אַ סך מענטשן קווענקלען זיך צו טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט, ווײַל זיי האַלטן, אַז ס'איז פֿול מיט באַקטעריע. אָט די זאָרג איז מסתּמא די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס דער פֿאַרקויף פֿון וואַסער אין פֿלעשלעך איז אַזוי הויך געשטיגן במשך פֿון די לעצטע 15 יאָר.
אָבער אויב איר וווינט אין אַ גרויסער שטאָט, און איר קויפֿט כּסדר פֿלעשלעך וואַסער, איז מעגלעך, אַז איר פּטרט אײַער געלט. דער אמת איז, אַז אַ פֿערטל פֿון די פֿירמעס, וואָס פֿאַרקויפֿן וואַסער, אַרײַנגערעכנט די גרויסע פֿירמעס Dasani און Aquafina, ניצן נישט מער ווי געפֿילטערט וואַסער פֿונעם קראַנט.
אַ סך שטעט מוזן, לויטן געזעץ, רעגלמעסיק דיסאינפֿיצירן זייער וואַסער־פֿאַרזאָרג, און קאָנטראָלירן, צי עס געפֿינען זיך דאָרט נישט קיין פּאַראַזיטן, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿירמעס פֿון פֿאַרקויפֿטן וואַסער, וואָס מוזן עס נישט טאָן. און הגם די אַמעריקאַנער רעגירונג פֿאָדערט בײַ יענע פֿירמעס צו מאַכן טעסטן אויפֿן וואַסער איין מאָל אַ חודש, פֿירט די מוניציפּאַליטעט דורך די טעסטן עטלעכע מאָל אַ טאָג.
אָט די שטרענגקייט ברענגט טאַקע רעזולטאַטן. אין יאָר 2000, למשל, האָט אַ שטודיע פּובליקירט אינעם זשורנאַל "אַרכיוו פֿון משפּחה־מעדיצין" פֿאַרגליכן 57 מוסטערס פֿון געקויפֿטן וואַסער מיטן קראַנט־וואַסער אין דער שטאָט קליוולאַנד, אָהײַאָ. די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז 39 מוסטערס פֿונעם טרינקוואַסער אין פֿלאַשן זענען טאַקע געווען ריינער ווי פֿון קראַנט, אָבער גלײַכצײַטיק האָבן מער ווי אַ טוץ פֿונעם געקויפֿטן וואַסער געהאַט 10 מאָל מער באַקטעריע ווי אינעם שטאָטישן וואַסער.
אין אַ צווייטער שטודיע, דורכגעפֿירט פֿונעם Natural Resources Defense Council, האָט מען געמאַכט טעסטן אויף 1,000 פֿלעשער וואַסער פֿון באַרימטע פֿירמעס. צוויי דריטל פֿון די פֿלעשער האָט מען באַצייכנט ווי "פֿון אַ גוטער קוואַליטעט"; אָבער בײַ אַ דריטל פֿון זיי, האָט מען געפֿונען אַ קאָנטאַמינאַנט. אין 23 פֿון זיי האָט מען אַנטדעקט אַרשעניק אָדער אַנדערע כעמישע שטאָפֿן, וואָס קאָנען גורם זײַן אַ ראַק, ווען מע טרינקט צו פֿיל דערפֿון.
זינט דער באַריכט איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 1999, האָבן אַ סך וואַסער־פֿירמעס רעדוצירט דעם סכום אַרשעניק און אַנדערע כעמישע שטאָפֿן אין זייערע פֿלעשעלעך וואַסער. פֿון דעסטוועגן, קאָן מען רויִק אַרויסדרינגען, אַז דאָס וואַסער פֿונעם קראַנט איז, אין ס׳רובֿ ערטער, פּונקט אַזוי ריין ווי דאָס וואַסער, וואָס מע קויפֿט פֿאַר $1.99 אַ פֿלאַש.
אַגבֿ, האָט איר אַ מאָל באַמערקט, אַז דער נאָמען פֿון דער פֿירמע Evian, ווען מע לייענט אים פֿאַרקערט, פֿון רעכטס אויף לינקס, קומט אויס naive? מסתּמא בלויז אַ צופֿאַל, אָבער ווער ווייסט?