- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט אין דער מערבֿדיקער וועלט געלעבט אַ גוטן טאָג די וויסנשאַפֿט, וועלכע איז געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאָרשן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די סיבות פֿון אַזאַ מצבֿ דאַרף מען ניט באַזונדערס דערקלערן — דער אידעאָלאָגישער פֿראָנט האָט זיך תּמיד גענייטיקט אין כּלערליי אינטעלעקטועלער סחורה: אַנאַליטישע איבערזיכטן, היסטאָרישע אַנטפּלעקונגען, פּראָגנאָזן וכ׳. אין דער אָנגענומענער טערמינאָלאָגיע פֿון די ספּאָרטיווע באַגריפֿן האָט מען דאָס גערופֿן: אַ וועט־געיעג איבער שטערונגען וואָס דער ספּאָרטלער דאַרף אַריבערשפּרינגען אויפֿן וועג צו זײַן ציל, צום נצחון. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס דער לעבעדיקער פּלויט, וועלכער דינט ווי דער מיכשול, די שטערונג, אין דעם סתּם־לויף אויפֿן וועג, וואָס איז אויסגעבעט פֿון שטעכלקעס און פֿאַרלייגט מיט לעבעדיקע פּלויטן. איבער זיי פּרובירט דער פּאָליטיקער אַריבערשפּרינגען אין זײַן וועטלויף צו אַן עקספּרעס־שלום אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר, לויט דעם וווּנטש פֿון אָבאַמאַ און דער הסכּמה פֿון נתניהו און אַבו־מאַזען (מאַכמוד אַבאַס). איך דאַרף אַ סוכּה אַז דו וועסט זײַן אַ גוט ייִנגעלע, וועסטו עסן אין סוכּה... אַ סך ייִדן עסן ניט אין סוכּה, דאָס איז אַ שאָד. די צרה מיט אונדזערע ייִדן איז, וואָס זיי ווילן ליבערשט עסן אין אַ פֿײַנעם, וואַרעמען "דײַנינג־רום", איידער אין אַ סוכּה. זיי ווילן ניט זיצן און עסן אין זייערע אָווערקאָוטס [מענטל], און זיי האָבן בטבֿע פֿײַנט קאַלטע זופּ... און דערפֿאַר איז אונטערגעגאַנגען אַ מעגלעכקייט פֿאַר אַ גרויסער סוכּה־אינדוסטריע, וואָס וואָלט געקענט דערפֿירט ווערן זייער ווײַט, אויב מען זאָל נאָר לאָזן...
אַלבערט קאַגאַנאָוויטש. די אַלטע ייִדישע שטאָט רעטשיצע ליגט אין מיזרח־פּאָלעסיע, אַ גרענעץ־לאַנד צווישן פֿאַרשידענע פֿעלקער און קולטורן. אין מיטלאַלטער האָט רעטשיצע געהערט צו דעם ליטווישן גרויספֿירשטנטום, און דערנאָך איז עס אַריבער אינעם באַשטאַנד פֿון דעם פּויליש־ליטווישן מלכות. אָבער ניט זעלטן איז די געגנט פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך דעם מיזרחדיקן שכן — מאָסקווע; בפֿרט אינעם 17טן יאָרהונדערט, ווען די מיזרח־קאַנטן פֿון פּוילן האָבן געליטן פֿון קאָזאַקישע אָנפֿאַלן. נאָך דער צווייטער צעטיילונג פֿון פּוילן איז רעטשיצע אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך איז די שטאָט געוואָרן אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער בעלאָרוסישער רעפּובליק, און איצט געהערט זי צו דער אומאָפּהענגיקער מדינה בעלאַרוס. איך האָב נישט געגלייבט מײַנע אויגן, נישט געריכט זיך און נישט פֿאָרגעשטעלט זיך, אַז אַ חבֿרה חסידים וועלן זיך פֿאַרשטענדיקן מיט מיר דורך בליצפּאָסט און מיר מכבד זײַן מיט אַזאַ מין בריוועלע אין זייער אייגן לשון. "מײַן נאָמען איז פֿײַוויש פֿונק (נישט דער אמתער נאָמען), און איך וווין אין ברוקלין. איך בין אַ טאַטע פֿון זיבן זיסע קינדערלעך און איך האָב בע״ה זייער אַ וווילע פֿרוי און אַ גוטע פּרנסה רעלאַטיוו צום הײַנטיגן עקאָנאָמיע. מיר זײַנען צען חסידים וואָס ליינען אײַערע אַרטיקלען וועכנטלעך כּמעט. פֿאַרשטייט זיך אַז מיר זענען מער נישט אַזוי קנאָיש (פֿאַנאַטיש) פֿרום, פֿון אינעווייניג מיר זענען טאָלעראַנט און "אויסגעברענט." אָבער פֿון דערויסען זענען מיר נאָרמאַל חסידיש. מיר האָבן אַלע פֿאַמיליעס. איך וואָלט געוואָלט בעטן טרעפֿן מיט אײַך. מיר וועלן צופֿאָרן אין דער בראָנקס אָדער מאַנהעטן. אין די ימים־נוראָים, ווי אויך במשך פֿון די עשׂרת־ימי־תּשובֿה בכלל, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל. אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז יום־כּיפּור איז דער טאָג, ווען די ייִדן ווערן ריין פֿאַרן אייבערשטן: "לפֿני השם תטהרו". דער דאָזיקער פּסוק האָט אויך אַ טיפֿערן באַדײַט. דער אייבערשטער איז, בעצם, העכער פֿון אַלע באַגריפֿן. אַפֿילו דער באַגריף "ג-ט" באַצייכנט נישט דעם אמתן אַבסאָלוט, נאָר בלויז אַ געוויסע מענטאַלע קאָנסטרוקציע, וואָס ווערט געשאַפֿן אינעם מענטשלעכן שׂכל, ווען מיר טראַכטן וועגן ג־טלעכקייט. אין ניו־יאָרק קומט איצט פֿאָר דער יערלעכער "ניו־יאָרקער וועלט־פֿעסטיוואַל". הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל — מוזיק פֿונעם שוואַרצן ים. די אונטערנעמונג איז אַ בשותּפֿותדיקע צווישן דעם "מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי", "דעם וועלט־מוזיק־אינסטיטוט" און "דעם צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ". דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף די דינאַמישע טראַדיציעס פֿון די פֿעלקער אַרום דעם שוואַרצן ים, וואָס איז אַ קווערשניט פֿון אַזיע און אייראָפּע. עס וועלן זיך באַטייליקן מוזיקער נישט נאָר פֿון די לענדער בולגאַריע, טערקײַ און רומעניע, נאָר אויך אַמעריקאַנער אימיגראַנטישע מוזיקער פֿון די לענדער. צווישן די געסט דעם זומער אין ניו־יאָרק איז געקומען פֿון ישׂראל פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן פֿון "בר־אילן"־אוניווערסיטעט. געקומען איז ער צוליב אַ קאָנפֿערענץ פֿון העברעיִש־לערערס, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש — וועגן די ייִדישע שריפֿטן פֿונעם יונגן ש. עגנון. אין "בר־אילן" געפֿינט זיך זײַן פּאָזיציע אינעם "אָפּטייל פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק", וווּ די העברעיִשע ליטעראַטור שטייט אויבן אָן, אָבער מיט קורסן וועגן דער ייִדישער און לאַדינאָ־ליטעראַטור אויך. קורסן וועגן דעם ייִדישן קינאָ און וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען זײַנע ספּעציאַליטעטן. און וועגן דער צווייטער טעמע האָט ער געהאַלטן אַ פֿײַנע לעקציע פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט אין ניו־יאָרק דעם זומער. ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", וואַרפֿן זיך אין די אויגן אַרטיקלען, וואָס באַשרײַבן דעם אונטערשייד צווישן דעם ייִדישן לעבן אין דער אַלטער היים און דעם נײַעם, אַמעריקאַנער נוסח פֿון ייִדישקייט, ווי אויך — און דאָס איז אפֿשר אין אַ גרעסערער מאָס — באַשרײַבונגען וועגן דעם, ווי עס האָט זיך געפֿירט "בײַ די לײַט", דאָס הייסט בײַ די "עכט-אַמעריקאַנער". איך האָב אויסגעקליבן צוויי אַזעלכע אַרטיקלען און גענומען פֿון זיי אויסצוגן; ווײַל פֿריִער האָט די צײַטונג געדרוקט אַ סך לענגערע אַרטיקלען ווי איצט. איך ווייס ניט צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אין פֿראַנקרײַך האָט זיך לעצטנס געטאָן חושך. הונדערטער טויזנטער מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט און געסטרײַקט, ווײַל דער פּאַרלאַמענט האָט באַטראַכט (און שוין כּמעט אָנגענומען) אַ געזעץ וועגן אַריבערטראָגן אויף צוויי יאָר שפּעטער דעם עלטער, ווען אַרבעטנדיקע פֿראַנצויזן קענען פּענסיאָנירט ווערן. איצט איז דער עלטער דאָרטן 60 יאָר, בעת דער נײַער געזעץ פֿאַרלענגערט עס ביז 62 יאָר. (מע קען די פֿראַנצויזן סײַ-ווי-סײַ מקנא זײַן — אין אַ סך לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קען מען נאָר חלומען וועגן אַזאַ לוקסוס פֿאַר עלטערע מענטשן.) אַ סך מענטשן קווענקלען זיך צו טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט, ווײַל זיי האַלטן, אַז ס'איז פֿול מיט באַקטעריע. אָט די זאָרג איז מסתּמא די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס דער פֿאַרקויף פֿון וואַסער אין פֿלעשלעך איז אַזוי הויך געשטיגן במשך פֿון די לעצטע 15 יאָר. אָבער אויב איר וווינט אין אַ גרויסער שטאָט, און איר קויפֿט כּסדר פֿלעשלעך וואַסער, איז מעגלעך, אַז איר פּטרט אײַער געלט. דער אמת איז, אַז אַ פֿערטל פֿון די פֿירמעס, וואָס פֿאַרקויפֿן וואַסער, אַרײַנגערעכנט די גרויסע פֿירמעס Dasani און Aquafina, ניצן נישט מער ווי געפֿילטערט וואַסער פֿונעם קראַנט. אַ סך שטעט מוזן, לויטן געזעץ, רעגלמעסיק דיסאינפֿיצירן זייער וואַסער־פֿאַרזאָרג, און קאָנטראָלירן, צי עס געפֿינען זיך דאָרט נישט קיין פּאַראַזיטן, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿירמעס פֿון פֿאַרקויפֿטן וואַסער, סוכּות איז אַ טראַדיציע צו עסן האָלישקעס (אויך באַקאַנט ווי האָלופּצעס, פּראַקעס אָדער געוויקלט קרויט), כּדי צו באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַרן געראָטענעם שניט. טאָמער באַמיט איר זיך אויסצומײַדן רינדערן פֿלייש, פּרוּווט אויס דעם וועגעטאַרישן רעצעפּט פֿאַר האָלישקעס מיט שוועמלעך. ס׳מאַכט נישט אויס וואָסערע מין שוועמלעך איר ניצט: די געוויינטלעכע ווײַסע, פּאָרטאָבעלאָ, קרימיני אָדער פּאָרציני. 1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 ציבעלעס, צעהאַקט |