- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַז אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דעם איצטיקן רוסלאַנד איז דער דאָזיקער אויפֿשטאַנד ווייניק וועמען באַקאַנט געווען, איז נישט אויף צו חידושן זיך; אַן אַנדער זאַך, אַז אין ישׂראל ווייסן וועגן דעם, בדרך־כּלל מענטשן פֿונעם עלטערן דור. אין שפּיץ פֿון דעם אויפֿשטאַנד איז געשטאַנען דער סאָוועטישער אָפֿיצער, אַ ייִד, אַלכּסנדר פּעטשערסקי. דער ווײַטערדיקער גורל פֿון דעם העלד איז געווען אַ גאַנץ דראַמאַטישער — שטראָף-באַטאַליאָן (לויט סטאַלינס באַפֿעל, האָבן די אָפֿיצערן ניט געטאָרט אַרײַנפֿאַלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט), שפּיטעלער נאָך אַ שווערער פֿאַרוווּנדונג, רדיפֿות פֿון דער מאַכט, שווערע קאָמונאַלע באַדינגונגען אין דער שטאָט ראָסטאָוו-אויפֿן-דאָן. פּעטשערסקיס העלדישקייט איז באַשטאַנען ניט בלויז אין דעם, וואָס ער איז געווען דער אָנפֿירער פֿונעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר, נאָר אויך אין דעם, וואָס ער, ניט געקוקט אויף די אַלע אוממענטשלעכע באַדינגונגען פֿון זײַן עקזיסטענץ, האָט אויך ווײַטער אונטערגעהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט זײַנע געווער־ברידער, צעשפּרייטע איבער דער גאַנצער וועלט. ביז זײַן טויט אין יאָר 1990 האָט פּעטשערסקי אומדערמידלעך געטאָן אַלץ, וואָס איז געווען אין זײַנע כּוחות, כּדי אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿון די, וועלכע זענען געפֿאַלן אין סאָביבאָר און באַשטראָפֿן די מיליטער־פֿאַרברעכער, וואָס האָבן געדינט אינעם טויט־לאַגער. דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער. נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים. אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350... דער נישט לאַנג פֿאַרשטאָרבענער תּל־אָבֿיבֿער קינסטלער "משהלע" בערנשטיין, דער פֿאַראייביקער פֿונעם מיטאָס פֿון ייִדישן שטעטל, דערשײַנט אין אייניקע פֿון זײַנע מאָלערײַען און צייכענונגען מיט אַ פּעקל אויף דער פּלייצע. דאָס איז דאָס פּעקל פֿון די ייִדישע צרות, וואָס ער, אַזוי ווי יעדער ייִד, שלעפּט אויף זיך אין זײַן צוויי טויזנט־יאָריקן גלות. עס איז ווערט צו באַטאָנען, אַז די דאָזיקע בילדער זײַנע האָט ער געמאָלט און געצייכנט אין מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דער אַנטיפּאָד און דער פֿאַרלייקענער פֿונעם גלות. איך מיין נישט דאָ צו פֿאַרגלײַכן די צוויי ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, וואָס יעדער איינער פֿון זיי איז פֿון אַן אַנדערן "שניט" און אויך פֿון אַן אַנדערן אָפּשניט אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל; און אין דער פּאָליטישער קאָנסטעלאַציע פֿון דעם ישׂראלדיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אָבער ביידע האָבן זיי אַרויפֿגעלייגט זייער שטעמפּל אויף דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישקייט. משה דיין, ווי דער גיבור פֿון דעם זעקס־טאָגיקן נצחון פֿון דער יונגער מדינה, און דער פֿאָטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָנצעפּציע"; אין דער אָנגענומענער טערמינאָלאָגיע פֿון די ספּאָרטיווע באַגריפֿן האָט מען דאָס גערופֿן: אַ וועט־געיעג איבער שטערונגען וואָס דער ספּאָרטלער דאַרף אַריבערשפּרינגען אויפֿן וועג צו זײַן ציל, צום נצחון. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס דער לעבעדיקער פּלויט, וועלכער דינט ווי דער מיכשול, די שטערונג, אין דעם סתּם־לויף אויפֿן וועג, וואָס איז אויסגעבעט פֿון שטעכלקעס און פֿאַרלייגט מיט לעבעדיקע פּלויטן. איבער זיי פּרובירט דער פּאָליטיקער אַריבערשפּרינגען אין זײַן וועטלויף צו אַן עקספּרעס־שלום אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר, לויט דעם וווּנטש פֿון אָבאַמאַ און דער הסכּמה פֿון נתניהו און אַבו־מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). "צום וויפֿלסטן מאָל"? — האָבן מיר שוין געפֿרעגט. און אַז די בשׂורה וועגן דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט איז אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש — האָבן מיר שוין געזאָגט? און אַז די דערוואַרטונגען אויף אַ שלום־הסכּם אין די נאָענטסטע יאָרן זײַנען שטאַרק געפֿאַלן — האָבן מיר שוין געשריבן? וואָס אַלץ איז שוין נישט געשריבן געוואָרן וועגן די שוואַכע אויסזיכטן