פּראָפֿ׳ בער קאָטלערמאַן |
צווישן די געסט דעם זומער אין ניו־יאָרק איז געקומען פֿון ישׂראל פּראָפֿעסאָר בער קאָטלערמאַן פֿון "בר־אילן"־אוניווערסיטעט. געקומען איז ער צוליב אַ קאָנפֿערענץ פֿון העברעיִש־לערערס, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש — וועגן די ייִדישע שריפֿטן פֿונעם יונגן ש. עגנון. אין "בר־אילן" געפֿינט זיך זײַן פּאָזיציע אינעם "אָפּטייל פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק", וווּ די העברעיִשע ליטעראַטור שטייט אויבן אָן, אָבער מיט קורסן וועגן דער ייִדישער און לאַדינאָ־ליטעראַטור אויך. קורסן וועגן דעם ייִדישן קינאָ און וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען זײַנע ספּעציאַליטעטן. און וועגן דער צווייטער טעמע האָט ער געהאַלטן אַ פֿײַנע לעקציע פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט אין ניו־יאָרק דעם זומער. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט ער אויך אָנגעהויבן אָנצופֿירן מיט קלאַסן וועגן שלום־עליכמען און דער ייִדישער פּרעסע.
קאָטלערמאַן איז געבוירן געוואָרן אין אירקוטסק, רוסלאַנד, וווּ זײַנע טאַטע־מאַמע, ביראָבידזשאַנער, זענען געפֿאָרן צו שטודירן. ווען ער איז געווען דרײַ יאָר אַלט זענען זיי צוריקגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן. כאָטש ייִדיש האָט מען שוין אין זײַן צײַט ווייניק געלערנט אין ביראָבידזשאַן, געדענקט ער יאָ ווי מע האָט געלערנט דעם אלף־בית. דער עיקר, האָט ער זיך געלערנט מאַמע־לשון פֿון זיידע־באָבע.
אין 1992 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל אַליין, און טאַטע־מאַמע זענען געקומען באַלד נאָך דעם. זײַן דאָקטאָר־אַרבעט וועגן דעם סטאַטוס פֿון ייִדיש אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער ביז 1940ער יאָרן האָט ער באַקומען פֿון "בר־אילן"־אוניווערסיעטעט. הײַנט וווינט ער אין אַ קליינעם ייִשובֿ אין שומרון וואָס הייסט נוה־צוף. אין 2009 איז דערשינען זײַן בוך In Search of Milk and Honey: The Theater of Soviet Jewish Statehood וועגן דעם ביראָבידזשאַנער טעאַטער.
אַ סצענע פֿונעם ביראָבידזשאַנער טעאַטער, 1935 |
וועגן דער פֿאָרשונג אויף דער טעמע, דערציילט קאָטלערמאַן: "דער הויפּט־אַרכיוו פֿאַר דער פֿאָרשונג איז נישט געווען אין ביראָבידזשאַן; וויכטיקע מאַטעריאַלן האָב איך געפֿונען נישט ווײַט פֿון מײַן היים, אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, אינעם ׳דיאַספּאָראַ־אַרכיוו׳. דאָרטן האָט זיך אָפּגעפֿונען דער אַרכיוו פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר פֿײַוויש אַראָנעס. אַראָנעס האָט עולה געווען פֿון ריגע אין די 1970ער יאָרן און ער האָט פֿאַרשריבן זײַנע זכרונות — אַן אוצר — ווײַל קיין סך דאָקומענטאַציע וועגן ייִדיש אין ביראָבידזשאַן איז נישט פֿאַראַן".
אין די נײַן העפֿטן פֿון אַראָנעסן, וואָס האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם ביראָבידזשאַנער טעאַטער האָט קאָטלערמאַן געפֿונען אַן "עולם ומלואו". אין ביראָבידזשאַן האָט מען בעת די ערשטע יאָרן פֿון 1930 געשטעלט די געוויינטלעכע סאָוועטיש־ייִדישע פּיעסעס, וואָס דער מאָסקווער "גאָסעט" האָט בעצם באַשטימט. אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1930ער יאָרן האָט מען אָבער אָנגעהויבן צו שאַפֿן אָריגינעלן טעאַטער — עמנואל קאַזאַקעוויטש האָט, למשל, געשריבן די פּיעסע "מילך און האָניק"; און מע האָט קאָמפּאָנירט אָריגינעלע מוזיק. "לויט מײַן מיינונג איז דאָס געוואָרן איינער פֿון די בעסטע טעאַטערס אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד" — זאָגט קאָטלערמאַן. זײַן אַנאַליז אינעם בוך באַטראַכט ווי אַזוי מע האָט צונויפֿגעשמעלצט די סאָוועטישע אידעאָלאָגיע מיט דער בויוּנג פֿון דער ייִדיש־סאָוועטישער מלוכישקייט און מיטן ייִִדישן טעאַטער.
