פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב נישט געגלייבט מײַנע אויגן, נישט געריכט זיך און נישט פֿאָרגעשטעלט זיך, אַז אַ חבֿרה חסידים וועלן זיך פֿאַרשטענדיקן מיט מיר דורך בליצפּאָסט און מיר מכבד זײַן מיט אַזאַ מין בריוועלע אין זייער אייגן לשון.

"מײַן נאָמען איז פֿײַוויש פֿונק (נישט דער אמתער נאָמען), און איך וווין אין ברוקלין. איך בין אַ טאַטע פֿון זיבן זיסע קינדערלעך און איך האָב בע״ה זייער אַ וווילע פֿרוי און אַ גוטע פּרנסה רעלאַטיוו צום הײַנטיגן עקאָנאָמיע. מיר זײַנען צען חסידים וואָס ליינען אײַערע אַרטיקלען וועכנטלעך כּמעט. פֿאַרשטייט זיך אַז מיר זענען מער נישט אַזוי קנאָיש (פֿאַנאַטיש) פֿרום, פֿון אינעווייניג מיר זענען טאָלעראַנט און "אויסגעברענט." אָבער פֿון דערויסען זענען מיר נאָרמאַל חסידיש. מיר האָבן אַלע פֿאַמיליעס. איך וואָלט געוואָלט בעטן טרעפֿן מיט אײַך. מיר וועלן צופֿאָרן אין דער בראָנקס אָדער מאַנהעטן. מיר שעצן זייער אײַער שטאָלצער לעבנס לאַנגער מסירת נפֿש פֿאַר אונדזער מאַמע־לשון. מיר ווייסן אַז מיר האָבן אַסאַך וואָס קונה זײַן פֿון אײַך. כאָטשיג איר זענט נישט קיין חסידישע פֿרוי ווי אונדזערע באָבעס, שפּירן מיר אַז איר זענט דער לעצטער ריז אין אידישן ליטעראַטורישן וועלט. איר זענט אַ שטיקל באַשעוויס־זינגער וואָס לעבט. אײַערע נסיונות, מלחמות און טריאומפֿן און אײַערע טואונגען פֿאַרן אידישן קולטור, וועט אונדז פֿיל קלוגער מאַכן. זענט איר גרייט צו אונדז לאָזן אײַך אויסהערן דעם מיטוואָך נאַכט?"

אָט האָט איר עס ווי עס גייט און שטייט. נאָכן באַקומען אַזאַ בריוועלע בין איך געוואָרן ממש פֿאַרציטערט פֿון אַנטציקונג. שטעלט אײַך פֿאָר, צען חסידיש יונגע־לײַט און איך. איז וואָס, למשל, ווילן זיי פֿון מיר? האָב איך אַ רגע געטראַכט. איך האָב באַשטימט צו טרעפֿן זיך מיט זיי אין אַן עפֿנטלעך פּלאַץ.

פּונקט זיבן אַ זייגער האָבן זיי זיך באַוויזן, חסידים מיט בערד און אָן בערד, מיט פּאות און אָן פּאות, מיט קאַפּעלעך און אָן קאַפּעלעך. איך וואָלט געזאָגט אַז זייער עלטער איז געווען צווישן צוואַנציק און דרײַסיק. זיי האָבן געטראָגן ווײַסע העמדער, זייער באַלעבאַטיש. אַלע באַשמייכלט און אַנטציקט וואָס זיי האָבן אויסגעפֿירט ס׳זייעריקע. איך פֿון מײַן זײַט, האָב זיך מיט אַ מאָל דערפֿילט גליקלעך. נאָך אַלעמען, חסידישע יונגע־לײַט ווילן (pick my brain). דאָס הייסט, זיי ווילן דערגיין דעם פּולס פֿון מײַן געדאַנקען־גאַנג. מיר האָבן זיך באַגריסט בעת זיי האָבן מיר אַלע דערלאַנגט די הענט. דאָ האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז איך בין נישט נאָר אויף זיכערער טעריטאָריע, נאָר די חבֿרה האָט זיך שוין ערגעץ אויסגעגליטשט פֿונעם פֿרומען דרך־הישר. מיר האָבן געפֿונען אַ טישל. אַלע האָבן זיך אַרומגעזעצט מיט שמייכלענדיקע אויגן און אויפֿגעהײַטערטע פּנימער. איך האָב זיך מאָמענטאַל אַנטטשוכעט און גענומען דאָס וואָרט:

"ליבע פֿרײַנד! אָט בין איך דאָ און בין גרייט אײַך צו ענטפֿערן כּמעט אויף אַלע אײַערע קשיות."

