דעפּאָרטאַציע. אָבער אין נאָוועמבער 1944, בעת אַ סעלעקציע איז די מאַמע פֿאַרשיקט געוואָרן צו איר טויט אין לאַגער ראַווענסברוק. פֿאַר דער סעלעקציע האָט זי געבעטן איר זון נפֿתּלי צו זאָרגן און באַשיצן זײַן ייִנגערן ברודער לאָלעק. נפֿתּלי און ישׂראל־מאיר זענען דעפּאָרטירט געוואָרן אין לאַגער פֿאַר צוואַנג־אַרבעט אין טשענסטאָכאָוו, און אין 1945 — קיין בוכענוואַלד.

ישׂראל־מאיר לאַו, 8 יאָר אַלט, פֿאַרלאָזט דעם קאָנצענטראַציע לאַגער בוכענוואַלד, דעם 11טן אַפּריל, 1945
ישׂראל־מאיר לאַו, 8 יאָר אַלט, פֿאַרלאָזט דעם קאָנצענטראַציע לאַגער בוכענוואַלד, דעם 11טן אַפּריל, 1945

אין בוכענוואַלד זענען די ברידער אָפּגעטיילט געוואָרן און לאָלעק איז אינטערנירט געוואָרן אין בלאָק נומ׳ 8, אַ ספּעציעלן באַראַק פֿאַר קינדער. אויך פֿיאָדאָר איז געווען אין דעם באַראַק און ער האָט אויף זיך גענומען די אויפֿגאַבע צו זאָרגן פֿאַר לאָלעקן. ער האָט געגנבֿעט קאַרטאָפֿל און אין באַהעלטעניש געקאָכט כּמעט יעדן אָוונט פֿאַר לאָלעקן אַ קאַרטאָפֿל־זופּ, ער האָט געשטריקט פֿאַר אים הענטשקעס אים צו באַשיצן קעגן דער מסוכּנער קעלט און האָט זיך צו דעם יונגן לאָלעק באַצויגן ווי אַ באַשיצער, ווי אַ טאַטע.

ווען די אַמעריקאַנער אַרמיי איז אָנגעקומען קיין בוכענוואַלד און האָט באַפֿרײַט דעם לאַגער, דעם 11טן אַפּריל 1945, האָבן די דײַטשן באַשאָסן דעם לאַגער פֿון אַלע זײַטן. די געפֿאַנגענע זענען געלאָפֿן צום טויער און פֿיאָדאָר האָט געהייסן לאָלעקן זיך צו לייגן אויף דער ערד, און ער אַליין האָט אים פֿאַרדעקט מיט זײַן קערפּער, און האָט דערמיט געשטעלט אין געפֿאַר זײַן אייגן לעבן.

אין זײַן ווענדונג צו "יד־ושם" שרײַבט הרבֿ לאַו:

"נאָך דער באַפֿרײַונג איז נפֿתּלי קראַנק געוואָרן אויף טיפֿוס און דרײַ טעג איז ער געלעגן אָן באַוווּסטזײַן. ווען ער האָט געעפֿנט די אויגן האָט ער געזען אַז איך האַלט אין איין האַנט אַ טשעמאָדאַן און מיט דער צווייטער האַנט האַלט איך די האַנט פֿון פֿיאָדאָר, און איך דערקלער אים אַז איך בין געקומען זיך געזעגענען, ווײַל איך פֿאָר מיט פֿיאָדאָרן קיין רוסלאַנד. אַזוי גרויס איז געווען מײַן ליבשאַפֿט און דאַנקבאַרקייט צו פֿיאָדאָרן."

בעת דער באַפֿרײַונג איז ישׂראל־מאיר לאַו געווען 8 יאָר אַלט און געווען דער ייִנגסטער לעבן־געבליבענער אין דעם לאַגער. צוזאַמען מיט זײַן ברודער נפֿתּלי איז ער עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אויף אַ שיף מיט קינדער־יתומים און דאָ געבויט אַ נײַ לעבן. ישׂראל־מאיר איז שפּעטער געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון מדינת־ישׂראל, נפֿתּלי איז געווען אַ הויך־ראַנגיקער דיפּלאָמאַט בײַ דעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום.

אין משך פֿון די אַלע יאָרן האָבן די ברידער לאַו זיך באַמיט צו געפֿינען פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ, אָבער ערשט איצט, כּמעט 65 יאָר נאָך דער מלחמה, איז עס, מיט דער הילף פֿון "יד־ושם", געלונגען און פֿיאָדאָר מיכײַליטשענקאָ איז נאָך זײַן טויט באַערט געוואָרן ווי חסיד־אומות־העולם.