אויף אַ גיכן שלום אין אונדזער ראַיאָן, און וואָס קאָן מען נאָך צו דעם אַלעם צוגעבן הײַנט, דרײַ טעג נאָך דער דערעפֿענונג פֿון דעם נײַעם שלום־פֿאַרמעסט אין וואַשינגטאָן, נאָכן "אײַנפֿעדעמען" — לויטן שנײַדערישן לשון, און נאָכן "אײַנזייפֿן" לויט דער פֿריזירער־שפּראַך — פֿון די דירעקטע געשפּרעכן? ס’ווײַזן זיך שוין די ערשטע סימנים פֿון סוף זומער? אָדער ס’ווילט זיך שוין זען זיי? ווי ס’זאָל נישט זײַן — דער סוף פֿון זומער זאָגט אָן אַ סך אָנהייבן. איינער פֿון זיי איז די מעלדונג, אַז דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ראשון־לציון הייבט אָן דעם סעזאָן מיט אַ הויכפּונקט: די סימפֿאָניע נומער 2 "התּחיה", פֿון גוסטאַוו מאַלער; און דיריגירן וועט זי דער יונגער סטאַבילער קונסט־דירעקטאָר פֿון אָרקעסטער, דן עטינגער. מאַלער געניסט בײַ אונדז אין ישׂראל פֿון גרויס פּאָפּולאַריטעט: מ’שפּילט מאַלערן אָפֿט און אומעטום. און מע פֿירט אויף אין טעאַטער מאַלערן; דער רעמאָנט פֿון "הבימה", אין דעם נאַציאָנאַלן ישׂראל־טעאַטער גייט אָן דראַמעס. אין דער אמתן, איז עס מער ווי אַ רעמאָנט — ס׳איז אַן איבערבוי, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אפֿשר מיט פֿינף יאָר צוריק און ווען מ’גייט דאָרט אַדורך — טוט אַ קלעם בײַם האַרצן; ס’איז נאָך אַלץ ווײַט פֿון סוף. שפּילט מען טעאַטער וווּ מע קען, איבער דער גאַנצער שטאָט; און ווען דער ספּעקטאַקל איז נישט אַזוי צום האַרצן — איז דאָ אויף וועמען אַרויפֿצוּוואַרפֿן די שולד: אויפֿן רעמאָנט, נאַטירלעך. רבֿקה מרים רבֿקה מרים איז איינע פֿון די גאָר פֿעיִקע העברעיִשע שרײַבערינס; אַ פּאָעטעסע און קינסטלערין אין מאָלערײַ. זי דערשײַנט אינעם בוך "מיר זײַנען אַלע נאָענט", צווישן אַ פּלעיאַדע פֿון העברעיִשע שריפֿטשטעלער און שריפֿטשטעלערינס. צווישן זיי: אַהרון אַפּלפֿעלד, חיים באר, יצחק בן מרדכי, אַ. כּרמי, אלעזר פֿרײַפֿעלד, שולמית הרבֿן, יהושע כּנז, אַריה ליפֿשיץ, יאל מעדיני, יצחק אורפּז, עמוס עוז, דן פּאַגיס, אסנת פּעטרי, בנימין תּמוז, אַ. ב. יהושוע און נתן זאַך. פֿאַר מיר זײַנען זיי כּמעט געווען פֿרעמד. נישט יעדער שוישפּילער איז זוכה צו אַזאַ באַערונג. אין זאַל פֿון "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען געפֿײַערט 65 יאָר פֿון יעקבֿ אַלפּערינס קאַריערע, איינעם פֿון די גרינדער פֿון דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, וואָס אין עלטער פֿון אַכט און אַכציק יאָר איז ער דער עלטסטער צווישן די אַקטיאָרן וועלכע זענען טעטיק אויף דער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. "טאַקע 65 יאָר, יאַנקעלע?" — פֿרעג איך אים. "פּונקט אַזוי און אַפֿילו איינס נישט ווינציקער" — ענטפֿערט ער, און טראָגט זיך אַריבער ווײַט, צום סאַמע אָנהייב, בעת אין טרויעריקע אומשטענדן איז ער געוואָרן אַן אַקטיאָר. נאָך פֿיר יאָר פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו אויפֿן צפֿון און צוויי יאָר רו אויפֿן דרום האָט מדינת־ישׂראל, און צוזאַמען מיט איר, פֿאַרשטייט זיך, דער גאַנצער מיטעלער מיזרח, זיך אויפֿגעוועקט אַ דערשראָקענער פֿון אַ סעריע בומען — און איז ווידעראַמאָל געוואָרן אַוועקגעשטעלט אויף דער שוועל פֿון אַ נײַער מלחמה: אַ ראַקעטע איז אַרויסגעשאָסן געוואָרן פֿונעם עזה־פּאַס אויף אשקלון און צוויי אַנדערע אויפֿן מערבֿדיקן נגבֿ, דערנאָך זענען פֿינף גראַד־ראַקעטעס געשאָסן געוואָרן פֿונעם עגיפּטישן שטח אין סיני אויף דער ישׂראלדיקער שטאָט אילת, אָן שאָדנס, און אויף איר יאָרדאַנישער שכנה אַקאַבאַ, מיט מענטשלעכע קרבנות און מאַטעריעלע שאָדנס. דער שרײַבער אַהרן אַפּלפֿעלד איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך בין אַ קנאַפּע לייענערין פֿון העברעיִשע ליטעראַטן. זינט מיר זײַנען אַוועק פֿון ישׂראל זײַנען שוין פֿאַרלאָפֿן אַ דרײַסיק יערעלעך. איז דערווײַל האָט מײַן העברעיִש גענומען זשאַווערן און מײַן עבֿרית האָט גענומען גיין איבער די הײַזער און בעטלען "ווי זאָגט מען?.." אָבער מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אויפֿגעהויבן אַ ביכל אין "אַרבעטער־רינג"־ביכער־קראָם, וואָס האָט געהייסן "מיר זײַנען אַלע נאָענט" — אינטערוויוען און שמועסן מיט אַכצן העברעיִשע שריפֿטשטעלער און פּאָעטן, צווישן זיי מחברים און מחברטעס. אַרויסגעגעבן האָט דאָס בוך זייער אַ פֿעיִקער שרײַבער, אינטערוויואַנט און מיטשמועסער — חיים טשערטאָק. |