אַלע האָבן זיך אָפּגערופֿן מיט אַ מאָל. נאָר פֿײַוויש, וועלכער איז געזעסן לעבן מיר האָט אויפֿגעהויבן די הענט און קאָמאַנדירט דער חבֿרה פּאַמעלעך, פּאָוואָליע זיך אײַנהאַלטן און רעדן בײַ אַ געלעגנהייט. איז וואָס האָבן די חסידים געוואָלט וויסן: וואָס איז זיי געגאַנגען אין לעבן צו דערגיין? און פֿאַרוואָס איך? האָבן זיך אָנגעהויבֿן צו שיטן צענדליקער פֿראַגעס. איין פֿראַגע האָט זיך געדראַפּעט אויף אַ צווייטער. ווער בין איך? פֿון וואַנען קום איך? פֿון וועמען שטאַם איך? זיי קויפֿן דעם "פֿאָרווערטס" בסתּירה. מײַן ייִדיש איז דאָך אַזוי אַנדערש פֿון זייערן — פֿאַרוואָס? ווי קומט עס אַז בײַ זיי אין ברוקלין צעקאַליעטשעט מען און מ׳צעקריפּלט אונדזער מאַמע־לשון? ווי אַלט איז ייִדיש? פֿון וואַנען האָט זיך עס גענומען? און די ייִדישע ליטעראַטור? איינער פֿון זיי האָט געלייענט יצחק באַשעוויסעס ווערק און האַלט פֿון אים אַ וועלט. נאָך אַלעמען שילדערט ער אַ פֿאַר־מלחמהדיקע וועלט וואָס איז זיי נישט באַקאַנט. און זײַנע סעקס־מעשׂיות? ווי קומט עס וואָס ער פֿילט זיך פֿרײַ צו רעדן וועגן דעם? און ארץ־ישׂראל? וואָס טראַכט איך וועגן מדינת־ישׂראל? זעט אויס, אַז זיי זײַנען דאָרט קיין מאָל נישט געווען. איך שטעל זיך פֿאָר אַז זייער פֿרומע דערציִונג פֿאַרבאָט עס. און לגבי דעם חורבן; ווען טראַכט איך וועט זיך אַראָפּלאָזן אויף אונדז נאָך אַזאַ חורבן ווי אין מיזרח־אייראָפּע און וווּ וועט עס זײַן? קען עס זײַן אין ארץ־ישׂראל? און ווי קומט עס אַז צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זײַנען געווען אַזוי פֿיל געלערנטע אויפֿן געביט פֿון וויסנשאַפֿט, ליטעראַטור און פּאָעזיע, פֿילאָסאָפֿיע, און דאָס גלײַכן? ווער זײַנען זיי געווען, יענע ייִדן? און פֿאַרוואָס האָבן זיי יאָ געקענט צוקומען צו די ליטעראַרישע, וויסנשאַפֿטלעכע, פֿילאָסאָפֿישע אוצרות פֿון דער וועלט, און פֿאַר די יונגע חסידים איז אַלץ טיף און געשלאָסן?

דאַכט זיך מיר, אַ גאַנץ היפּשע עובֿדה האָבן די חסידים אַרויפֿגעלייגט אויף מײַנע פּלייצעס. האָב איך זיך אַרויפֿגעשאַרצט די אַרבל און גענומען ענטפֿערן אויף זייערע קשיות אויף וויפֿל מעגלעך. איך האָב גערעדט וועגן ייִדישע שפּראַכן. זיי האָבן געשטוינט. וועגן דער ייִדישער געשיכטע, גלות און וואָס מיר האָבן אויפֿגעטאָן אין די צוויי טויזנט יאָר גלות. שוין אָפּגערעדט וועגן דעם ערשטן גלות אין בבֿל וווּ מען האָט געשריבן די גמרא, אויפֿגעשטעלט ישיבֿות און אָפּגעלעבט כּמעט טויזנט יאָר. און אַראַמעיִש (אַראַמיש) וואָס איז געווען ממש פֿאַררעכנט פֿאַר אַ ייִדישער שפּראַך; ווי אַראַמעיִש איז אַרײַנגעדרונגען אין לשון־קודש אַזוי היפּש. און אין וואָס באַשטייט אַ שפּראַך, אַ וועלט־שפּראַך אָדער אונדזערס אַ שפּראַך.