אינטערעסאַנט איז די ביאָגראַפֿיע פֿון משה גאָלדבלאַט, איינער פֿון די בויערס פֿונעם ביראָבידזשאַנער טעאַטער. ער איז געווען אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, און מע האָט אים געבעטן גרינדן אַ ציגײַנער־טעאַטער אין מאָסקווע אין די 1930ער יאָרן — דער טעאַטער שפּילט נאָך הײַנט. ער האָט געשטאַמט פֿון בוקעווינע, און האָט געקענט אַ ביסל ציגײַנעריש. אַ דאַנק דעם טעאַטער איז ער געוואָרן באַרימט. אָבער ווען מע האָט געוואָלט איבערפֿירן דעם טעאַטער אויף רוסיש האָט ער זיך אָפּגעזאָגט: "סע וועט זײַן אַ פֿאַלשער טעאַטער" — האָט גאָלדבלאַט געטענהט. האָט מען אים געשיקט, ווי אַ שטראָף, קיין ביראָבידזשאַן וווּ ער האָט אויפֿגעטאָן וווּנדער אינעם טעאַטער אין די יאָרן 1937—1938. די פֿאָרשטעלונגען, דאַרף מען אַרײַנרעכענען אין דער גאָלדענער תּקופֿה פֿונעם סאָוועטש־ייִדישן טעאַטער, באַטאָנט קאָטלערמאַן.
דער ביראָבידזשאַנער טעאַטער האָט געליטן, ווי אַלע ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס אין די סוף 1940ער יאָרן. מע האָט אים אַפֿילו געוואָלט איבערמאַכן אויף רוסיש. אין 1949 האָט מען אים געשלאָסן צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע ייִדישע טעאַטערס אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. גאָלדבלאַט און פֿײַוויש אַראָנעס האָט מען פֿאַרמישפּט און פֿאַרשיקט. דעם אַקטיאָר משה זשעלקאָווער האָט מען אויך פֿאַרשיקט, אָבער זײַן זון האָט עולה געווען און געשפּילט אינעם הבימה־טעאַטער.
בשעת זײַן וויזיט אין אַמעריקע האָט פּראָפֿ׳ קאָטלערמאַן אויך געטאָן אַ ביסל פֿאָרשאַרבעט וואָס שייך זײַן איצטיקן הויפּט־פּראָיעקט — שלום־עליכם און דעם קינאָ. ער דערציילט: "איך האָב געפֿונען עטלעכע סצענעאַרן פֿון שלום־עליכמען, וואָס ער האָט געשריבן פֿאַר די קינאָ־פֿירמעס. דערווײַל האָב איך אַנטדעקט 8 אַזוינע סקריפּטס פֿאַר שטומע קינאָ־פֿילמען אין סטיל פֿון טשאַרלי טשאַפּלין. אין עטלעכע בריוו, וואָס איך האָב אויך געפֿונען, שרײַבט שלום־עליכם וועגן זײַנע געדאַנקען פֿון קינאָ און טעאַטער. זײַן וויזיע, לויט די בריוו, איז געווען גאַנץ הײַנטצײַטיק און מאָדערן. ער האָט געוואָלט, זעט אויס, מישן די צוויי קונסטן אין איין שאַפֿונג". דער יונגער בן־ציון גאָלדבערג האָט מיט שלום־עליכמען געאַרבעט אויף די סצענאַרן.
עס זענען פֿאַראַן טאַקע טשיקאַווע חילוקים צווישן די אָריגינעלע ווערק און די פֿילם־באַאַרבעטונגען. למשל, אינעם פֿילם־סצענאַר וועגן טבֿיה דער מילכיקער, שפּרינגט חוה אַרײַן אין אַ ברונעם צום סוף. "דאָס לייזט דעם פּראָבלעמאַטישן סוף", האַלט קאָטלערמאַן און ווײַזט, אַז שלום־עליכם האָט געדאַרפֿט צופּאַסן זײַן ווערק פֿאַר אַ נײַעם עולם אין קינאָ, אַ עולם וואָס באַשטייט נישט נאָר פֿון ייִדן. מסתּמא האָט שלום־עליכם געחלומט פֿון סוקצעס אין האָליוווּד, ווער ווייסט?