די חבֿרה האָבן אַלץ רעקאָרדירט, ווײַל אַ יעדעס וואָרט מײַנס האָט זיי אָנגעגריפֿן ווי פֿון אַ קאַנאָן. טאַקע? האָבן זיי זיך קוים געגלייבט. אָט אַזאַ מין שליטוועגס האָבן מיר אַדורכגעמאַכט אין דער וועלט. חבֿרה, נישט צום גלייבן, האָבן זיך זייערע פּאות געשאָקלט מיט יעדן דריי פֿון קאָפּ. זיי האָבן באַדויערט וואָס מען האָט זיי נישט אַנטוויקלט ווי ייִדן. זיכער זײַנען זיי פֿרום און שאָקלען זיך איבער דער גמרא. אָבער זיי ווייסן אַ קרענק ווען עס קומט צו וויסן וועגן זייער אָפּשטאַם ווי אַ פֿאָלק. די רביים ווייסן אויך נישט, האָבן זיי מיר פֿאַרזיכערט. זײַנען זיי פֿאַרבליבן אויסגעליידיקט, מיט אַ טיפֿן חור בהשׂכּלה. וואָס דאָס מיינט, אַז זיי טאָפּטשען זיך אין אומוויסן. די צרה איז געווען ווען איך האָב דערהערט אַז זיי האָבן שוין ספֿקות אין דער אמונה, זיי גלייבן שוין נישט אין גאָט און שפּילן די ראָלע אין דער היים און אין גאַס. ס׳איז זיי געגאַנגען אין לעבן אָט די ערשטע פֿראַגע:

"זאָגט מיר, אין וואָס באַשטייט אײַער ייִדישקייט. נאָך אַלעמען זײַנען דאָך אײַערע אַרטיקעלעך אָנגעפּיקעוועט מיט ייִדישן גײַסט?"

איז ערשטנס, האָב איך זיי נישט געוואָלט אַראָפּפֿירן פֿון וועג און מאַכן פֿון זיי אַפּיקורסים. אין דעם איז מיר, חס־וחלילה, זיכער נישט געגאַנגען. פֿאַרקערט. איך האָב זיי געוואָלט באַרײַכערן אין ייִדישן אויסדויער און קיום, און דער עיקר, ווי אַזוי מיר האָבן אויף די אייגענע פּלייצעס דערשלעפּט אונדזער אמונה, אונדזערע שפּראַכן, דער עיקר טויזנט יאָר ייִדיש. מיר האָבן זיך געשלעפּט צוויי טויזנט יאָר נישט נאָר מיט בעטגעוואַנט, נאָר אויך מיט דער תּורה, גמרא, הייליקע ספֿרים, און דאָ בין איך געבליבן שטיין. איך האָב זיי אויפֿגעקלערט:

"איר ווייסט חבֿרה, אַז די ייִדן וואָס זײַנען אַוועק פֿון פֿרומקייט האָבן זיך גענומען דינען אַ פֿרעמדן גאָט, צי דאָס איז געווען קאָמוניזם, סאָציאַליזם, אַנאַרכיזם, ציוניזם און צו אַ שלל איזמס וואָס זיי האָבן זיך צוגעאייגנט. זיי האָבן פֿאַרביטן איין גאָט אויף אַ צווייטן, נאָר דער צווייטער האָט זיי פֿאַרפֿירט, זיי אַראָפּגעפֿירט פֿונעם דרך־הישר. אַ סך פֿון זיי האָבן באַצאָלט דערפֿאַר מיט זייערע לעבנס. מען דאַרף געפֿינען אַ דרך אין לעבן וואָס זאָל זײַן געבונדן צו און מיט ייִדישקייט. איז עס די אמונה, מהיכא־תּיתי, איז עס זײַן באַהאַוונט אין דער ייִדישער קולטור, געשיכטע, ליטעראַטור, שפּראַך, דערציִונג און דער עיקר וויסן. מען דאַרף וויסן וואָס דער חומש זאָגט אונדז אָן און פֿאַרשטיין פֿון וואַנען עס ציט די וואָרצלען. מען דאַרף זײַן באַהאַוונט אין דער גמרא און פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס מען האָט אונדז גערופֿן שאַרפֿע קעפּעלעך, און דער עיקר, אַז איר וועט זיך אַרײַנכאַפּן אין בנין פֿון ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אויף דער 16ער גאַס און פֿינפֿטער עוועניו, און אַ קוק טאָן וואָס עס טוט זיך אויף די פּאָליצעס, וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן לגבי וויסנשאַפֿט, ליטעראַטור, פּאָעזיע, מוזיק, פֿאָלקלאָר, איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, שוין אָפּגערעדט פֿון רבנישע און רביישע ספֿרים. איך רעד דאָ פֿון גאַנצע סקלאַדן מיט ביכערשענק. וועט איר זיך אָנכאַפּן בײַ די בערד און פּאות. טאַקע, מיר ייִדן האָבן דאָס אַלץ געשאַפֿן? און געבליבן ייִדן? אַזעלכע געגנט ווי קרית־יואל, וויליאַמסבורג, מאָנסי, ניו־סקווער און אַנדערע כּמו שטעטלעך, האָבן אין אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּע נישט עקזיסטירט. ייִדן האָבן געוווינט בשכנות מיט די גויים. די שטעט, שטעטלעך און ייִשובֿים אין פּוילן, ליטע, אוקראַיִנע, די קאַרפּאַטן, זײַנען געווען באַזעצט מיט פֿרומע און מיט אַפּיקורסים־ייִדן. אַ סך פֿון זיי איבערגלויבעריש און אַ סך וועלטלעך־דערצויגענע, אינטעליגענטע און באַוווּסטזיניקע ייִדן. קיינער האָט נישט באַדראָט קיינעם, יעדער ייִד האָט געקענט פֿירן שבת פֿאַר זיך.

מיר זײַנען אַזוי אָפּגעזעסן אַ דרײַ־פֿיר שעה און נישט אויפֿגעהערט צו פֿרעגן און ענטפֿערן, פֿאַרדײַען און באַוווּנדערן; זײַן ממש אויפֿגעקאָכט פֿון דעם אַלעם וואָס איז יענעם אָוונט פֿאָרגעקומען אַרום דעם טיש. בײַם געזעגענען זיך, זײַנען מיר שוין געווען גוטע־ברידער. מיר האָבן זיך שיעור נישט צעקושט. פֿײַוויש האָט נאָך באַוויזן אַ זאָגט טאָן:

"מיר דאַרפֿן זיך טרעפֿן כאָטש איין מאָל אַ חודש."

און איך בין אַוועק אַהיים אַן אויפֿגעהײַטערטע, אַ גליקלעכע און פֿאַרשטאַנען פֿון וואַנען אונדזערע קלאַסיקער, שרײַבער און פּאָעטן, קינסטלער און וויסנשאַפֿטלער שטאַמען. זיי זײַנען אַוועק פֿון טאַטנס הויז, פֿון רבינס הויף און געפֿירט אַן אייגענע ייִדישע בוכהאַלטעריע. די חבֿרה וועלן מיט דער צײַט אויפֿכאַפּן זיך. זיי, אָדער גאָר זייערע קינדער, וועלן אָנהייבן שאַפֿן אייגענע ווערק אויף ייִדיש, ווײַל ייִדיש איז דאָך זייער טעגלעך לשון.

איך ווינטש אַלע "פֿאָרווערטס"־לייענער און כּל־ישׂראל, אַ גוט, געזונט און געבענטשט נײַ־יאָר און לאָמיר הערן איינער פֿון אַנדערן נאָר גוטע בשׂורות, אָמן!

What does

What does אַנטטשוכעט mean?

Thanks,

(No subject)